ס'האט זיך אנגעהויבן ווען איך האב באמערקט אז פון די ווייבער שוהל שטייט מען אויף יעדע נאכט, מען דרייט זיך אינדרויסן א שטיק צייט ביז מען גייט שלאפן... ווען איך האב געוואלט דערגיין די זאך האט מען מיר דערציילט.
דורךover night kugelאום זונטאג יולי 18, 2010 2:04 pm
האט איינער שוין געהערט פון דעם סגולה ? א מורא'דיגע סגולה פון דער הייליגן צאנזער רב,צו געבן יעדן טאג א כשר'ע נתינה צו העלפען קראנקע יודן און בשעת'ן אפשיידן די געלט זאל מען זאגען די פסוקים און ישעיהו פון קאפיטעל א',פסוק י"ג ביז פסוק י"ז' און דאס זאל מען טון פאר דרייסיג טעג!ווער עס ווייסט א מקור זאל עס ביטע אריינשרייבן מיט דאנק
over night kugel שר חמישים הודעות: 54
דורךfarshlufenאום זונטאג יולי 18, 2010 2:21 pm p>
נעקסטע דמיון פליעז..
שאין לאדם חלק בתורת משה רבינו עד שנאמין בכל דברינו ומקרינו שכלם נסים אין בהם טבע ומנהגו של עולם, בין ברבים ובין ביחיד [רמב"ן שמות י"ג ט"ז]. farshlufen שר ששת אלפים הודעות: 6746
דורךover night kugelאום זונטאג יולי 18, 2010 3:18 pm p>
ווייל דו האסט נאכנישט געהערט דערפון מיינט נאכנישט אז ס'איז בעלאני!
over night kugel שר חמישים הודעות: 54
דורךרעיא מהימנאאום זונטאג יולי 18, 2010 3:29 pm p>
אין די בלאט איז לעצטענס געוועהן א גאנצע שמיס וועגען די סגילה. - איינער האט דארטען אריינגעשיקעט א בריוו מיט א מקור וואס אי ז מקיבל ביי זיי אין די מפשחה
רעיא מהימנא שר חמישים ומאתים הודעות: 266
דורךfarshlufenאום זונטאג יולי 18, 2010 3:38 pm p>
כבוד רבי איבערנאכט, איך מיין נישט אייך בדווקא.
רעיא, הייסט דאס גאנץ א שוואכע מקור.
שאין לאדם חלק בתורת משה רבינו עד שנאמין בכל דברינו ומקרינו שכלם נסים אין בהם טבע ומנהגו של עולם, בין ברבים ובין ביחיד [רמב"ן שמות י"ג ט"ז]. farshlufen שר ששת אלפים הודעות: 6746
דורךover night kugelאום זונטאג יולי 18, 2010 3:48 pm p>
"רעיה" קענסט ביטע ארים ברייטערן דיינע ווערטער
over night kugel שר חמישים הודעות: 54
דורךרעיא מהימנאאום זונטאג יולי 18, 2010 4:14 pm p>
כ'וועל שפעיטער קיקען אויב איך האב נאך יענע אישא פין דער בלאט אין כ'וועל עס אי"ה אריינ'סקענען.
רעיא מהימנא שר חמישים ומאתים הודעות: 266
דורךרעיא מהימנאאום זונטאג יולי 18, 2010 4:44 pm p>
אקעי.. כ'האף אז כ'גיי באקימען א ש'כח אויף דעים. כ'האב שווער געארבעט..... דו האסט נישט די רעכטן צו זעהן די עטעטשמענט
רעיא מהימנא שר חמישים ומאתים הודעות: 266
דורךover night kugelאום זונטאג יולי 18, 2010 5:17 pm p>
רעיה באמת א גרויסן שכו'ח סיי אויף אראפנעמען טייער צייט עס אויפצוזיכן, און סיי פארן עס אריינסקענען א שיינעם דאנק תזכה למצוות!! "כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו" over night kugel שר חמישים הודעות: 54
דורךover night kugelאום זונטאג יולי 18, 2010 5:24 pm p>
ועד בכלל??
over night kugel שר חמישים הודעות: 54
דורךרעיא מהימנאאום זונטאג יולי 18, 2010 7:23 pm p>
over night kugel האט געשריבן:ועד בכלל??
??
רעיא מהימנא שר חמישים ומאתים הודעות: 266
דורךבני יששכראום זונטאג יולי 18, 2010 8:32 pm p>
זארעכפעפער האט געשריבן:דעתי? איך האב בכלל געזאגט א מיינונג? איך בין א יושב ודן כתלמיד הדן לפני רבו.
