דרייוון קיין פלארידא

ניו יארק און ארום

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אביונה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: דרייוון קיין פלארידא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

ווייסעך פון צוויי אידן וועלכע פלעגן דאס טוהן יערליך [נעכטיגן אינטערוועגנס אין א מאטעל],
אויב סי'דיר אינטרעסאנט, קענעך דיר געבן נעמען אין אישי
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: דרייוון קיין פלארידא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

I did it 3 times already. With kids.
We were going for a few weeks, so it made sense to do it, since it stretched the trip for another few days.
For a couple I don't think it makes sense, unless you go for a long time and you ate doing it for the purpose of having your car while you are in Florida.
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

Re: דרייוון קיין פלארידא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

שוין געטאן דעם טריפ עטליכע מאל.

ע"פ רוב געווען א איינצעלע דרייווער.

אלעמאל געפארן מיט די קינדער (כ'האב עס בעיקר געטאן צוליב די קינדער, ווען איך פאר אליין כאפ איך א פיינעם פליגער און פטור א עסק) און זעק און פעק (צוגעקויפט אזא צוזאמלייג סטארעזש חפץ און געלייגט אויפן דאך, א גאנצע וועג געווען ביזי צו ס'איז נישט אוועקגעפלויגן, ס'האט אזויפיל אויפגעטון אז ס'האט געהאלטן היבש וואך).

איך בין געפארן אין איין שאס, צו ווייל ס'איז געווען נאנט צו שבת, און בכלל האב איך נישט געזוכט זיך אפצושטעלן, ס'איז מיר פשוט נישט ווערד געווען צו דארפן אויספאקן ס'גאנצע געפעק און דערנאך צוריק אריינפאקן.

די ערשטע 4 שעה און די לעצטע 4 שעה איז די שווערסטע חלק פון די רייזע, די ערשטע 4 שעה איז עס וויבאלד די קוקסט אגאנצע צייט אויפן GPS און די וועג זעט פשוט אויס ענדלאז, עס הייבט אן אריינקומען די חרטה געפילן, צו וואס האב איך זיך אנגעזוכט דאס געשעפט...

די לעצטע 4 שעה איז זייער שווער, ווייל ביי דיר אין קאפ נאכן פארן שוין 14-15 שעה און האסט בלויז נאך 4 שעה פילסטו ביי דיר אז די ביסט שוין ממש אט אט דא, אבער אין אמת'ן ביסטו נאך זייער ווייט, און עס הייבט אן אויסזעהן ווי די וועג גייט זיך פשוט נישט ענדיגן... און בכלל ביסטו שוין זייער מיעד און אפגעמוטשעט נאך אזא לאנגע דרייוו, און די קינדער אין בעק הייבן שוין אויך אן אונטערטאנען..

איך האב נישט געדאווענט מיט מנין, נאר געמאכט איין גרויסע סטאפ פאר שחרית פרישטאג וכו', און דערנאך עטליכע קליינע סטאפס כפי הצורך.

איך בין ארויסגעפארן אלעמאל שפעט ביינאכט, אזוי אז די ערשטע 6-7 שעה איז דער עולם מער ווייניגער געשלאפן, וואס האט געמאכט גרינגער די עסק.

איך האב זיך איינגעהאנדעלט א קאר סקרין און געלאזט די קינדער וואטשן די אונטערן שפילן, ווען נישט דעם וואלט איך זיך עס נישט אונטערגענומען,

מיר האבן געקויפט פארשידענע שפילן אויף עמעזאן וואס דארפן צו זיין געאייגענט פאר לאנגע וועגן וכדומה.

בקיצור אזוי קען מען רעדן און רעדן, מער ווייניגער האט זיך עס זייער גוט אויסגעארבעט והא ראי' כ'האב עס איבערגעטון עטליכע מאל.

