פרישע סקעמ'ס
דיין ארדער איז אין פראסעס, די ארדער נומבער איז #1663738
$623.25 וועט ארויסגיין פון דיין אקאונט. ביטע רוף די נומבער 1833-559-1784 אויב די ווילסט קענסלען
האב איך באשלאסן אז מאכן א טעלעפאן קאל פון מיין פליפ פאון קען זיכער נישט שאטן. איך רוף אן דעם נומבער, הייבט אויף א אינדיאנער און זאגט מיר אז דאס איז עמעזאן קאסטומער סערוויס.
זיי מעלדן מיר איין אז סאיז דא א ארדער אויף א געלעקסי סעלפאון וואס איך האב קיינמאל באשטעלט און וויבאלד עס איז געווען א סעספישוס ארדער האבן זיי געשיקט א טעקסט עס צו קאנפימען.
הכלל, דער האט נישט געוויסט קיין פרטים פון מיר חוץ מיין סעלפאון נומבער און מיין ערשטע נאמען, און ער פרעגט מיר צו איך ניץ עמעזאן אויף מיין סעלפאון אדער אויף א קאמפיאטער ווייל ער גייט מיר הייסן אריינלאגן אין מיין עמעזאן אקאונט און דורך זיין קאמפיאטער גייט ער דיסעבלען מיין אקאונט (עפעס אזוי). אפס, שוין געכאפט אז דאס טויג נישט.
איך געב עם א פרעג: די סקעם איז דיין אייגענע איידיע? אדער איינער האט דיר דאס געגעבן…
די נעקסטע זאך וואס איך האב געהערט איז א דייל טאן…