קראקא קדישא, קראקא דכולה ביה
[align=center]קראקא פאר הונדערט יאר צוריק, אירע רבי'ס, מיט אירע פארצייטישע חסידים, די בתי מדרשים און שטיבלעך, קראקא דכולה ביה[/align]
די ארטיקל איז ארגינעל געשריבן געווארן עפ"י בקשת הר"ר שמעלקא זאפטיגער אין בעפארגרייטונג צום 'לאמטערנע נומ' 3', וועלכע איז למעשה נישט ערשינען, יעצט שטעל איך עס ארויס דא, אפשר וועלן מאנכע הנאה האבן דערפון.
קראקא מיין היים שטאט טראגט ביי מיר א גרויס געוויכט, דעריבער ווען אין 'המבשר' איז ערשינען די ארטיקל האט עס מיר איינע פון מיינע באקאנטע, אויך א קראקאווער, - דער יעניגער שרייבט דא אויך פון צייט צו צייט, כ'האב אים טאקע שוין לאנג נישט געזעהן – עס אריינגעשיקט, און עס האט מיר זייער געפאלן, האב איך עס איבערגעארבעט אויף אידיש און מוסיף געווען נופך משלי, אביסל פון מיינע ארעמע ידיעות בפרט וואס עס איז שייך צו ראדאמסק.
די ארטיקל איז געבויעט אויף עובדות וסיפורים וועלכע זענען אפגעשריבן געווארן דורך א ערשט האנטיג מקור וועלכע האט עס געהערט פון רבי משה מרדכי לעלובער זצ"ל
[align=center]*[/align]
הרה"ק רבי שמעון נתן נטע בידערמאן זצ"ל דער לעלובער צדיק פון ירושלים, האט ווי באקאנט געוויילט אין פוילן 23 יאר, פון תרע"ג ווען רבי שמעון ארויסגעפארן פון ירושלים קיין אייראפע זיך מסתופף צו זיין בצלו פון זיין רבי'ן הרה"ק רבי ישראל סטאלינער בן הרה"ק רבי אשר השני פון סטאלין, דער פראנקפורטער אדער דער ינוקא, ווי מען האט אים גערופן.
אויף זיין וועג צוריק קיין ירושלים איז רבי שמעון'לע זיך געגאנגען באקענען מיט די פוילישע רבי'ס פון יענע צייט, צווישן זיי עטליכע אייניקלעך פון הייליגן לובלינער און פון יהודי הקדוש פון פשיסחא.
אגב די לעלוב'ע גזע איז געווען זייער ארויפגעקוקט ביי די פוילישע רבי'ס בפרט אין ווארקא, אמשינוב, און ראדאמסק, ווי מען האט זיי זייער מחשיב געווען.
פון די השגחה עליונה איז אזוי צוגעפירט געווארן אז די קורצע באזוך פון רבי שמעון'לע אין קראקא האט זיך אויסגעשטעלט צו א מעשה פון באלד דרייצן יאר.
די ערשטע וועלט מלחמה וועלכע האט אויסגעבראכן תרע"ד, האט אפגעהאקט אלע פארבינדונגען צווישן די קאנטינענטן, אזוי אז רבי שמעון'לע איז געצווינגען געווארן צו בלייבן אין קראקא ווייט פון זיין פאטער רבי דוד'ל לעלובער און אפגעריסן פון זיין גאנצע משפחה וועלכע זענען פארבליבן אין ירושלים עיר הקודש.
אין יענע טעג האט ער אויך פריצייטיג פארלוירן די רעביצין מרת חנה רייצא וועלכע האט זיך אוועק געגעבן במסירת נפש ארויס צו העלפן קראנקע און ארעמע אין ירושלים עיה"ק.
נאך די פריצייטיגע פטירה פון די רעביצין איז רבי משה מרדכי לעלובער, דאן נאך א יונג קינד אריבער וואוינען ביים זיידן דער לעלובער רבי רבי דוד'ל וואס האט אים אריינגענומען אים אויפציען ווי אן אייגן קינד.
סוף תרע"ח איז רבי דוד'ל נסתלק געווארן, און אנהייב ווינטער תרפ"א האט זיך רבי משה מרדכי א יונגע בחור'ל זיך ארויסגעלאזט מיט זיינע געשוויסטער, זיין ברודער ר' יעקב יצחק און א שוועסטער קיין פוילן זיך פאראייניגן מיטן פאטער רבי שמעון'לע.
אויפן וועג האט זיך אויסגעשטעלט אז דער וואס האט זיי איינגעהאנדעלט די שיף קארטעס האט זיי ביטער באשווינדעלט און זיי געקויפט גאר ביליגע קארטעס אויף א לאסט שיף, אבער עס איז שוין געווען צו שפעט עפעס צו טוישן, אזוי זענען זיי געפארן אליין צווישן גויאישע מאטראזן און די מאנשאפט פון דעם לאסט שיף.