שטייצעך נישט פארגעסן: קאווע, ענערדשי דרינקס וכדו' אסאך פאפיטעס, נאשערייען, זאכן צו הערן בעת די ארומיגע שלאפן, און זיין גרייט צו דרימלען פאר א האלבע שעה אין א פארשטיפטע געז סטעישאן אין נארט קאראליינע...

מ'קען מיר פרעגן אין אישי אויב איינער דארף מער פרטים
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: דרייוון קיין פלארידא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

אבי.גערעדט האט געשריבן:

וויפיל קאסט די געז?
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

Re: דרייוון קיין פלארידא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
אבי.גערעדט האט געשריבן:
שוין געטאן דעם טריפ עטליכע מאל.

מ'קען מיר פרעגן אין אישי אויב איינער דארף מער פרטים
וויפיל קאסט די געז?
עס איז בערך 100 גאלאן א ראונד טריפ פאר א מיני ווען.

מאך די חשבון 100X3.25

ארום 3 מאות, ווענדט זיך אין די גאז פרייזן
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4595
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: דרייוון קיין פלארידא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

אבי.גערעדט האט געשריבן:
שוין געטאן דעם טריפ עטליכע מאל.
◄ ווייז ספוילער
ע"פ רוב געווען א איינצעלע דרייווער.

אלעמאל געפארן מיט די קינדער (כ'האב עס בעיקר געטאן צוליב די קינדער, ווען איך פאר אליין כאפ איך א פיינעם פליגער און פטור א עסק) און זעק און פעק (צוגעקויפט אזא צוזאמלייג סטארעזש חפץ און געלייגט אויפן דאך, א גאנצע וועג געווען ביזי צו ס'איז נישט אוועקגעפלויגן, ס'האט אזויפיל אויפגעטון אז ס'האט געהאלטן היבש וואך).

איך בין געפארן אין איין שאס, צו ווייל ס'איז געווען נאנט צו שבת, און בכלל האב איך נישט געזוכט זיך אפצושטעלן, ס'איז מיר פשוט נישט ווערד געווען צו דארפן אויספאקן ס'גאנצע געפעק און דערנאך צוריק אריינפאקן.

די ערשטע 4 שעה און די לעצטע 4 שעה איז די שווערסטע חלק פון די רייזע, די ערשטע 4 שעה איז עס וויבאלד די קוקסט אגאנצע צייט אויפן GPS און די וועג זעט פשוט אויס ענדלאז, עס הייבט אן אריינקומען די חרטה געפילן, צו וואס האב איך זיך אנגעזוכט דאס געשעפט...

די לעצטע 4 שעה איז זייער שווער, ווייל ביי דיר אין קאפ נאכן פארן שוין 14-15 שעה און האסט בלויז נאך 4 שעה פילסטו ביי דיר אז די ביסט שוין ממש אט אט דא, אבער אין אמת'ן ביסטו נאך זייער ווייט, און עס הייבט אן אויסזעהן ווי די וועג גייט זיך פשוט נישט ענדיגן... און בכלל ביסטו שוין זייער מיעד און אפגעמוטשעט נאך אזא לאנגע דרייוו, און די קינדער אין בעק הייבן שוין אויך אן אונטערטאנען..

איך האב נישט געדאווענט מיט מנין, נאר געמאכט איין גרויסע סטאפ פאר שחרית פרישטאג וכו', און דערנאך עטליכע קליינע סטאפס כפי הצורך.

איך בין ארויסגעפארן אלעמאל שפעט ביינאכט, אזוי אז די ערשטע 6-7 שעה איז דער עולם מער ווייניגער געשלאפן, וואס האט געמאכט גרינגער די עסק.

איך האב זיך איינגעהאנדעלט א קאר סקרין און געלאזט די קינדער וואטשן די אונטערן שפילן, ווען נישט דעם וואלט איך זיך עס נישט אונטערגענומען,

מיר האבן געקויפט פארשידענע שפילן אויף עמעזאן וואס דארפן צו זיין געאייגענט פאר לאנגע וועגן וכדומה.

