איך האלט שוין טיף אינמיטן די 6'סטע טייל, איך בין פשוט שרעקליך פארנומען, מער ווי געווענליך. אבער עס קומט, און בעז"ה וועמיר בקרוב צוריקגיין צו וועכנטליך.
איך האלט שוין טיף אינמיטן די 6'סטע טייל, איך בין פשוט שרעקליך פארנומען, מער ווי געווענליך. אבער עס קומט, און בעז"ה וועמיר בקרוב צוריקגיין צו וועכנטליך.
זינט אפריל פון דעם זעלבן יאר האבן אלע מיליטערישע פערסאנאל וואס נעמען איצט אנטייל אין די אפעראציע 'ארגוס' זיך טרענירט און מאדיפיצירט זייערע שיפן אין בעפארגרייטונג צום ארגוס אפעראציע, אבער אונטער'ן שלייער פון פאלשע אפעראציעס מיט פאלשע קאוד נעמען.
זיי האבן באקומען העכסט געהיימע אבער פאלשע דאקומענטן וואס האבן אנטהאלטן פאלשע לאקאציעס פון די ענדגילטיגע אפעראציע ווי אויך די פאלשע ציל פון די אפעראציע. די ריכטיגע דעטאלן האט מען פון זיי פארהוילן.
נאכמער, א חלק פון די שיפן האבן נישט געוואוסט אז זיי גייען זיך צוזאמטרעפן מיט אנדערע שיפן אדער ווען. נאר געוויסע הויך קוואליפיצירטעע אפיצירן וואס זענען צייטווייליג פארארדענט געווארן צו די שיפן האבן יא געוויסט פון די אמת'ע ציל, און זיי האבן באריכטעט די פארשריט צו די פירער פון די אפעראציע.
די אפעראציע האט אנגעהאלטן 10 טעג, עס האבן אנטיילגענומען דערין:
די שיפן האבן קיינמאל בעפאר געארבעט צוזאמען און קיינמאל דערנאך. א חלק פון די שיפן זענען מאדיפיצירט געווארן ספעציעל פאר די אקציע. די סאטעליטן האט מען אויך ספעציעל ארויפגעשאסן פאר די אפעראציע.
די איינוואוינער פון דרום גריכנלאנד, הארט נעבן די גרעניץ מיט די איטאליענע קאנטראלירטע אלבאניע, הערן די מאטארן פון די איטאליענער באמבארדיר עראפלאנען, עס ווערט נענטער, די באמבעס הייבן אן פאלן, די איינוואוינער לויפן פאר שוץ, אבער זיי זענען נישט דערשראקן, זיי האבן צוטרוי אין זייער מיליטער, די הארט נעקיגע גריכישע מיליטער.
די מלחמה איז נישט געקומען פלוצלינג. איין טאג בעפאר, אום אקטאבער 28 1940 (כ"ו תשרי תש"א), האט דער פאשיסט מוסאליני ימ"ש געגעבן אן אולטימאטום צו גריכנלאנד, "איידער גיבן זיי אויף א חלק פון זייער טעריטאריע צו איטאליע, אדער ווערן זיי אטאקירט".
אבער די גריכן מיט זייער קלענערע מאנשאפט קרעפטן און ווייניג פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, האבן געקנאקט די איטאליענער אין באבן'ס באבן אריין, נישט נאר האבן זיי אפגעשלאגן די אטאקע אין א וואך צייט, זיי האבן מחליט געווען צו אטאקירן די איטאליענער.
די באפאלענע זענען געווארן די אינוואדירער, זיי האבן אריינגעשניטן אין די איטאליענע קאנטראלירטע אלבאניע און גענומען א שיין שטיקל פאר זיך. דאס ווערט אפיציעל גערעכנט אלס די ערשטע צוריקפאל פון די נאצישע אקסיס.
אום מארטש 1941 (אדר תש"א) האבן זיך די דייטשן געגרייט איינצונעמען גריכנלאנד, און די איטאליענער האבן געוואלט באיינדרוקן זייערע דייטשע אליאירטע, האבן זיי ווידעראמאל אטאקירט גריכנלאנד, ביידע זייטן האבן געליטן שרעקליך, אבער גריכנלאנד האט דאס מאל אויך אפגעשלאגן די איטאליענע אטאקע.
די נאציס ימח שמם האבן אויסגעשאכטן די ארטיגע אידן, ספרדים וואס האבן דארט געוואוינט זינט גירוש ספרד, 58,000 קדושים זענען ארויף אין הימל, די בולגארישע נאציס (מ'רעדט כמעט נישט פון זיי אבער עס איז וויכטיג צו וויסן) האבן גע'הרג'ט נאך 4,000 קדושים, הי"ד.