אז מיר האבן דא געהערט א שטיקל ביאור פון הרב די פאקט איבער דעם ענין סגולות, האב איך געפונען א מקום אויסצושמועסן די דברים העומדים ברומו של עולם. כלומר, מהו הענין של סגולות?
סגולות איז אזאך וואס ס'איז מקובלת לנו דור אחר דור, ס'קלאר און איך מאך דאס ח"ו נישט אוועק. איך פרעג נאר וואס פשט דערפון איז. אויב ווייסן מיר אז דאס ערשטע ביי יעדע זאך, אפי' שלא בשעת צרה, איז תפלה, דאן וואס איז פשט פון א סגולה? איז דאס במקום תפילה ממש, ס'הייסט אנשטאט תהלים זאל מען זאגן די סגולה, אדער איז דאס פשוט א סגולה להכרית כל מריע, און אויב איז דא א פאל וואס די תפילות פון די פרקי תהלים וכדומה ווערן געשטערט דאן האבן די סגולות א כח צו פארשטערן די מריעים אין ארויפצוטראגן די פריער געזאגטע תפלות למקומם הראוי? אין אנדערע ווערטער: איז סגולות אזאך פאר זיך, אדער איז דאס א שליסל צו עפענען די תפילות ופרקי תהלים?
רבי אלעס פארשטייסטו עס איז מקובל אז דער בעש"ט האט געטייליט קמיעות אידן זענען געהאלפן געווארן עס איז בשעתו געווען טאקע א רעש פון דעם אבער אידען זענען געהאלפן געווארן דער ישמח משה האט געטייטלט קמיעות אידען זענען געהאלפן געווארן וויאזוי האט עס געארבעט?
עס איז זיכער דא תירץ אויף דעם.. פון בעש"ט זאגט מען נאך ער האט ארים געדרייט מיט די צרופי שמות פון רעש האט ער געמאכט עושר פון נגע האט ער געמאכט עונג פון צרה האט ער געמכט צהר דאס פארשטייסטו ווי אזוי האט ער דאס געטון אינז געלייב מיר אז ער האט געהאט א כח און זיין זכות זאל ווייטער מגין אויף אלע אידישע קינדער און מען זאל נישט אוועק מאכן סגילות אפילו עס קיקט איםפארשטענדליך אינז זעמער נערנים אין אינז גלייב מיר דוד המלך האט שוין מתפלל געווען פאר אינז שומר פתאים ד' (דער אייבישטער היט אפ די נערנים )
בני יששכר שר מאה הודעות: 212
דורךfarshlufenאום זונטאג יולי 18, 2010 8:37 pm p>
בני יששכר, פיר אויס, נו ווייטער, ממילא אצינד.
שאין לאדם חלק בתורת משה רבינו עד שנאמין בכל דברינו ומקרינו שכלם נסים אין בהם טבע ומנהגו של עולם, בין ברבים ובין ביחיד [רמב"ן שמות י"ג ט"ז]. farshlufen שר ששת אלפים הודעות: 6746
דורךבני יששכראום זונטאג יולי 18, 2010 8:52 pm p>
אין אנדערע ווערטער: איז סגולות אזאך פאר זיך, אדער איז דאס א שליסל צו עפענען די תפילות ופרקי תהלים? נישט אלעס פארשטייען מיר ווי אזוי עס ארבט. א קליינע דיגמא איך האב פאריגע וואך געטראפן א איד און וויליאמסבורג ער איז נאך פון פאריגען דור איד וואס געפינט זיך זיכער נישטא אינעם קרעטשמע א איד וואס ווייסט נאר ד אמות של הלכה מען טרעפט אדער גיין אין ביהמ"ד אדער אהיים גיין איך האב געזאגט פון א פראבלעם וואס מיר גייען יעצט דורך האט ער מיר אויסגערעכנט סגילות וואס איך זאל טון און איך בין א גולם און איך גלייב אין דעם. פארוואס זאג אייך דאס ווייל את חטאי אני מזכיר. איך האב געגעבן א היטש פאר א עלטערע איד אפאר וואכן צוריק ער האט מיר געזאגט וועגן א סגילה האב איך אים אויך געפרעגט וואס האט איינס מיטן צווייטן האט ער מיך אנגעקיקט ווי פון די לבנה אזוי איז מקובל און מען פרעגט נישט קיין קשיות ...