בקיצור אזוי קען מען רעדן און רעדן, מער ווייניגער האט זיך עס זייער גוט אויסגעארבעט והא ראי' כ'האב עס איבערגעטון עטליכע מאל.

שטייצעך נישט פארגעסן: קאווע, ענערדשי דרינקס וכדו' אסאך פאפיטעס, נאשערייען, זאכן צו הערן בעת די ארומיגע שלאפן, און זיין גרייט צו דרימלען פאר א האלבע שעה אין א פארשטיפטע געז סטעישאן אין נארט קאראליינע...

מ'קען מיר פרעגן אין אישי אויב איינער דארף מער פרטים
זייער אינטערעסאנט וואס די שרייבסט און שכח פארן אריינקומען מיט די דיטעלס.

יעצט וואלט געווען אינטערעסאנט צוהערן פין איינער וואס האט עס נישט געמאכט אין איין שאס נאר מער צוטיילט די וועגן אין א פאר טאג ווי א ראוד טריפ. ווי מען האט זיך אפגעשטעלט, וואס האט ער געטון מיט עסן און מנין וכדומה.
אוועטאר
Mister
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

Re: דרייוון קיין פלארידא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mister »

ארויסגעשלעפט פון לעדל, געװען עטליכע יאר צירוק,

כבין אלעמאל געװען אין די מאָד פון א ראוד טריפ קיין פלארידא.
געטראכט סאיז א גיטע פלאן אבער נישט געחולמט אז סװעט קומען לידי מעשה.

מיר פלעגן עס דערמאנען אין שטוב דא-דארט מער אלס א װערטל, ביז די רביצין זאגט איינמאל, יא לאמיר פרובירן.. האט זיך אנגעהויבן װעבן ערנסטע פלענער.

איינע פון די פראבלעמען פון פארן מיט א קאר איז די מיינונג ביים עולם אז מקומט אן אהיים מער אויסגעמיטשעט װי פארן גיין, אזוי אויך אז מדארף האבן צוויי וואכן פאר אזא טריפ, האב איך אנגעהויבן פלאנירען אזא 'הייבריד' פלאן, דהיינו מ'װעט פארן מיט א קאר איין װעג, אין נעמען א פליגער צוריק...
װאס ס'האט צוגעהאלפן צום פלאן איז געװען דאס װאס מיר האבן בשעתו נאכנישט פארמאגט קיין אייגענע קאר, דארף מען עניװעי דינגען קארס דא דארט, נא העט מען דינגען א וואן וועי רענטל, און דאס צוריק געבען אין פלארידא..

למעשה האבן מיר געטראפן אזא דיעל, געװענטליך איז דאס אנהייב װינטער װען די רענטעלס דארפן מער קאר אראפ סאוט צו די װארעמערע ערטער ווי סאיז דא א גרעסערע דימענד ווינטער.
סדא עטליכע װאס טוען דאס, אבער האמיר געזוכט דװקא פון נעשענאל קאר רענטעל, װייל דארט קען מען טשוזען א קאר פונעם אייל (װען מען רעזערװירט א מיד-סייז קאר)
האמיר געכאפט א פיינע פרייז פון ארום 250 $ פאר א חודש, זעמער געפארן קיין לא גװארדיע עירפארט, און גענומען א פיינע 7 פעסענדזשער SUV, האמער שוין געהאט רװח פונעם טריפּ אז מיר האבן א 7 פּעסענדשער קאר פאר 2+ װאכן פארן ארויספארן.

האמיר שוין די קאר, יעצט דארף מען זיך נעמען פלאנירן די רייזע, נעמער זיך זיכען א לאקאציע װי מיר װעלן פארברענגען די װאך.

