Re: משפט סמאלעט
Mezofzef האט געשריבן:קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן: מיסטער פרעזידענט, מיר ווארטן נאך אויף אייער אנטשולדיגונג! (אויסקלארונג)
פארוואס דארף מען זיך אנטשולדיגן פארן פארדאמען א אטאקע וואס מען האט געמיינט שטאמט פון ראסיזם?
וועלכע ווארט פון די טוויט דארף זיך ביידן יעצט אנטשולדיגן?
ערשטנס, ווען א פאליטישאן מאכט אזא טעות, דארף ער זיך אנטשולדיגן. צווייטנס, פארוואס זענען זיי ארויפגעשפרינגען דערויף נאך בעפאר מען האט געוואוסט צו די מעשה איז בכלל אמת. דא האלט מען שוין עטליכע וואכן נאך די אטאקע אין וויסקאנסין, און כאטש וואס די מאטיוון זענען היבש קלאר, האט מען נאכנישט געהערט קיין פיפס פון קיינעם, ווייל עס איז נאכנישט דא קיין 'פרוף'. איז פארוואס זענען אלע דעמאלט ארויפגעשפרינגען אין דער ערשטער סעקונדע ווי אויף געבראטנס? דער ענטפער איז: פאליטיק. אלזא יעצט אז דיין שאנדע איז אויפגעוויזן געווארן, קומט אן אנטשולדיגונג.