בני יששכר שר מאה הודעות: 212
דורךמשה קאפויעראום זונטאג יולי 18, 2010 9:10 pm p>
איך האב געזעהן היינט אין נועם שיח (דף קע"ט) אז צו האבן האלצערנע מזוזה האלטערס איז א סגולה לפרנסה, ווייל "עץ" איז בגמטריא כמנין "כסף". משה קאפויער שר חמשת אלפים הודעות: 5586
דורךover night kugelאום זונטאג יולי 18, 2010 11:23 pm p>
רעיה איך מיין צו פרעגן אז מען זאגט פון פסוק י"ג ביז פסוק י"ז ,ועד בכלל או לא?
over night kugel שר חמישים הודעות: 54
דורךרעיא מהימנאאום מאנטאג יולי 19, 2010 1:41 am
over night kugel האט געשריבן:רעיה איך מיין צו פרעגן אז מען זאגט פון פסוק י"ג ביז פסוק י"ז ,ועד בכלל או לא?
האב איך ניש קיין אהנונג.. איך בין נאר געוועהן א מביא דבר בשם אמרו....
פין ווי האסטי געהערט פין דעי סגילה? איז עס טאקע באקאנט? איך האב עס די ערשטע מאל טאקע געזעהן איןדי בלאט.
רעיא מהימנא שר חמישים ומאתים הודעות: 266
דורךover night kugelאום מאנטאג יולי 19, 2010 9:40 am
איך האב עס געזעהן אין די צייטשריפט, ווי איינער שרייבט אריין אז ער האט געהאט צוויי קינדער אין די רייע, אין די צענטע טאג וואס ער האט אנגעהויבן מאכן דעם סגולה איז זיין זון א חתן געווארן און די דרייסוגסטער טאג איז זיין טאכטער א כלה געווארן
over night kugel שר חמישים הודעות: 54
דורךרעיא מהימנאאום מאנטאג יולי 19, 2010 3:42 pm p>
over night kugel האט געשריבן:איך האב עס געזעהן אין די צייטשריפט, ווי איינער שרייבט אריין אז ער האט געהאט צוויי קינדער אין די רייע, אין די צענטע טאג וואס ער האט אנגעהויבן מאכן דעם סגולה איז זיין זון א חתן געווארן און די דרייסוגסטער טאג איז זיין טאכטער א כלה געווארן
הייסט אז ס'ממש א זאך וואס העלפט!! אזוי זעהט מען אויך אזוי אין די בלאט. אויב אזוי וואס קען מען שוין האבען א ספק דערין??
רעיא מהימנא שר חמישים ומאתים הודעות: 266
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
מיט א צייט ציריק האט איינער אראפגעברענגט דא א מוראדיגע סגולה פון די הייליגע צאנזער רב עפעס אז מען געט צדקה פאר קראנקע און דערביי זאגט מען 3 פסוקים פון נ"ח ליידער ליידער בעוונתינו הרבים איז געשעהן דא אין קרעטשמע א קראך און די סגולה האט זיך אויסגעמעקט! וואלט איך געוואלט בעטן אויב איינער קען עס נאכאמאל אריין לייגן לזיכו הרבים וכל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו!!א שיינעם דאנק!
over night kugel האט געשריבן:
מיט א צייט ציריק האט איינער אראפגעברענגט דא א מוראדיגע סגולה פון די הייליגע צאנזער רב עפעס אז מען געט צדקה פאר קראנקע און דערביי זאגט מען 3 פסוקים פון נ"ח ליידער ליידער בעוונתינו הרבים איז געשעהן דא אין קרעטשמע א קראך און די סגולה האט זיך אויסגעמעקט! וואלט איך געוואלט בעטן אויב איינער קען עס נאכאמאל אריין לייגן לזיכו הרבים וכל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו!!א שיינעם דאנק!
האסט געוואלט שרייבןנ"ך? אויב יא קוק ארויפציר.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
over night kugel האט געשריבן:
מיט א צייט ציריק האט איינער אראפגעברענגט דא א מוראדיגע סגולה פון די הייליגע צאנזער רב עפעס אז מען געט צדקה פאר קראנקע און דערביי זאגט מען 3 פסוקים פון נ"ח ליידער ליידער בעוונתינו הרבים איז געשעהן דא אין קרעטשמע א קראך און די סגולה האט זיך אויסגעמעקט! וואלט איך געוואלט בעטן אויב איינער קען עס נאכאמאל אריין לייגן לזיכו הרבים וכל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו!!א שיינעם דאנק!
דורך over night kugel אום זונטאג יולי 18, 2010 2:04 pm
האט איינער שוין געהערט פון דעם סגולה ? א מורא'דיגע סגולה פון דער הייליגן צאנזער רב,צו געבן יעדן טאג א כשר'ע נתינה צו העלפען קראנקע יודן און בשעת'ן אפשיידן די געלט זאל מען זאגען די פסוקים און ישעיהו פון קאפיטעל א',פסוק י"ג ביז פסוק י"ז' און דאס זאל מען טון פאר דרייסיג טעג!ווער עס ווייסט א מקור זאל עס ביטע אריינשרייבן מיט דאנק
עיין בחתם סופר פ' בראשית בענין בגדי לבנים, אז מען האט הארבע עבירות, און מען זאגט אז די עונשים קומען וועגן מען טוט נישט אן קיין ד' בגדי לבנים אום שבת.