עסן האמיר מיטגענומען פארפרוירענע פעקעדזשד עסן פון גאטליעבס רעסטוראנט, (מורא'דיג הנאה געהאט דערפון, אזויװי אלעמאל) זיכער געמאכט אז סאיז דא א פרידזש און מייקראוועוו אין אלע פלעצער ווי מגיימער איינשטיין.

יעצט, סאיז דא א מהלך ביי ראוד טריפס צו פארן צוביסלעך, יעדע נאכט נעכטיגן אין אן אנדערע שטאט, אבער מיר האבן ענדערש געװאלט פארן רוב װעג און דארט זיצן עטליכע טעג (פארשטייט זיך א געגנט מיט א מנין), דערנאך צופארן קיין מיאמי, אבער לאמיר גיין פאװאליע.

מיר האבן שטודירט די מאפעס, (מיט מנין, ערגעץ ארום פלארידע) און אויסגעקליבן דעיטאנא ביעטש פלארידא, צוליב װאס עס איז היפּש ביליגער װי ערטער אראפ סאוט, פלאס סאיז היפּש שטילער דא, מיט א חב"ד שוהל פאר מנינים, און מקוה.
אקעי, װייסן מיר שוין א דעסטינעשיאן, פון אפסטעיט נ"י צו דעיטאנע ביעטש איז ארום 16 שעה, די מיטל פונקט איז בערך 8 שעה, האמיר אויסגעקליבן ראלי נארט קאראליינע פאר אינזער סטאפּאָװער.

איינע פון די פרטים פונעם טריפ פלאנירונג איז געװען די מנין סעלעקציע, מיר האבן ב"ה נישט פארפאסט קיין תפילה בציבור די גאנצע װאך. קודם האמיר שטודירט 'גאָ דאַװען' פאר אלע מינינים נעבען די 95 אראפ, אין יעדע הויפּט שטאט איז דא אידישע סענטערס נישט מער װי ארום 10 מינוט ארויס דעם װעג, צב"ש באלטימאר, װאשינגטאן די סי אא"װ, האמיר געמאכט א ליסטע פון אלע מינינים, אדדרעסן, זמנים און טעלעפאן נומבערס װי װייט מעגליך, אריינגעלייגט אין גארמין GPS אזוי עס צו האבן װען מדארף עס.

זונטאג
פארן מיר ארויס זונטאג מיטאג (ארום א שעה שפעטער װי געפלאנט, צוליב א װיזיט ביים דאקטער מיטן קליינעם פארן אפּשיקן צום בעביסיטער, אבער נישט געדאגה'עט, העמיר סטאפן מנחה איינס פריער...)

אזוי פאר מיר אריבער ניו דשערסי, דעלעװער, מערילענד (ווען מיר פרובירן צו כאפן א בילד פון אלע וועלקאם סיינס אויפן הייוועי...)
אריין קיין װירדשינע, די צייט רוקט זיך אזוי אַז מיר װעלן שוין נישט אנקומען צו מנחה אין ריטשמאנד װירדשינע, אקעי װעלמער סטאפען א שעה צװיי פריער אין פעירפעקס װירדשינע, (װעלמער אנקומען אביסל שפּעטער קיין נארט קאראליינע)

מנחה/מעריב ליום א
עפעס א שטילע הייזקע דינט אלס די חב"ד הויז,
חב"ד פעירפעקס װירדזשינע
https://goo.gl/maps/ahj3DPbg9VnzBJ7x7

נאך מנחה/מעריב (ארום 6ע צייט) לאמיר זיך ארויס ווייטער און וועג, אריבער װירדזשינע,

יעצט גייען מיר איבערשלאפן אין ראלי נארט קאראליינע, א שטיקל אומװעג פון 15-20 מינוט, נישט געפערליך, אבער גיימער דא האבן א מנין שחרית.

