געדענק מיר נישט אזא דרשה פון רבין מלא תוכן מיט שניידעדיגע מוסר, איך האב געזען א איד זיך ווארפן מיט די הענט אויף די אויגן, נאך וואס די רבי האט אראפגעלייגט אשר יקרא אתכם באחרית הימים מ'וועט ארויפקומען אויף יענע וועלט און מ'וועט פארליינען אלע מעשים
עטליכע שטארקע נקודות לך לאומן שעשני, מ'פרעגט א איד פארוואס פירסטו זיך אזוי אויף, זאגט ער כ'האב ביי מיין טאטן נישט בעסער געזען אשרי מי שרואה את הוריו באומנות מעולה, ער טוט א מצוה מיט א ברען ווייל ער האט אזוי געזען ביים טאטן, אוי לו למי שרואה את הוריו באומנות פגומה דין וחשבון אויף די קינדער וואס מ'לאזט איבער יוסף הצדיק האט געזאגט וימאן איז דא א שלשלת, ער האט געהאלטן פאר די אויגן אז ער איז א חלק פונעם שלשלת הזהב ער קען עס נישט אפהאקן, און דאס האט אים אפגעהאלטן פון א עבירה
און צום סוף די שניידעדיגע ווערטער, די פעטער ז"ל פרעגט, שמא יש פסול במטתי, איז ח"ו קרית יואל והגלילות צוטיילט אין צוויי מחנות, א מחנה אלקים און א מחנה פון ריקים, און מיר זאגן ח"ו אין בלבינו אלא אחד, קרית יואל והגלילות איז שטאט פון כולם יראים ושלימים
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מיט גאלדענע בוכשטאבן ווערן פארצייכנט די היינטיגע ליכטיגע נאכט "ליל שישי ויחי תשפ"ב" אין די היסטאריע פון עיר הקודש קרית יואל, א לילה כיום יאיר ווען אלע תושבי העיר האבן אין א פאראייניגטע הייליגע אנטשלאסנקייט וברצון עילאה אויסגערופן: נעשה ונשמע! די אלע הייליגע און יסודות'דיגע "תקנות העיר" הנחתם בטבעת המלך, איז אונז מחייב און מזכה, ומנה לא נזוע!
די שפראך איז צו ארעם אראפצושילדערן די טאפנדע התעוררות והתרוממות וואס האט געשוועבט אינעם תל תלפיות וואו רביה"ק זי"ע האט מתפלל געווען, און האט איצט אראפגעקוקט ממרומים מיט א נחת רוח אז זיין הייליגע ירושה, זיין הייליגע הארעוואניע, בלייבט הייליג און אפגעהיטן, עדת צאן מרעיתו תושבי הקרי' נעמען זיך פאר ברצון גמורה איינצוהאלטן אלע תקנות קדושות, וואס ממלא מקומו בקודש ושומר גחלתו, דער געטרייער מנהיג העדה, מרא דאתרא קדישא מרן רבינו שליט"א האט חוקק געווען און אראפגעשטעלט פאר'ן עיר קרית יואל והגלילות.
אן אומגלויבליכע מחזה האט זיך אנטפלעקט אנגעהויבן פון 8:00 אווענט, ווען זקנים עם נערים, פון אלע יארגענג און טיפן, כי כל העדה כולם קדושים, אלע תושבי העיר והגלילות טוען מיט התרגשות דקדושה איבערשטאפן דעם היכל הגדול ביז איבער די ברעגעס, און נאך א קורצע צייט איז שוין נישטא וואו צו זיצן, און די עסקנים ספראווען זיך צו פלאצירן דעם ציבור.
פתיחת האסיפה איז געווען דער הגה"צ רבי שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב ביהמ"ד דברי חיים, ממובחרי תלמידי רביה"ק זי"ע, וועלכער האט אדרעסירט בנועם שפתותיו אדרעסירט די קריטישקייט פון די היינט-נאכטיגע פארזאמלונג וואס איז נוגע פאר יעדן איינציגן יחיד, לטובתו ולטובת זרעו עד עולם, ספעציעל אונטערשטרייכנדיג דער אומבויגזאמער תוקף פון "תקנות העיר", וואס איז געווען א דבר פשוט אלע דורות, אין אלע שטעט און דערפער בערי אייראפע, אז מיט דעם שפילט מען זיך נישט, מ'האלט דאס איין בחיוב גמור.