די איטאליענער האבן פאר סיי וועלכע סיבה נישט געהרג'ט די אידן אין זייער חלק פון גריכנלאנד. ווי אויך, האט דער בורא זיך מרחם געווען, און מיט זיין חשבון וואס מיר קענען נישט משיג זיין, האט ער געשיקט 200 חסידי אומות העולם אין פארעם פון גריכישע גלחים.
די גריכישע קירכע איז א באזונדערע סארט קריסטליכע סעקט, וואס קומען זיך נישט אויס מיט די רוימישע קאטאליקן אדער די איבעריגע אייראפעישע סעקטן, און די איטאליענער צוזאמען מיט די נאציס האבן זיי גערודפ'ט. עס איז מעגליך אז צוליב דעם האבן זיי סימפאטיזירט מיט די אידן.
די גלחים האבן באשיצט און באהאלטן 10,000 אידן, אזוי זענען היינט צוטאגס דא אייניקלעך פון די אייגנארטיגע גריכישע אידן וואס האבן נאך מיטגעמאכט גירוש ספרד.
די דייטשן האבן קיין גרויס ליבע געהאט צו די גריכן אין אלגעמיין. די גריכישע מיליטער האט געקעמפט מיט ציין און נעגל, און נאך וואס די גריכישע מיליטער איז געפאלן, זענען צענדליגע טויזנטער פארטיזאנער אנטלאפן צו די וועלדער אויף די בערג וואס די דייטשן האבן קיינמאל באוויזן איינצונעמען.
די פארטיזאנער האבן סאבאטאזשירט די דייטשע באנען און מיליטערישע איינריכטונגן, זיי האבן אנגעזייעט א חרבון פאר די דייטשן ביז'ן סוף פון די מלחמה.
די גריכישע פארטיזאנער האבן געהאט א שטארקע האנט אין אפהאלטן די דייטשע פארשריט אין צפון אפריקע ווען זיי האבן מיט די הילף פון אליאירטע וואפן אפגעהאלטן דייטשע ליפערן קאראוואנען פון אנקומען צום שלאכטפעלד.
די נאציס האבן נישט געשפארט קיין לעבנס, און נאך יעדע פארטיזאנע אטאקע האבן זיי גענומען א צאל פון די לאקאלע באפעלקערונג און זיי אויסגע'שחט'ן אין צענטער פון שטאט, מיט טאוולן וואס האט עס באצייכנט אלס נקמה.
עס איז געווארן א בלוטבאד, און די נאציס האבן אונטערדרוקט די גריכן.
דורכאויס די מלחמה האט ער געהאט אסאך איבריגע צייט, די דייטשן האבן גלייך איינגעזעהן אז ער פארמאגט מער טאלאנט ווי די אנדערע ארבעטער און זיי האבן אים געשטעלט אלס אן אויפזעהער איבער די גריכישע ארבעטער.
אפילו דאס האט אים אויך נישט פארנומען, דער האט פאראכטן שנעל און געשווינד, און געניצט זיין פרייע צייט צו שטודירן די ביכער.
נאך די מלחמה האט ער געליינט די אמעריקאנע ביכער און וויסענשאפטליכע זשורנאלן (עס איז בעצם א מאגאזין, אבער די וויסנשאפטלער גלייכן צו רופן זייערס א 'זשורנאל'..) אינעם 'פאראייניגטע שטאטן אינפארמאציע סערוויס' ביבליאטעק וואס די אמעריקאנער האבן אויפגעשטעלט אין גריכנלאנד.
דורכאויס זיינע בוך שטודירונגען איז אים כסדר איינגעפאלן פרישע רעיונות אין די פעלד פון נוקלעארע פיזיקס און אפילו מעגליכע ערפינדונגען, ער האט זיך געמאכט נאטיצן און געארבעט אויף זיין אייגענע בייפאלן.
נאכ'ן מלחמה האט ער אויפגעשטעלט זיין אייגענע עלעוועיטאר פראדוקציע פאבריק, און מיט די געלט האט ער אין זיין פרייע צייט זיך אויפגעשטעלט א קליין פערזענליכע לאבאראטאריע וואו ער זיך ארומגעשפילט און דורכגעפירט פראבעס אויף זיינע ערפינדונגען. אלעס אן א פארמאלע שולונג אין פיזיקס!
אין 1946 (תש"ו) א יאר נאך די מלחמה האט ער געארבעט אויף א פארטיקל עקסעלערעטאר (Particle Accelerator), און אריינגעגעבן א פאטענט דערויף ביי די גריכישע אינסטאנצן.