איך האב געהערט א שיינע משל אמאל פון הרה"ג ממעזביז שליט"א, ווען עס איז נאך געווען אין "סטייל" צו זאגן תהילים החיד"א, אמאל איז געווען א מלך וואס האט געהאט א אפענעם טיר אריינצוגיין צו אים און בעטן וואס מען וויל, אין די זייט איז געווען די קאך, וואס דארט האט מען אריינגעברענגט די סחורה, פארשטיייט זיך אז דארט איז אויך געווען א טיר אריינצוברענגען די סחורה, און פון די קאך האט מען געקענט אריינגיין ווייטער אין פאלאץ.
איז אמאל געקומען איינער און אנשטאט אריינצוגיין פון די געהעריגע טיר, איז ער געגאנגען פון די קאך און אזוי אנגעקומען צום מלך.
נישט קיין ספק אז פרק שירה איז הייליג און טייער. און אויב שטייט אין ספרי קודש אז דאס איז א סגולה, איז אין דעם קיין ספק נישט דא.
אבער די "מצב" וואס מאנכע מאכן אין די לעצטע יארן, ארום פארשידענע הייליגע ענינים, האט נישט קיין שום מקור.
דאכצעך אז קיין איינע פון די פריערדיגע צדיקים זכר כולם לברכה, באבוב, סאטמאר, בעלזא, פאפא, וויזניץ, סקווירא, גור, תולדות אהרן, וכו' וכו' - האבן קיינמאל נישט גע'עצה'ט פאר קיין שום איד וואס האט זיך גענויטיגט אין א באלדיגע ישועה, זיך אנצושליסן אין....:
כולל חצות תהלים כולל מפעל אור החיים קופת העיר 40 טעג פרק שירה א מנין תלמידי חכמים ביים ציום פון .... ועוד ועוד ועוד
הלשוןהוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש(בעל התניא מליאדי)
קודם כל אנטשולדיגט פארוואס איך האב דאס נישט אריינגעשטעלט אין איינע פון די עקזיסטירענדע אשכולות ווי צ.ב.ש. תהילים כולל וכדו'. דער שמועס (פון די ארכיוון) איז שייך אלערליי סגולות מסגולות שונים וואס טוהן אלץ מער און מער אריינדרינגען בינינו אין די פארגאנגענע יארען, האב איך עס נישט געוואלט אהין שטעלן ביי אירגענד וועלכע ספעציפישע סגולה:
טייל מענטשען האבען דעם זעלבען צוגאנג צו כל מיני סגולות מסגולות שונים. נעמליך, טאמער עס וועט נישט העלפען קען עס עכ”פ נישט שאטען. בפרט ווען א מענטש איז חלילה אין אן עת צרה זוכט ער צו טוהן וואס ער קען נאר, און ער הענגט זיך אהן אין די פארווארפענסטע ענינים. א שטייגער ווי א טרונקענדע מענטש וואס כאפט זיך אהן אין שטרוי.
לענ”ד איז דער ענין פון סגולות אהן קיין מקור דירעקט כנגד התורה, און איך וועל עס בעזה”י מבאר זיין, ויה”ר שלא תצא מכשול מתחת ידי. די גמרא אין מסכת עבודה זרה (נ”ה.) פארציילט איבער א יוד (כפרש”י) מיטען נאמען זונין וואס האט אנגעפרעגט ביי ר’ עקיבא א באמבע קשיא. ”סיי איך און סיי דו,“ האט ער געזאגט, ”ווייסען אז די ע”ז זענען מאכטלאז און קענען גארנישט העלפען. וויל איך אבער פארשטיין, וויאזוי קען זיין דאס מיר זעהן ווי עס גיין קראנקע מענשטען צום קלויסטער, און ביים אהין גיין זענען זיי אינגאנצען צובראכען און הינקענדיג, אבער ווען זיי קומען צוריק שטיין זיי גראד אויף די פיס גענצליך ערהוילט. וואס איז דער פשט?“ האט ר’ עקיבא איהם געענפערט מיט א משל פון א באנקיר וואס פלעגט האלטען געלטער און אנדערע חפצים פאר מענטשען. געווענליך פלעגט זיין דער סדר ווען מען האט עפעס איבערגעלאזט ביי דעם באנקיר פלעגט מען דאס טוהן פארענט פון עדים. איינמאל האט זיך געמאכט דאס איינער האט מפקיד געוועהן געלט ביי דעם באנקיר נישט אינעם געגנווארט פון עדים. רופט זיך אהן דער באנקיר’ס ווייב צו איר מאן, ”דו האסט אצינד א געלעגנהייט צו האלטען די געלט.