שוין צוערשט נעמט מען א פליגער פין ניו יארק צום Cancun international Airport
א רייזע פון 4 שעה, די וועג צוריג איז בערך 3 שעה מיט פופצן מינוט
די שטאט איז באוויסט מיט איר קריסטעל בלוי וואסער אין ווייסע זאמד ברעגעס ,עס איז א שטאט ביים סוף פון מעקסיקא ביי די גאלף אף מעקסיקא (די אנדערע עק פון פלארידע). די שטאט איז געווען נאכגעלאזט, און אין 1970 האט די רעגירונג געוואלט פארוואנדלן די שטאט פאר א ריזארט פלאץ מיט'ן חשבון אז ס'וועט בויען די ארטיגע עקאנעמי האט זי געהאלפן פיינענסן די ערשטע 9 האטעלס, און אין 1974 איז שוין געשטאנען די ערשטע פאר האטעלס, היינט געפינט זיך שוין דארט 143 האטעלס מיט איבער 30.000 האטעל צימערן, קאנקאן איז א פלאץ וואס איז אייביג הייס, סוף זומער קען זיין אזוי הייס ביז 120 דעגרי, אויך רעגנט דארט זייער ווייניג, עס באזוכן דארט ארום 5 מיליאן מענטשען א יאר, די הייסע סיזען איז פון דעצעמבער ביז אפריל.
די שטאט איז צוטיילט אין צוויי קודם איז דא די דאונטאון געגנט ווי דארט וואוינט מען און נאכדעם איז דא די ריזארט וואס דארטן געפינט זיך נאר האטעלס, שאפינג מאלל'ס, און אטרעקשינס. די ריזארט פלאץ איז ארומגענומען מיט וואסער, און א לאנגע גאס פארט דורך דארט און עס איז דא אלעס אויף ביידע זייטן פון די גאס,
די זייגער איז די זעלבע ווי ניו יארק. די רעגירונג האלט די פלאץ פארזיכערט ווייל דאס בויעט די דארטיגע עקאנעמי איז מורא האבן ווייל ס'הייסט "מעקסיקא" איז נישט דא פון וואס.
א ראונד טריפ טיקעט פון ניו יארק קיין קאנקאן קאסט ארום $350 דאלער.
ס'איז דא האטעלס וואס זענען אלל אינקלאסיוו וואס דאס מיינט אז זיי שטעלן צו שאוס, טרינקען און נאך בחינם (מ'באקומט א בענד אויפ'ן הענט ווען מ'קומט אריין אין האטעל, און מיט דעם קען מען הנאה האבן פון אלעס וואס די האטעל שטעלט צו). די ערשטע זאך ווען מ'קומט אן דארט באפאלען דיך אלע טעקסי אין קאר רענטעל קאמפעניס, די קולות גייען ביזען הימעל,
ווי געשמועסט פריער מאכט זיכער צו באשטעלן פון פאראויס,
פלאיא דעל קארמען -playa del carmen איז א סיטי פערציג מינוט מיט א קאר פון די אינטערנאציאנאלע עירפארט אין קענקאון, מעקסיקא די סיטי זיצט לענגאויס די קאריביען ים ברעג מיט הערליכע פאנאראמישע אויסקוק אויף די אקעאן, די ים ברעג איז וועלט בארימט מיט איר זעלטענע ווייסע זאמד און בלויע וואסערן פלאיא באשטייט פון א סיטי סטייל געגענט און א מער אוירבן סטייל געגענט אין די סיטי איז פארהאן א בית חב"ד אינטער די אנפירערשאפט פון ר' מענדל ג., זיי פארמאגן א מקוה טהרה, בית מדרש מיט מנינים און אזוי אויך קען מען באשטעלן פריש געקאכטע עסן פארפאקט און דעליווערט צו אייער דעסטינאציע אזוי אויך געפינען זיך דארטן עטליכע רעסטעראונטען מילכיג און פליישיג צוגלייך
צוואנציג מינוט מיט א קאר פון די סיטי געגענט געפינט זיך א געיטעד פראפערטי מיטן נאמען מאיא-קאבע-mayakoba , די פראפערטי איז גרויס 240 אקער לאנד און זיצט ביים בארטן פונעם אקעאן
מאיע קאבע איז צעטיילט צווישן פיר באזינדערע רעזארטס, 1) Roosewood 2) Fairmont - רוב פון רי רעזארט איז אונטער רענאוואציע ביז סוף זומער 2022 3) Andaz 4) Banyan Tree די מערסט באקאנט איז די באניאן טרי האטעל וואס ווערט באנוצט אסאך דורך היימישע אידן
אנקומענדיג צו מאיא קאבע אנפלעקט זיך א הערליכע טויער ארומגענומען מיט פילע ערליי בלומען אוו געוויקסן געבענדיג א געפיל פון א אור אלטע שלאס פון א רייכען פריץ. ביים טויער שטייען עטליכע שומרים ווי ביי א גרעניץ קאנטראל און פירן דורך א גרינטליכע איבערזיכט בעפאר אריינלאזן איינעם אינעם רעזארט, און דו טו קאוויד נעמען זיי אויך די טעמפראטור פונעם דרייווער און טיילמאל אויך פון די פאסאנזשירן.