צוליב וואס מיר גייען אריינגיין אין וויסנשאפטליכע פרטים און טעכנישע טערמינען וואס פעלט אויס צו פארשטיין כדי צו פארציילן און ארויסהאבן די אנעקדאטן, ברויכן מיר פון צייט צו צייט זיך צוזאמען אויסלערנען ווי אזוי די טעכנאלאגיע ארבעט און די וויסנשאפט וואס ליגט דערונטער.
זארגט אייך נישט מ'גייט נישט נעמען לעקציעס אין וויסנשאפט (זיכער נישט קאממאן קאור..), איך בין קיין וויסנשאפטלער און איך גלייב אז רוב ליינער זענען אויכעט ניט. מיר וועלן נאר טועם זיין אביסל צובייס אין וויסנשאפט און טעכנאלאגיע, די גרינגע פראקטישע פרטים וואס לייגט זיך אויפ'ן שכל (אדער נישט..) און איז גרינג צו פארשטיין.
א פארטיקל עקסעלערעטאר איז א גרויסע מאשין געמאכט פון דיקע און שטארק מעטאל און א טיר וואס ענדעלט צו די טיר פון א באנק'ס שטאלענעם קאסע. מ'לייגט אין דעם אריין אטאמען, מאלעקולן, און אנדערע באשטאנדטיילן וואס די וויסנשאפטליכע וועלט רופט 'פארטיקלס'.
לאמיר נעמען צום ביישפיל דעם פארטיקל עקסעלערעטאר: די אמעריקאנער ענווייראמענטאל פראטעקשאן אגענסי (EPA) שרייבט אז נאר 5% פון פארטיקל עקסעלערעטארס ארום די וועלט ווערן געניצט פאר וויסנשאפטליכע צוועקן.
(די גרעסטע געפינט זיך אין שווייץ, אונטערערדיש. עס איז 16 מייל ברייט, און דארט פליען די פארטיקלען די נאנטסטע וואס איז מעגליך צו די שנעלקייט פון ליכט. אויף אזוי ווייט אז עס האט די מעגליכקייט אראפצוברעכן די ליכט כוואליעס צו די 'פאָטאַנס' וואס מאכט ליכט שיינען. דער בורא כל עולמים האט באשאפן א וועלט מיט וואונדער איבער וואונדער.)
אבער די אנדערע 95% ווערט געניצט צו שאפן און פראדוצירן מאטריאלן וואס מיר ניצן טאג טעגליך. צווישן אנדערע ליסטעט די EPA סעמיקאָנדאָקטער טשיפס (יאפ, די טשיפס וואס איז איצט דא א מאנגל אין), MRI אין X-rays מאשינען, רעדיעשאן טעראפי (Radiation Therapy) וואס ווערט געניצט צו באקעמפן יענע מחלה, סטעריליזירן מעדיקאלע געצייג (Sterilize Medical Equipment), דרילן אויל און גאז, פלאסטיק און סעראמיק, און נאך, אויף וואס פארטיקל עקסעלערעטארס ווערן געניצט צו פראדוצירן אדער שאפן.
די EPA שרייבט אז עס זענען דא קליינע פארטיקל עקסעלערעטארס וואס געפונען זיך אין שפיטאל צימערן. איר האט שוין געוויס צענדליגע מאל, אומוויסנדיג פארביי געגאנגען א פארטיקל עקסעלערעטאר.
און אלעס איז געקומען פון פארשונג אין נוקלעארע פיזיקס, וואס קומט פארשטייט זיך נאכאלטס פאר. עס איז גוט צו וויסן אז אינעם נוקלעארן פעלד ווערט ערפינדן גאר וויכטיגע טעכנאלאגיע וואס אין געוויסע פעלער נוצן מיר טאג טעגליך.
אזוי, קוקן מיר מער נישט אן די נוקלעארע פיזיקס פעלד אלס א פארטיליגונג פעלד. די פארטיקל עקסעלערעטאר איז נאר איין ערפינדונג אין די דאזיגע פעלד וואס מיר האבן דערמאנט, אבער עס זענען דא צענדליגע דורכברוכן אין די פעלד פון נוקלעארע פיזיקס וואס בויעט די וועלט אנטשטאט פארניכטן.
אין 1946 ווען מר. קריסטאופיילאס האט אנגעהויבן צו ארבעטן אויף עקסעלערעטארס איז די פעלד נאך געווען אין אירע קימפעט יארן. עס איז געווען קיין איין סטאבילע עקסעלערעטאר וואס מ'האט געקענט ניצן, אבער וויסנשאפטלער ארום די וועלט האבן געארבעט עס צו פארבעסערן.
