Re: "אסיפת העיר" קרית יואל - ע"פ קריאת האדמו"ר מהר"א - ה' ויחי תשפ"ב
יצחק אייזיק האט געשריבן:מצה בעקערי האט געשריבן:יצחק אייזיק האט געשריבן:מי יודע האט געשריבן: יוסף הצדיק האט געזאגט וימאן איז דא א שלשלת, ער האט געהאלטן פאר די אויגן אז ער איז א חלק פונעם שלשלת הזהב ער קען עס נישט אפהאקן, און דאס האט אים אפגעהאלטן פון א עבירה
וועמענ׳ס ווארט איז דאס?
נאסוד'ער רב זצוק"ל כי תצא למלחמה על אויבך - מלחמת היצר . תצא איז ר"ת ת'צייר צ'ורת א'ביך יוסף הצדיק האט זיך נאר געהאלטן ביי פוטיפר ווייל ער האט זיך דערמאנט דמות דיוקנא של אביו
דמות דיוקנו של אביו זאגט שוין רש"י הק׳...
איך רעד פון די ׳שלשלת׳ חידוש. ס׳איז א שיין ווארט.
כ'זיך נישט צו פארדרייען דעם אשכול, אבער אויב די האסט געפרעגט: פאר עטליכע יאר צוריק האט כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א נאכגעזאגט די ווארט, זאגענדינג: "מ'זאגט נאך א חסידיש ווארט".