“ ”וואס עפעס,“ האט ער זי צוריקגעפרעגט, ”נאר צוליב דעם וואס דער שוטה האט פארגעסן צו ברענגען עדים זאל איך פארלירען מיין נאמנות אין שטאט? ער האט זיך טאקע באנארישט אבער איך וועל בלייבען אויפשטענדיג.“ ר’ עקיבא האט אויסגעפירט דעם נמשל מיט א תירוץ צו זונין’ס פראגע. ”דער זעלבע זאך פאסירט מיט די בעלי יסורים. ווען דער אויבעשטער האט גוזר געוועהן עס זאלען קומען יסורים אויפען מענטש, האט ער גלייכצייטיג באשוואוירען די יסורים אוין זיי געגעבן א פונטקליכע צייט ביז ווען זיי זאלען בלייבען ביי דעם ליידענדע. אצינד האט זיך געמאכט ווי דער מענטש איז געגאנגען צום ע”ז פונקט אין די צייט ווען די יסורים וואלטען איהם געדארפט פארלאזען. ”טענה’ן יעצט די יסורים, ’ווייל דער מענטש האט זיך באנארישט און איז געגאנגען צום ע”ז, מיינט נאך נישט אז אונז וועלן פעלשען אין אונזערע שבועה. מיר וועלן ווייטער טוהן אזוי ווי דער רבש”ע האט אונז באשוואוירען און מיר וועלן זיך פונאנדערגיין.‘ “
לכאורה די ווערטער פון ר’ עקיבא דארפען א ביאור. טאמער זונין איז שווער געוועהן אזא קשיא איז מסתמא געוועהן אן אפטע ערשיינונג ביי זיי אין שטאט ווי א בעל יסורים ווערט אויסגעהיילט ווען ער גייט צום קלויסטער. אויב אזוי, וואס האט איהם ר”ע געענטפערט? מיינט ער דען צו זאגען דאס יעדעס מאל ווען א מענטש ווערט אויסגעהיילט ביים ע”ז איז דעמאלס פונקט געוועהן דער צייט ווען די יסורים האבען געדארפט אוועקגיין? אזאנס לייגט זיך גארנישט אויפען שכל. נאר די מפרשים (מהרש”א, בן יהוידע) ערקלערן דערין א טיפען דערהער. ווען דער באשעפער שיקט ל”ע ווייען אויף א מענשט איז דאס פאר איין תכלית - ער זאל תשובה טוהן. חז”ל זאגען אונז (ברכות ה.) אם רואה אדם שיסורין באין עליו יפשפש במעשיו שנאמר נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה עד ה’ - ווען א מענטש ליידט יסורים זאלען ער זיך גוט באקוקען זיינע מעשים און תשובה טוהן. ווען ער וואלט דערהערט דעם מעלדונג פונעם צרה ויסורים, און זיך ריכטיג אומגעקערט עד ה’, וואלט ער געהאלפען געווארען נאך איידער עס קומט די באשטימטע צייט ווען מען האט באשוואוירען די יסורים זיי זאלען גיין. מיר האבען דאך א כלל ותשובה ותפלה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה. דער מענטש וואס איז אבער געגאנגען צום ע”ז האט נישט פארשטאנען וואס מען וויל פון איהם. ער האט געכאפט איין ווינק נאכען אנדערען, נאך א קלאפ און נאך א מכה, אבער ער האט זיך נישט מתבונן געוועהן על מה עשה ה’ ככה. אנשטאטס וואס ער זאל נוצען דעם געלעגנהייט תשובה צו טוהן, איז ער זיך ווייטער געגאנגען אין זיין וועג. אזא איינער, זאגט כביכול, קומט זיך מען זאל איהם געבן א פלאץ וואו ער קען זיך טועה זיין. אלזא ווען עס קומט די צייט ווען די יסורים ברויכען איהם פארלאזען, שיקט מען איהם פון הימעל א מחשבה רעה ער זאל זיך גיין היילען אין קירכע. פון הימעל טוט מען איהם פארדרייען א קאפ און מען געבט איהם א מקום צו פארקריכען און זיך צו פארדרייען, אלץ עונש אויף דעם וואס ער נישט תשובה געטוהן. ער גייט אריין אינעם גדר פון הבא ליטמא, און ווי דער גמרא פירט אויס (ע”ז שם), ווען איינער וויל גליטשען, פותחין לו - עפענט מען איהם אויף א פתח.