אנהייב וועג האבן זיך נאך פארמאגט מיט זיך עפעס צידה לדרך וואס זיי האבן זיך מיט גענומען, אבער די וועג וואס האט געדארפט נעמען נישט מער ווי איין וואך האט זיך געצויגן אויף מער ווי דאפלט און די עסן האט זיך זיי אויסגעלאזט. רבי משה מרדכי האט נישט געוואלט אויף קיין שום פאל נישט נעמען אין מויל אריין פון די טריפה'נע עסן, אזוי איז דורך עטליכע טעג אן נעמען עפעס אין מויל אריין, אז די זיינע כוחות האבן זיך שוין אנגעהויבן אויסלאזן.
בדרך נס האט זיך דער שיף אפגעשטעלט ביי איינע פון די פארטן ווי מען האט דארט אנגעלאדענט עטליכע זעק פיל מיט ניס, איינע פון די זעק האבן זיך דארט אויפגעריסן און די ניס האבן זיך געגאסן אויף דער ערד.
ר' משה מרדכי איז ערלויבט געווארן צוזאמנעמען די אראפגעפאלענע ניס פון וואס עס איז באשטאנען זיין גאנצע ערנערונג אין די קומענדיגע טעג, שפעטער האט ער זיך באקאנט געמאכט מיטן בעקער אין קאך פונעם שיף און ער האט ביי אים אויסגע'פועל'ט ער זאל גארנישט שמירן אויף זיין ברויט און ער זאל אים לאזן אריינווארפן א שפענדל אינעם באק-אויוון אזוי ער זאל כאטש א שטיקל ברויט קענען נעמען אין מויל אריין.
רבי משה מרדכי ווען ער האט מיט יארן שפעטער פארציילט די איבערלעבענישן האט ער מיט זיין זעלטענע ענוה אויסגעפירט: יא אויף די תקופה קענען מיר זאגן 'אשרי ילדותנו שלא ביישה את זקנותנו', הלואי זאל מיר אזוי קענען זאגן 'אשרי זקנתנו שלא ביישה את ילדותנו'...
[align=center]*[/align]
אזוי ארום ערגעץ אין אנהייב פונעם ווינטער תרפ"א איז אנגעקומען קיין קראקא א יונגע בחור'ל א בנש"ק אנגעפילט מיט תורה ועבודה, באגלייט מיטן כתר הוראה יורה יורה פון די גדולי ירושלים אויסער פון זיין אויסטערלישע בקיאות און רוב מסכתות פון ש"ס, אבער זיין נשמה האט געזידט און געלעכצט זיך צו ווייקן און קלאמערן אין שאטן פון די צדיקי הדור, זיך אנזעטיגן זיין הונגער און דארשט מיט זייערע לעכטיגע דרכים אין עבודת השם.
' איך בין געווען א נאשער פון צדיקים', האט ער אליין געזאגט אויף זיך עטליכע מאל, אזוי אז דאס האט אים צוגעברענגט אז ער האט זיך פיל געדרייט צווישן די געהויבענע אידן וועלכע קראקא - די הויפט שטאט אין גאליציע די ' כרכא דכולה ביה' ווי ער איז בהשגחה עליונה אנגעקומען, האט פיל פארמאגט פון זיי, אזוי אז די עיר מלאה חכמים וסופרים, איז געווען פאר אים א רחניות'דיגער גאלד-גרובן.
צווישן די תלמידי חכמים וועלכע קראקא איז באשאנקען געווען, צווישן די אנגעזאפטע ווענט פון די פריערדיגע צדיקים, און די פילע אלטע בתי מדרשים, שטיבלעך וועלכע זענען איינגעזאפט געווען פיל מיט אהבת התורה והיראה, דארט אונטער זייער שאטן און פון די שמועסן פון די פריערדיגע פארצייטישע חסידים וועלכע זענען נאך געווען צו געפינען דארטן, דארט ער געטראפן את שאהבה נפשו.
נישט ווייניג מאל פלעגט ער רעדן פון 'די פרומקייט' פון 'די קראקאווער אידן', אויף זייער געוואלדיגע הקפדה אויף יעדן קוצו של יו"ד, אויף יעדן מנהג און הלכה, צום ביישפיל, האט ער אמאל פארציילט ווי די קראקאווער אידן וועלכע האבן נישט געזעהן קיין איילבירטן פאר די אויגן, היות עס איז נישט געווען מצוי דארטן, האבן נישט געוויסט קיין שיעור כזית, און ווען זיי האבן געוואלט מקיים זיין דעם כזית מצה האבן זיי געגעסן א שיעור באלד ווי א גאנצער זית בוים.
מיט יארן שפעטער אלץ לעלובער רבי אין בני ברק פלעגט ער פיל פארציילן ביי זיינע שיינע טישן און פארברענגן פון די לעכטיגע טעג פון די הייליגע אידן וועלכער ער האט נאך עספיעט צו פארכאפן צו זעהן, די תמימות'דיגע אידן, וועלכע זענען רובו ככולו ליידער פארברענט געווארן על קידוש השם, הי"ד.
די טייערע סיפורים פלעגט ער פארציילן מיט אזא בענקשאפט צו א מין העכערן אטמאספערע, א לויטערקייט, וועלכע האט דערהויבן אלע צוהערער צו א ווייטער פארגאנגענהייט און מיט א טפח העכער די ערדישע באגריפן, און האט אריינגעברענגט אינערליכע התרגשות און פייער פון התקרבות לאביהם שבשמים.
המשך יבוא לויטן פארלאנג בעז"ה
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז