מחיל אל חיל - ברוכים הבאים צום אונטערהאלטונג ווינקל
ברוכים הבאים צום 'אונטערהאלטונג'ווינקל! דא וועט איר שטענדיג קענען אריינקומען זיך אונטערהאלטן און זיך אנשעפן מיט שמחה אין יעדן מצב.
אונז אידישע קינדער ווייסן אז מיר זענען דא אויפן וועלט פאר בלויז איין ציל, לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו, לערנען זיין תורה און האבן פאר איהם מורא, מקיים זיין מצוות און אריינכאפן ווי מער מעשים טובים.
אבער פונדעסטוועגן דארף מען פון מאל צו מאל ווארפן א ביינדעלע פארן יצר וואס שטייט אין וועג, און שטענדיג זענען טאקע געווען הני בדחני וועלכע האבן זיך איינגעקויפט עולם הבא דורכן אויפלעבן די עצמות יבשות, משמח זיין צובראכענע נשמות, ברענגען אידן א שטאפל העכער אינעם שמחה לייטער און א שטאפל נענטער צו קענען דינען דעם אייבערשטן מתוך שמחה וטוב לבב.
און מיט א טיפערע בליק, איז דאס גאנצער עקזיסטענץ פון די 'אידישע וועלט' טאקע פאר דעם צוועק, אז בין פרשה לפרשה, צווישן די עמל המלאכה און די עמל התורה, זאל מען קענען דא אריינקומען און זיך אויסלופטערן אביסל, בארוהיגן די מידע נפש און גוף, און זיך אנפולן און אנזאפן מיט פרישע כוחות און מוחות.
[פארשטייט זיך, אז מ'דארף שטענדיג שטיין על המשמר און אבאכט געבן נישט איבערצוצוען דאס שטריקל, וויסנדיג דער גרעניץ צווישן שמחה און ליצנות, און אזוי אויך שטענדיג האלטן פאר די אויגן אז די עיקר ציל איז עבודת הבורא און אינטערהאלטונגען איז נאר א מיטל דערצו.]
אלזא, אין דעם פארום וועט ווערן צאמגענומען אלעס ארום בדחנות, פרעזנטאציעס, און אלע סארטן פארשטעלונגען און אינטערהאלטונגען. דא וועט זיין דער פלאץ וואו אידן וועלן קענען הנאה האבן און זיך אינטערהאלטן מיט היימישע מאטריאל אויף אן ערליכן שטייגער.
ליינט און האט הנאה!