ווען א מענשט ליידט חלילה אויף סיי וועלכע צרה עס זאל נישט זיין איז דאס א רוף פון הימעל - טוה תשובה! זיי א מפשפש במעשיו! את אשר יאהב ה’ יוכיח - וועמען דער אויבעשטער האט ליב טוט ער שטראפען, און דער יוד מוז זיך שפירען גליקלעך דאס מען האט איהם אינזינען פון אויבן און מען איז איהם מרמז ער זאל זיך מאכען א חשבון הנפש, ומדרכם שבו, טרם ישכבו, בית מועד לכל חי. וואס געשעהט אבער ווען דער יוד פארמאגט נישט דעם ריכטיגען דעת און ער כאפט נישט וואס מען וויל פון איהם? דאן, איידער עס קומט די צייט ווען ער וואלט געדארפט געהאלפען ווערן, קומט איהם ארויף אויפען געדאנק צו פראבירען דעם-און-דעם ניי-מאדישען סגולה, ווייל פון דארט וועט קומען זיין ישועה. שפעטער, ווען ער ווערט אויפגעראכטען, רעדט ער זיך נעבעך איין אז דאס איז בזכות פון די סגולה, און ער געבט נאך אריין אן אנאנס אין די צייטונג ”איך האב גע... פערציג טעג און איך בין געהאלפען געווארען.“ ער מיינט אז די סגולה האט געהאלפען, און דערווייל איז עס גאר געקומען אלץ א שטראף, און מיטען ציהל איהם צו פארדרייען. וכמאמרם ז”ל אשר חָלַק ה’ אלקיך וגו’ מלמד שהחליקן בדברים - דער באשעפער געבט א מקום פאר די גוים וואו זיי קענען גליטשען.
המשך יבא...
א מענטש קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכוניםכי אין השלימות בלתי לה' לבדויתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף) די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
אזוי אויך, ערקלערט דער דובנא מגיד, פאסירט מיט די תוה”ק. די תורה האט גע’אסר‘ט צוצולייגען מצוות ווייל אויב דער מענטש וועט אנהייבען צולייגען וועט ער זיך נאך איינרעדען אז ער קען אויך אראפנעמען. דער לאו פון בל תוסף איז א גדר צום לאו פון בל תגרע.
ווען א יוד איז געווארען נתרחק פון כביכול און עס איז געקומען דערויף א וואונק (אין פארעם פון א צרה רח”ל), איז נאר דא איין וועג וויאזוי צוריק צו ווערן נאנט - דער וועג פונעם תוה”ק. ווען ער זאל זיך איינרעדן דאס מיט פערציג טעג פלעפלען קען ער אויפטוהן, טוט ער דערמיט אריינברענגען פרעמדע עלעמענטען און געדאנקען אינעם תוה”ק, און דאס איז בל יראה ובל ימצא. טאמער וויל ער זאגען תהילים, א שטייגער ווי יודען האבען זיך אלעמאל געפירט - וכידוע פון צדיקים דאס דוד המלך ע”ה האט אריינגעלייגט אינעם ספר התהילים יעדע בקשה וואס איז נאר שייך עד סוף כל הדורות - מה טוב ומה נעים. דאס וויל דאך דער רבש”ע, מען זאל רעדן מיט איהם און אויסגיסען דאס הארץ צו איהם. אבער נישט אריינמישען קיין שטותים און פרעמדע ענינים! עס דארף נישט זיין פערציג טעג. א תפילת רבים מוז נישט זיין טויזענט מאל תהילים - ניין הונדערט און אכציג איז אויך גוט, און טויזענט מיט צוואנציג איז נאך בעסער! ועאכו”כ אז דער ’צוזאגען מפרסם צו זיין‘ איז פוסט און נאריש און כנגד אלעס וואס מיר האבען מקובל.
המלאכה מרובה אבער היריעה קצרה, ובעזה”י המשך יבא.
א מענטש קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכוניםכי אין השלימות בלתי לה' לבדויתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף) די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
איך האב שוין באמת פארגעסן אז איך האב געזאגט כ'על ממשיך זיין נאר איינער האט מיר דערמאנט דערפוןאין דעם אשכול, על'עך טאקע מקיים זיין מוצא שפתיך תשמור.