נאכפאלגענדיג די שולדן מיט דירעקציעס שלענגעלט מען זיך דורך שמאלע שטראזן פון הערליכע געגאסענע שטיינער ארומגענומען מיט הערליכע ביימער אזש מ'מיינט אז מ'פארט יעצט דורך א זשאנגעל אין די עמעזאנס יעדע וויילע קומט מען א צו א פרשת דרכים מיט שולדן פון פארשידענע דעסטינאציעס
ענדליך זעהט מען שוין א טאוועל וועלכע מעלדט אז אט אט דערגרייכט מען די באניאן טרי האטעל
ביים הויפט אריינגאנג שטייען שוין גרייט עטליכע יוצא משרתים גרייט צו באדינען די פרישע געסט מיט סיי וואס, דער אויבער משרת פרעגט אינזער נאמען און בייגט זיך דעם קאפ צו באגריסן דיין מאיעסטעט….
די משרתים נעמען ארויס די געפעק פונעם קאר און דער הויפט משרת הייסט אים נאכגיין. ער פירט אונז ארויף א פלייט פון אפענע שטיגן צו א הערליכע גאניק, דארטן אויפן גאניק ליגן אויסגעלייגט שיינע באקוועמע קאוטשעס און בענק און דער משרת הייסט אונז זיך זעצן.
ביים אריינגאנג צום רעזארט געפינט זיך א מענטשליך ערצייגטע טייך אין פארום פון א באקס וואס ציעט זיך ארויס צו א קאנאל וואס מיר וועלן שפעטער שרייבן דערוועגן די טייך איז ארומגערינגעלט מיט א צוויי שטאקיגע בנין מיט פארשידענע איינריכטונגען, ווי למשל די טשעק אין, עטליכע רעסטעראונטען אריינגערעכענט די כשרע "עמבער" פליישיגע רעסטעראונט, א ספא, קאנפרענץ רום, א ביזנעס סענטער וועלכע ווערט באנוצט אלץ א בית מדרש, א גוועלבעל מיט פארשידענע פראדוקטען, א טוריזים אפיס און עטליכע דעזיגנירטע פלעצער ארומצוזיצן און קאלעצען די גאנצע צוויי שטאק איז אפען אן פענסטערס און ווערט פארמאכט מיט פאטענטישע שלעקער אין פאל פון א רעגן (וואס איז גאר זעלטען)
דורכאויס די רעזארט פראפערטי געפינט זיך פארשידענע פלעצער ארום צו זיצן און זיך אפריען איינס מער אינטערסאנטער פונעם צווייטן דאס איז איינס פון די מוראדיגע מעלות אז די פרייוועסי איז אויף א מוראדיגע פארנעם, היות עס איז דא אזויפיל צו גיין, זעהן, טוהן פאר אזא קליינע צאל מענטשען אזש מ'זעהט זיך כמעט נישט איינער דעם אנדערן
די רעזארט פראפערטי ציעט זיך אויס אויף לאנגע שטרעקעס פון וועלדער און פעלדער, קאנאלן און א אויגן פארכאפענדע גאלף קורס ביז עס דערגרייכט די ברעגעס פונעם גאלף אוו מעקסיקא
די רעזארט פארמאגט א אייגענע נעץ מיט ראודס, בריקן און שטעגלעך פאר די באנוץ פון די פיסגייערס, בייקס און באגי"ס
אנצוקמען פון די צענטער פונעם רעזארט ביז צום ים געדויערט 6 מינוט מיט א באג"י און 8 מינוט מיט א בייק
צווישן די פילע שטעגלעך איז דא א הערליכע נאטור טרעיל געאייגענט פאר נאטור ליבהאבער צו זיך באקענען מיט די פארשידענע חיות ועופות וואס דרייען זיך דארטן, טשארעפוכעס איז דא דארטן לרחצה.