א יראת הכבוד האט זיך אראפגעלאזט אין ביהמ"ד, ווען הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א, דער עמוד הוראה וועם רביה"ק זי"ע האט ממנה געווען ביים התייסדות הקרי', האט מיט א פלאם פייער משמיע געווען דעם "דבר ה' זו הלכה", איבער'ן הלכה'דיגן תוקף פון אלע תקנות וואס די רבני העיר האבן היינטיגן טאג אונטערגעשריבן, און איז מחייב יעדן איינציגן תושב העיר, בלי יוצא מן הכלל.
א חרדת קודש האט באנומען דעם מקהלות עם רב, ווען דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דעם דבר העיר, א לענגערע צייט ארומגעקאכט באש קודש, ואורייתא קמרתח בי' בקול ה' בכח, בקדושת העיר קרית יואל עד היום, וואס גייט אן בכוחו וקדושתו פונעם פעטער זי"ע, וועלכער האט מייסד געווען די שטאט און דערינען משריש געווען די הייליגע יסודות און הוראות, וואס ער האט געוואלט און איז געווען מגמת נפשו הטהורה אז אזא צורה זאל די שטאט טראגן, ווי ס'איז ידוע ומפורסם כמה נצטער אותו צדיק, פונעם טאג ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע, האט ער געהאט די דאגה און אזויפיל פעולות געטאן מייסד צו זיין אן אייגענע שטעטל, אלעס מיט'ן ציל אז עס זאל זיין הייליג און אפגעהיטן פון די דרויסנדיגע גאס.
מיט א ברייטע הסברה האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט ווי אזוי די התרחבת גבולי הקדושה, די שטאט האט זיך בליעה"ר אזוי צעבליעט און צעוואקסן, האט דאס געברענגט מיט זיך אז די גלילות העיר האבן אנגעהויבן שטארק באזעצט ווערן, און צוזאמען מיט דעם האט דאס געשאפן א נייע סארט מציאות וואס מ'האט ביז היינט נישט געזען, אז ס'זאל זיך ח"ו שאפן הזנחות אין די עיקרי יסודות פון קדושת מחנינו, אין פארשידענע ענינים חמורים, און ס'איז הגיע הזמן צו אוועקשטעלן "תקנות העיר", וואס זאל מחייב זיין אלע תושבי העיר והגלילות, אזוי צו קענען בעז"ה, ובכוחו וזכותו פונעם פעטער זי"ע, ממשיך זיין ווייטער רצון קדשו ומגמת נפשו הטהורה, אז די שטאט קרית יואל פארבלייבט א נחלת קודש וקרי' נאמנה, אויף דעם אופן וואס ער האט געוואלט און געמאנט.
בדברים בוערים האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט די הייליגקייט פון די היינטיגע אסיפה, ווען כולם נקבצו באו, אלע תושבים והגלילות, נעמען זיך צונויף מיט א דעה אחת, לעשות רצון אבינו שבשמים, מקבל זיין ברצון גמורה די "תקנות העיר", וואס ווערט אראפגעשטעלט עלינו ועל זרעינו, און איז מחייב אלע תושבים והגלילות בלי יוצא מן הכלל, עד עולם, און נאר אזוי, וועט מען בעז"ה קענען ממשיך זיין די קדושת העיר וצורתה הרוחני, וואס דער פעטער זי"ע האט געוואלט און אזוי געבלוטיגט דערפאר.
נאך די דברות קודש מלהבות אש, האט דער ציבור אטעם-פארכאפנד מיטגעהאלטן די היסטארישער מאמענט, ווען הגה"צ רבי שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א ממובחרי תלמידי רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע ורב ביהמ"ד דברי חיים דקהל יטב לב קרית יואל, האט פארגעליינט די אלע סעיפים פון די "תקנות העיר" וואס איז מחייב אלע תושבים והגלילות, צו קענען בעז"ה פארזיכערן אז מיט די אויסברייטערונג פון די שטאט אין די גלילות, ווערט ח"ו נישט אפגעשוואכט די חומת הקדושה, די הייליגע תקנות וואס איז מחייב יעדן תושבי העיר והגלילות צוגלייך.
מיט א הייסע שטימונג פון "קבלו עליהם" באהבה ורצון, האט זיך דער ציבור צעשפרייט פון דער אסיפה נשגבה וואס איז אצינד דאס געשפרעך פון טאג ביים גאנצן יהדות החרדית.