אמאל פלעג איך אלץ זאגען אז עס איז נישט דא קיין שום ענין צו דאווענען פערציג טעג. למעשה האט מיר א חשוב’ע יונגערמאן נ”י געוויזען א בית אהרן (קארלין - כתבי ר’ אשר) אין פרשת נח בזה”ל:עפ”י דאיתא בזוה”ח הק’ מי שמבקש על איזה דבר מ’ יום בודאי נענה- עס ווערט געברענגט אין זוהר החדש דאס ווער עס בעט אויף א געוויסע זאך פערציג טעג ווערט זיכער געהאלפען. ובכן, גענוי וואו דער זוה”ח געפונט זיך איז מיר נאך נישט קלאר. איך האב אליין געזוכט אין פארשידענע ערטער און איך האב מיר נאכגעפרעגט ביי אנדערע, אבער דערווייל האב איך דאס נישט געטראפען און איך בעט טאמער איינער ווייסט וואו דאס איז זאל ער מיר אנצייגען. בכל אופן דער בית אהרן האט דאך זיכער געוואוסט וואס ער רעדט און ער האט געוויס אזוי געזעהן אינעם זוהר הק’ (ער דארף גארנישט צוקומען צו מיינע הסכמות און איך האב ניטאמאל דעם רעכט אדער חוצפה צו געבן אן הסכמה אויף איהם).
עכ"פ למעשה טרעפט מען יא א מקור צו דאווענען פערציג טעג אויף סיי וועלכע ישועה.
איך האב דייקא געשריבען ’דאווענען‘ ווייל לויט וואס עס שטייט אין בית אהרן איז נאר דא אן ענין צו דאווענען און בעטען פאר א תקופה פון פערציג טעג. א דוגמא צו דעם איז צו זאגען תהילים (אלגעמיין אדער געוויסע באשטימטע קאפיטלעך) במשך פערציג טעג ווען מען נויטיגט זיך אין א ישועה. וואס עס שטייט אבער נישט אין בית אהרן זענען אלע אנדערע געזאגעכץ צו וועלכע מענטשען האבען זיך צוגעכאפט אין די לעצטע יארען. איך וויל נישט אנכאפען קיין ביישפילען ווייל די זאכען זענען דברים ידועים, ואכמ”ל.
איך ווייס אז פאר אסאך מענטשען וועט נישט געפעלן וואס איך האב אצינד געשריבען , מיטען טענה דאס עס שטייט גאר גרויסע זאכען אויף כל האומר וכו’ בכל יום . ווי אויך איז דא א סברא צו זאגען אז לויבען דעם אויבעשטער גייט יא אריין בגדר תפילה (אזוי ווי פסוקי דזמרה). מיין ענטפער צו דעם איז איין זאך: כלל ישראל האט זיך נישט אנגעהויבען פינעף יאר צוריק, נישט צעהן יאר צוריק און אפילו נישט צוואנציג יאר צוריק. ווען אונזערע אבות אבותינו האבען געדארפט האבען רפואות וישועות, וואס פלעגן זיי נעמען אין האנט? נישט קיין פ”ש, שה”ש אדער נשמת נאר א ספר תהילים. אונזערע זיידעס און באבעס האבען פארגאסען גאנצע קאנען טרערן איבערען תהילים’ל . מיט זייערע תמימות און ערליכקייט האבען זיי נישט געדארפט קיין שום נייע מאדעס און ערשיינונגען , נאר אויף יעדע צרה וואס האט פאסירט רח”ל , און סתם אזוי ביי יעדע געלעגנהייט צו בעטען סייעתא דשמיא פלעגן זיי ארויסנעמען דעם תהילים’ל און זיך אויסרעדן צו כביכול . און...ער האט זיי אויסגעהערט און געהאלפען.
היינטיגע צייטען האבען מענטשען פארלוירען דעם געפיהל צום אלטען מסורה, דערפאר זוכט מען כסדר אויס נייע מעטאדען און סגולות. והיינו טעמא פון די געזאגעכץ, והיינו טעמא פון פארען ר”ה אין אלע אוקראיינישע שטעט (פאר אזעלכע וואס עס נישט מקובל אין זייערע קרייז\משפחה) און אלע אנדערע סגולות למיניהם.
פארוואס זאל דאס אזוי זיין אז חסיד’ישע יונגערלייט וואס געהערן שוין דורות צו א געוויסען קרייז זאלען שפירען דעם נויט צו גיין צו כל מיני מקובלים? איז דען נישט זייערע רבי נאך אזוי ערליך ווי דעם ’באבא‘ צו וועם זיי גיין? נאר וואס? היות דער רבי איז א ’פשוט’ע‘ עובד ה’ און ער געבט בלויז אן ’איינפאכע‘ ברכה איז ער צו אלט-מאדיש . משא”כ דער ’באבא‘ פירט זיך מיט א מאדנע הנהגה ’על פי קבלה‘ און איידער ער געבט א ברכה רעכענט ער אויס גימטריאות אדער קוקט ער אין כתובות וכדו’, רעדט מען זיך איין אז ביי איהם שטעקט דער גליק.
