ניין יעצט לוינט זיך נישט צי קויפען אין קרית יואל אז די האסט שוין געווארט ביז יעצט קויף נישט יעצט ווייסט איינער וויפיל איז אין בלאמינגבערג א סקווער פיס?
אויף א זעקס פראצענט אינטרעסט רעיט ווארטסטו?
איך ווארט אויף א געוויסע געגענט וואס איך וויל קויפען
יעצט איז נאך א מצב וואס יעדע דירה ווערט צי כאפט אפילי מען וויל נישט אין די געגענט למשל לאמיר זאגן מיין שווער וואינט אויף מיראן אין איך וויל וואינען אויף מיראן אז עס קימט ארויף א דירה ווערט עס גראד ציכאפט (אפלי פאר יענעם איז עס נישט די בעסטע געגענט) סא איך קען נישט האדלען מיט די פרייז משא"כ קימעדיגע יאר ווען ויאל משה גייט האבן אסאך דירות עקערס ענקלעוו עיקערס פוינט גייט זיין מער אן אויסוואל אין פארגעס נישט עס איז דא אסאך אידען וואס האבען געקויפט פאר אינוועסמענט וואס איינמאל זיי גייען דארפען צאלען מארגיטש אין זיי גייען נישט טרעפען קיין איינוואינער גיין זיי עס וועלן פארקויפען
קודם איז נישט מוכרח אז מ׳וועט אזוי שנעל קענען אריינמופן אין די הייזער וואס בויען זיך יעצט.
יתכון אז מענטשן וועלן ווייניגער זוכן ארויסצוגיין אין די געגנטער ארום קרית יואל און וועלן ווייזן מער אינטערעסע אויף די פארטיגע דירות אין קרית יואל.
ועל כולם, אין די סיטי בויעט מען דאך ממש נישט אין ערגעץ דירות צו פארקויפן, מעגליך אז די אויסוואנדערונג קיין קרית יואל וועט נאר פארשטעקערט ווערן מער ווי אין א געווענליכע יאר