אזוי װי מיר שלאפן נאר איבער דא, האמיר געניצט פרייסליין "געב דיין אייגענע פרייז" (name your own price) טאָל צו באָקען א רום פאר א נישטיגע 60 טאלער, (שוין דא ערגעץ ערקלערט?)
האמער נאר זיכער געמאכט פון פאראויס אז מקען אריינגעבען א פארפרוינעם באקס צו האלטן אין פריזער איבערנאכט.

שחרית ליום ב
https://goo.gl/maps/H5Vtc5d4mRZiaMqx8
חב"ד ראלי נארט קאראליינע
כמיין אז כבין געווען די צענטער צום מנין דא...
(אינטערעסאנט, וויאזוי וואלטן זיי געהאט מנין אן מיר?? : ) )

אקעי, פארן מיר ארויס פון נארט קאראליינע, אריבער קיין סאוט קאראליינע,
נאך א צװיי שעה פארן סטאפען מיר ביי די סאוט קאראליינע וולעקאם סענטער אויפן 87,

נאך א דריי שעה פארן מיר אריין קיין דזשארדזשיע.
מיר האבן געקלערט אנצוקומען צו מנחה מעריב קיין דזשעקסאנוויל פלארידא, אזוי אַז מיר װעלן שוין נישט האבן מער פון א שעה אהאלב צום האטעל, למעשה איז געווארן צו טייט די צייט אנצוקומען ביז אהין, האמיר געסעטעלט אויף סאװאנע דזשארדזשיע,

מנחה/מעריב ליום ב

דא איז שוין דא א גרעסערע קהילה, עטליכע צעהנדליגע אידן, מיט א שיינע שיעור צווישן מנחה מעריב, זייער געשמאק געווען.
בני ברית יעקב, סאװאנע דזשארדזשיע
https://goo.gl/maps/MZATvtiPcrj8BTEm8

דערנאך לאמיר זיך ארויס קיין פלארידא...
מאך מיר א שנעלע סטאפ ביים פלארידא וולעקאם סענטער, דערנאך לאמיר זיך ארויס צום דעסטינאציע:

דעיטאנא ביעטש פלארידא

https://goo.gl/maps/FRb3hjAGknNQHHuL7
געווען בשעתו א ברענד ניו האטעל, ביים וואסער, פרידזש און מייקראוועוו אין צימער, און נישט צופיל מענטשן ארום.

חב"ד דעיטאנא ביעטש פלארידא

https://goo.gl/maps/atZTSuh3dSDWev7h9
חב"ד דעיטאנא ביעטש פלארידא, וואס מיר האבן גענוצט פאר שחרית, מנחה/מעריב פאר די קומענדיגע פאר טאג,
עפעס א הערליכע ביהמ"ד / מוסדות בילדינג דא, מיט א מקוה אינדרויסן וואס מיר האבן געניצט יעדן טאג.

כשר עסן האמיר נישט עכט געדארפט, אבער האמיר באזיכט עפעס א כשר טעיקאוט דערנעבן (מעגליך Jerusalem Grill, זעה איך זיי זענען שוין פארמאכט) מיט א פלארידא טשעין סטאר Winn-Dixie וואס האט עפעס כשר עסן.

דאנערשטאגלאמער זיך ארויס קיין מיאמי, ארום 3 - 4 שעה, אינמיטן וועג (ארום האלב וועג) טרעף מיר א שיינע שפאציר גארטן:

Port St. Lucie Botanical Gardens
https://goo.gl/maps/Z2kEdshbMmZoPwgo9

אויף שבתזעמער געװען אין נאָרט מיאמי,Luxure האט אזא 4-יוניט הייזקע, פיר עקסטערע דירות, מיט א בשותפות פול װאס איז איינגעטיילט אויף שעות, יעדע הויז האטעס בערך 2 שעה בייטאג אין צוויי שעה ביינאכט, האמער זייער הנאה געהאט (דאכצעך געװען דעמאלץ ארום 300-325 א נאכט)

נאך שבת האמיר געפאקט פעק אהיימצופארן,
אויפן װעג צום עירפאַרט האמער נאך באװיזן אריינצוקאלן נעשענאל קאר רענטעל צו באקומען א פרי טאנק געז װייל סאיז שפּעט פאר מיין פלייט (נאכען קומען צופארן אזא לאנגע פון ניו יארק...)