ביים ים ברעג איז דא פארשידענע רעסטעראונטען ווי מקען כאפן א קאלטן טרינק אינטערן באקעדיגע זון, היות די ביעטש איז פארמאכט פארן פובליק און דינט בלויז פאר די געסט פונעם רעזארט און עס איז אויסגעשפרייט אויף א ריזיגן שטח איז עס אלגעמיין ליידיג פון מענטשען בפרט אין די צופרי שעהן אדער די שפעטע נאכמיטאג שעה'ן
מ'קען דארטן דינגען שיפלעך צו ארומשיפלען אין די גאלף אוו מעקסיקא
ווי שוין געשריבן פריער איז די טייכל אין צענטער פונעם סקווער באהאפטן צו א קאנאל, אלזא לאמיר זיך אריבערכאפן אהין מ'קען רעזעווירן א רייזע מיט א שיפל פריי פון אפצאל ועלכע אנקערט ביים סקווער און לאזט זיך ארויס אויף א רייזע וועלכע געדויערט א דריי פערטעל שעה, דורכאויס די רייזע פארט מען אויפן קאנאל וועלכע שלעגענט זיך דורכאויס די רעזארט פראפערטי, ביז ארויף צום ים ברעג. ( עס זענען דא טייערע ווילאס ביים ים ברעג צו וועלכע מ'קען צוקומען נאר דורך דעם שיפל)
די קאנאל ווערט שמאלער און ברייטער דורכאויס די רייזע, מ'פארט ארינטער עטליכע טונעלן, די דערנעבענדיגע רעזארטן, פארשידענע אינטערסאנטע פייגל וועלכע האדווען זיך ביי די וואסער, טוירטעלס און טיילמאל קען מען אויך זעהן קראקאדילן.
צוריק צום ווילא די אויסשטעל פון אלע ווילאס זענען בערך די זעלבע די אריינגאנג צום ווילא איז דורכן הויף ווי עס געפינט זיך די סווימיג פול, צו רעכטס איז דא צוויי באזינדערע לאנזשעס ווי מ'קען זיך אראפלייגן כאפן א דרימל אינטער א דעכל, אפבאקן אדער סתם פארברענגען. אינדערמיט שטייט די קריסטאל קלארע סווימינג פול וועלכע קען געווארימט ווערן לויט אייער גיסטע, הייס, לוילעך, קאלט, א חלק פון די ווילאס האבען אויכעט א הייסע jacuzzi ווייטער אראפ אויף די רעכטע זייט איז דא עטליכע טרעפ אראפ וועלכע אראפ צום וואסער אויבנדערמאנטע וואסער קאנאל אבער עס איז גענצליך פארשטעלט מיט געדיכטע ביימער און געוויקסן און דארט איז דא א טישל מיט בענקלעך (זייער געאייגענט פאר געשמאקע בלאט גמרא) דארט ביים עק אויף לינקס איז דא א העמאק זיך צו לופטערן און סווינגען
צו לינקס פונעם סווימינג פול איז די אריינגאנג צום ווילא. לאמיר כאפן א שפאציר אינעווייניג
5)Ember grill in the banyan tree -Kosher Magen David Beth Yossef- כשרע רעסטעראונט אין די רעזארט אונטער די השגחה פון חב"ד
6)Chik Chak - Kosher Market - כשרע גראסערי
7) chabad at playa del carmen -10th avenida N, between Calle 6N and 8N- מ'קען באשטעלן שבת סעודת, סאפער, דבש מילך, אין קאקוש קעיק, מ'דארף באשטעלן איין טאג פאראויס
לגבי די פרייזען, געווענטליך איז דאס $1000-$1300 א נאכט, אבער אויב מען באשטעלט גענוג פרי קען מען האבען פאר $600-$800 א נאכט געוויסע סעזאנען, צווישען October אין December וועט געווענטליך זיין ביליגער,
איך רעקאמענדיר צו טשעקען אונליין(expidia) דיי פרייזען- יעדע נאכט איז אנדערש, דערנאך ווען מ'זעהט א טעג וואס איז עפארדאבעל, רופט מען די היימישע טרעוועל אגענט יעקב אין וועט אייך געבען מיט נאך בערך $100 off פער נאכט, 1347-578-2431 ביטע זאגען אברהם אבינו האט געשיקט- אלץ הכרת הטוב, זה וזה נהנה,
איך האב געצאלט $650 א נאכט, די יודען אין די מנין האבען געצאלט צווישען $600און $1200 א נאכט, א גרויסע חילוק ווען מען באשטעלט. Chase points, דארף מען טשעקען אויב ס'איז פאר 1.25, רויב האטעלס אין מעסיקא איז Chase points 1.1
לגבי די כשרע רעסטעראונט אין מנין קען מען נוצען אויב משטייט איין אין איינע פון די 4 האטעלן/רעזארטס
קרייסלער האט געשריבן:
וואסערע דרגא איז די הכשר דארטן?
די רעסטעראונט אין banyan tree איז אונטער חב"ד, אלע אנדערע רעסטעראונט זאל מען בעטען די הכשר סערטיפיקעיט פארן באשטעלן עסן, עס איז דא 3 הכשרים אין מעסיקא
KMD: Kosher Magen David , from Mexico City Beit Din, Orthodox Alef Alef: Kashrut of the Kehila Ashkenazi, Mexico City, Orthodox American Kosher: lower class Kashurut,