א. איך האב געהערט נאך פון די פריעריגע צדיקים זי"ע, אז כמעט אלע סגולות וועלכע ווערן געברענגט אין חז"ל און פון די ספרים הק', העלפט נישט פאר דעם היינטיגן דור וואס איז 'הסתר בתוך הסתר', אויסער צוויי סגולות וועלכע איז נאך געבליבן, א. מאכלי שבת, ב. לחש לעין הרע מהרחיד"א זצ"ל (המתחיל 'משביע אני עליכם כל מין עינא בישא' וכו').
ב. דאס ענין פון 'פערציג טעג', פון פרק שירה, נשמת, חלה, האט בכלל נישט קיין מקור, עס קומט בדרך כלל פון איינרעדענישע פרויען, אדער בעסער געזאגט פון אזעלכע ספרדי'שע 'באבאס', וואס ארץ ישראל איז פול מיט זיי, און ווי מען האט שוין פריער געשמועסט אז אין אזא ארימער דור ליידער וואס מיר געפינען זיך, מיט אזעלכע שוואכע מוחות, כאפט מען זיך אן אין יעדע קליין שטרוי, אז אולי ואולי דאס וועט העלפן.
אגב, לעצטנס ווערן געדרוקט אסאך קונטרסים פון פרק שירה, און אין די ההקדמות ברענגען זיי פון מאמרי חז"ל די גרויסקייט צו זאגן פרק שירה, אבער ווען איר וועט אריינקוקן אין די גמרות און די מדרשים וועט איר זעהן אז זיי רעדן נישט פון פרק שירה, נאר גאר פון שירת הים וועלכע מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען 'אז ישיר משה', נאר די מעתיקים לאזן אויס דירעקט די ווערטער פון שירת הים כדי מען זאל מיינען אז דאס גייט ארויף אויף פרק שירה.
ג. דער הויפט ציל וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען, איז דער ענין פון 'עיקר לטפל' ו'מטפל לעיקר', וואס מ'האט שוין פריער געשמועסט, דער הויפט סגולה פון אלע סגולות איז 'תפלה', ביי יעדע צרה ל"ע, צו אויף פרנסה געזונט וכדו' דאס ערשטע זאך איז געווען בקשות ותחנונים צום בוכ"ע, מען פלעגט זיך אויסוויינען ביי דעם תהלימ'ל, די ערליכע אידינע'ס פלעגן זיך אויסוויינען ביים קרבן מנחה סידור, אדער אויף אידיש ביי די תחינה אמהות, וכו'.
ווען מען קוקט אריין אין די פולע מאמרי חז"ל וועלכע רעדן די גרויסקייט פון דעם פשוט'ן דאווענען יעדן טאג, בפרט בציבור אין בית הכנסת, ווי אזוי די אנשי כנסת הגדולה האבן געוואויגן און געמאסטן יעדעס ווארט באזונדער, וויפיל עולמות און היכולות שטייען אויף יעדן ווארט, בפרט אין די אלע ספרי תלמידי הבעש"ט הק' וואס זענען אנגעפולט מיט מורא'דיגע ווערטער וואס ווערט אלץ אפגעטוהן בשעת'ן דאווענען, ווי די חז"ל האבן אונז מבטיח געווען כל העונה אמן יהא שמיה רבא בכל כוחו קורעין לו גזר דינו, אין הקב"ה ממאס תפלת רבים, מתי עת רצון בשעה שישראל מתפללין, מען קען שרייבן גאנצע ספרים נאר פון דעם אלעם וואס מען קען אלץ זיך אויסבעטן ביים דאווענען, ביי פסוקי דזמרה וועלכע טוען פארשניידן און צושטערן די אלע מקטרגים, און ווער רעדט נאך פון די שמונה עשרה וואס אין יעדע ברכה און ברכה ליגט אזויפיל גוטס באהאלטן, בפרט ביי שומע תפלה.
אצינד, בשעת דער עולם האלט שוין אינמיטן פולן ברען פון דאווענען, מען האלט שוין ביי די שירה, זיצט זיך א איד און ער איז יעצט פארנומען מיט א וויכטיגע סגולה און זאגט זיך 'פרק שירה', און דערנאך כאפט ער אפ דאס גאנצע דאווענען מיט די אגב'דיגע שירת הים. א צווייטער גאר כאפט אפ די שמונה עשרה כדי ער זאל קענען אניאגן צו זאגן פרשת המן נאך איידער דער חזן וועט אנהייבן די הויכע שמונה עשרה, און חלילה נישט פארפעלן צו זאגן 'תפלת השל"ה' אינמיטן חזרת הש"ץ, זיך אויסבעטן אויף גוטע זיוויגים פאר זיינע קינדער, - די אלע זאכן זענען פשוט א געלעכטער ליידער.
דאס אלץ נעמט זיך פון די גרויסע פאמפע וואס מען האלט אין איין אדווערטייזן דאס גרויסקייט פון די נייע סגולות, ווי מענטשן ווערן כאילו כסדר געהאלפן, אנשטאט צו נוצן די סגולה וועלכע איז בדוק ומנוסה, צו דאווענען מיט אביסל מער כוונה, דאווענען צושטאט. לאמיר זאגן אפילו אז אין די אלע סגולות איז יא דא עפעס א ממשות, אבער ווי אזוי פארדרייט מען צו מאכן פון א טפל אן עיקר? דאס איז גלייך ווי יענער אנשטאט צו ארבעטן אויף פרנסה קויפט ער אגנאצן טאג לאטאריס אלץ סגולה אויף פרנסה, ווייל ער האט געהערט אז אסאך מענטשן זענען דערפון געהאלפן געווארן.
השי"ת זאל רחמנות האבן אויף אונז, און זאל אונז חונן דעת זיין, מיר זאלן גיין אין די וועגן פון אונזערע עלטערן און רבי'ס, און מיר זאל בקרוב אויסגעלייזט ווערן, אמן.