האף מיר אז איר האט הנאה געהאט פונעם רייזע, מיר װאלטען דאס געטון נאכאמאל עני טיים װען די צייט/קינדער ב"ה/ארבעט ערלויבט...
משה יצחקאוויטש
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 16, 2022 1:23 pm

Re: דרייוון קיין פלארידא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקאוויטש »

ווייסט אדער האט שוין איינער גענומען א שיף וואס מען קען נעמען אראפ צו פלארידע?
פאטאש
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 31, 2016 11:31 pm
לאקאציע: https://maps.app.goo.gl/KWY4cRDCwtFRuj1k6

תגובה דורך פאטאש »

@Mister ווי קען מען טרעפן גוטע דיעלס פאר וואן וועי רענטאלס?
פאטאש = POTUS
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4595
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: דרייוון קיין פלארידא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

פאטאש האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:23 pm

האסט עפעס געטראפן? איך האב געטרייט צומאכן רעזערוואציעס אויף הירץ און ענטערפרייז, קוקט אויס ווי זיי לאזן נישט איין וועג רענטל.

נישטאמת האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 8:18 pm

ביי רוב רענטאלס קען מען צוריקגעבן ביי א צווייטע לאקאציע זיי בעטן אבער א געשוואלענע fee
די שאלה איז וויאזוי מקען באקומען א גוטן דיעל ווען די רענטאל וויל יעצט האבן מער קארס אין א צווייטע סטעיט
פאטאש = POTUS
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3568
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: דרייוון קיין פלארידא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

משה יצחקאוויטש האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 8:17 pm
ווייסט אדער האט שוין איינער גענומען א שיף וואס מען קען נעמען אראפ צו פלארידע?
עס נעמט צוויי וואכן.
אוועטאר
Mister
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

Re: דרייוון קיין פלארידא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mister »

פאטאש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 4:02 pm
נישטאמת האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 8:18 pm
פאטאש האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:23 pm
@Mister ווי קען מען טרעפן גוטע דיעלס פאר וואן וועי רענטאלס?
האסט עפעס געטראפן? איך האב געטרייט צומאכן רעזערוואציעס אויף הירץ און ענטערפרייז, קוקט אויס ווי זיי לאזן נישט איין וועג רענטל.
ביי רוב רענטאלס קען מען צוריקגעבן ביי א צווייטע לאקאציע זיי בעטן אבער א געשוואלענע fee
די שאלה איז וויאזוי מקען באקומען א גוטן דיעל ווען די רענטאל וויל יעצט האבן מער קארס אין א צווייטע סטעיט
טשעק אויף פרייסליין
גאנץ גיטע פרייזן
priceline.png
priceline.png (132.07 KiB) געזען 784 מאל
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4595
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: דרייוון קיין פלארידא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

Mister האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 3:24 pm
טשעק אויף פרייסליין
גאנץ גיטע פרייזן
priceline.png
שכח. איך וויל די אנדערע וועג, פון פלארידא צו דא, איז עס אויך דע פרייז?
משה יצחקאוויטש
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 16, 2022 1:23 pm

Re: דרייוון קיין פלארידא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקאוויטש »

נישטאמת האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 3:52 pm
Mister האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 3:24 pm
טשעק אויף פרייסליין
גאנץ גיטע פרייזן
priceline.png
שכח. איך וויל די אנדערע וועג, פון פלארידא צו דא, איז עס אויך דע פרייז?
האסט עפעס געטראפן?
שרייב תגובה

צוריק צו “לאקאלע טרעוול”