דער גליק שטעקט אינעם דרך המסורה לנו פון אונזערע טאטעס, זיידעס און עלטער-זיידעס ולמעלה בקודש ביז משה מסיני. דער תהילים וואס איז געוועהן גוט פאר זיי האט נישט פארלוירען זיין ווירקזאמקייט, און מען קען נאך עד היום פועל’ן ישועות ביים ר’ מאיר בעל הנס פושקע (אפילו ווען זיי פראדעצירען נישט קיין קאלירפולע ’ישועות‘ בראשורען).
לתמצית ולסיומו של ענין וועל איך בלויז ברענגען א פסוק אין שיר השירים עפ”י פירוש רש”י און א לשון פונעם צאנזער רב זצ”ל אין א הסכמה אויפען ספה”ק גן יוסף. ואידך פירושה הוא, זיל גמור.
שיר השירים א’ ח’: דער גרויסע פאסטוך כביכול ב”ה זאגט צום כנסת ישראל,אִם לֹא תֵדְעִי לָךְ- אויב דו ווייסט נישט אין וועלכע וועגן צו גיין, און וואס צו טוהן דו וואס דו ביזטהַיָפָה בַּנָשִׁים- דער שענסטע פון אלע פעלקער.צְאִי לָךְ בְּעִקְבֵי הַצֹאן- גיי נאך די פיסטריט פון די פריערדיגע צדיקים און טוה גענוי אזוי ווי זיי האבען געטוהן.
לשון קדשו פונעם בעל דברי חיים זצ”ל :ומסגולה איני יודע רק להעתיר להש”י הרופא חולים שישלח ארוכה ומרפא במהרה לחליית בנ”י- איך ווייס נישט פון קיין סגולת (אויף רפואות), נאר איינצורייסען ביי השי”ת ער זאל אין גיכען היילען אלע קראנקע יודען.
מיר וועלן ענדיגען מיט די ווערטער פונעם הייליגען חתם סופר אין זיין צוואה:ולא תאמרו נשתנו העיתים, כי יש לנו אב זקן ית”ש לא נשתנה ולא ישתנה- קלערטס נישט אז היינטיגע צייטען איז אנדערש ווייל מיר האבען אן אלטע פאטער כביכול ב”ה, ער האט זיך נישט געטוישט און ער וועט זיך נישט טוישען.
א מענטש קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכוניםכי אין השלימות בלתי לה' לבדויתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף) די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
סגולות איז ווייט פון א פארגלייך צו ע"ז, און סגולות האט מען געטוהן אין אלע דורות, און אזוי האב איך געהערט פון א חשובער רב פונעם פריערדיגן דור אז אינדערהיים האט מען אויך געטוהן כסדר סגולות.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה:(שה"ש ב יד) teibele1 at birdlover.com
טייבעלע האט געשריבן:
סגולות איז ווייט פון א פארגלייך צו ע"ז, און סגולות האט מען געטוהן אין אלע דורות, און אזוי האב איך געהערט פון א חשובער רב פונעם פריערדיגן דור אז אינדערהיים האט מען אויך געטוהן כסדר סגולות.
א מענטש קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכוניםכי אין השלימות בלתי לה' לבדויתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף) די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
טייבעלע האט געשריבן:
סגולות איז ווייט פון א פארגלייך צו ע"ז, און סגולות האט מען געטוהן אין אלע דורות, און אזוי האב איך געהערט פון א חשובער רב פונעם פריערדיגן דור אז אינדערהיים האט מען אויך געטוהן כסדר סגולות.
איך האלט מיר נאך ביי מיינס מיט די פיהר נקודות נאר עס איז פונקטלאז זיך מתוכח צו זיין ווייל דו ווייסט שוין וואס איך האלט און איך ווייס שוין וואס דו האלטסט, טא פארוואס סתם מילען מעהל? אלענפאלס, שקויעך פאר רעגירען.
א מענטש קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכוניםכי אין השלימות בלתי לה' לבדויתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף) די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מובא ב”באר היטב” בהלכות ברכת המזון (אורח חיים קפ”ה א'): “למה אין 'ף' בכל ברכת המזון?
לפי שכל מי שמברך ברכת המזון בכוונה, אין שולט בו לא אף ולא קצף... ומזונותיו מצוים לו בריווח ובכבוד כל ימיו”. (מקורו בתשב”ץ שט”ו) כיוון שהמברך בכוונה, מחדיר בנפשו את האמונה שהקב”ה נותן לו את מזונותיו, ולו יש להודות (סגולת אמירת ברכת המזון מתוך הכתב בהתמדה ובכוונה מסוגלת לפתיחת צינורות השפע).
א מענטש קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכוניםכי אין השלימות בלתי לה' לבדויתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף) די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס