Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די פילאטן האבן באריכטעט אז זיי האבן געזעהן אז די פילאט איז נישט ביים באוואוסטזיין. די פליגער האט שפעטער געקראכט אין ווירדזשיניע, וואו לאקאלע אויטאריטעטן האבן געפונען די 4 רייזנדע נישט ביים לעבן.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
טאקער קארלסאן האט היינט ארויסגעלייגט די ערשטע עפיסאוד פון זיין פרישע 'טאקער אויף טוויטער' שאו.
געוועזענער וויצע פרעזידענט מייק פענס האט אפיציעל געמאלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט אויף די רעפובליקאנער טיקעט.
די לופט קוואליטעט אין ניו יארק האט זיך היינט פארערגערט מיט דיקע רויעך צוליב די וואלדפייערן וועלכע בוזשעווען אין קאנאדע.
אן אקסיאס באריכט גיבט אן אז פאקס האט געמאלדן פאר טאקער קארלסאנ'ס אדוואקאטן אז זיין פרישע שאו אויף טוויטער האט געבראכן זיין קאנטראקט מיט פאקס.
פרעזידענט ביידען האט היינט וועטאאירט די ביל וואס האט געזאלט בלאקירן סטודענטן חובות פארגעבונג, וועלכע איז אדורך אין סענאט פארגאנגענע וואך.