די אויבנדערמאנטע עקסעלערעטאר וואס קריסטאופיילאס איז דאן אויפגעקומען מיט, האט געהאט פעלערן און וואלט נישט געארבעט אין רעאליטעט (אלע וויסנשאפטלער האבן דאן נאר אראפגעשריבן זייערע אויפטרעפן אויף פאפיר, חוץ די וואס האבן געהאט צוטריט צו די גאר טייערע לאבאראטאריעס).
פארט האט קריסטאופיילאס אין 1946 אריינגעגעבן א פאטענט אפליקאציע ביי די גריכישע און אמעריקאנע רעגירונגען, ווי אויך, האט ער געשיקט זיין פאפיר און דייעגראם צו די בערקלי (Berkeley) אוניווערזיטעט אין קאליפארניע.
בערקלי אוניווערזיטעט האט געהאט איינע פון די גאר פארגעשריטענע און קאסטבארע לאבאראטאריעס וואס די אמעריקאנע רעגירונג האט געשטיצט צוליב וואס זיי האבן צומאל געארבעט אויף געוויסע טעכנאלאגיע וואס האט באשטייערט צום אמעריקאנעם פארטיידיגונג און באשיצונג.
לכבוד דעם האט קריסטאופיילאס און רוב וועלטליכע וויסנשאפטלער געשיקט קאפיעס פון זייערע פאטענטן קיין בערקלי, און בערקלי איז פארפלייצט געווארן מיט בריװן אין די פאסט פון אלע סארט ערפינדונגען; אויסנאמע געדאנקען און שגיונות געמישט.
אין די זעלבע צייט האבן צוויי אנדערע וויסנשאפטלער אנטדעקט א מעטאד צו סטאביליזירן דעם עקסעלערעטאר, און די וועלט איז דאן געווען פארנומען מיט דעם, דעריבער איז קריסטאופיילאס'ס בריוו נישט אנגעקוקט געווארן.
די אפטייטש פון די ווארט עקסעלערעט (Accelerate) איז 'פארשנעלערן'. אן עקסעלערעטאר פרובירט אפצוטיילן עלעקטראנען פונעם אטאם אין פארשנעלערן זייער געלויף ווען זיי קראכן אריין איינס אין די צווייטע.
די גרעסטע פראבלעם מיט פארטיקל עקסעלערעטאר איז דאן געווען קאנטראל, און מ'האט פארדעם געניצט מאגנאטן צו צילן מאגנאטישע קראפט אויף די עלעקטראנען, דאס האט געזאלט קאנטראלירן די עלעקטראנען זיך ווייטער צו פארשנעלערן און ארומלויפן אין א צירקל.
די פראבלעם איז, די קראפט פונעם מאגנאט אנטקעגן די קראפט פונעם באשטאנדטייל 'עלעקטאראן'. די מאגנאטישע קראפט פרובירט עס צו קאנטראלירן, אבער דער עלעקטראן פרובירט צו אנטלויפן פונעם מאגנאטישן יאך און פארשטייטערן זיין געלויף. מעגליך אז ער פרובירט זיך פשוט צו כאפן דאס אטעם ווי א פארסאפעטער אטלעט.
די סארט ויתרוצצו קומט פאר אינעם מאשין.
לאמיר אריינגיין אביסעלע טיפער. די דעמאלטסדיגע עקסעלערעטארס זענען געווען רינגליך, דאס הייסט, אין פארעם פון א צילינדער. אויף די פארטיקלען אינעווייניג, האט מען געצילט מיט די מאגנאטן פון די פלאכע זייטן און פרובירט צו האלטן די עלעקטראנען גענוי אין צענטער אין א צירקלירנדע געלויף.
אבער די עלעקטראנען זענען אנטלאפן צו די זייטן, דאס הייסט, צו די רינדעכיגע ווענט. (איר פרובירט אמאל אפיר צונעמען א קניידל מיט'ן לעפל, פשוט אפצושניידן א שטיקל, אבער די קניידל לאזט זיך נישט און אנטלויפט צו די זייטן פונעם זופ טעלער, ביז איר טראכט שוין, אז מעגליך ברויך מען איינפירן צו עסן זופ מיט א גאפל אויך…)
איז קיינעם בייגעפאלן צו צולייגן מאגנאטן פון די רינדעכיגע זייטן אויך צו שטופן אלע עלעקטראנען צום צענטער? אוודאי יא, אבער עס איז נישט מעגליך דאס צו דערגרייכן לויט די כללים פון פיזיקס (איך הייב הענט, איך ווייס נישט פארוואס).
די איינציגסטע זאך וואס די אמעריקאנער חברה האבן געקענט טראכטן פון, איז צולייגן מער מאגנאטן און פון בעסערע מאטריאל. און אזוי האט מען אנגעלייגט מאגנאטן אויף מאגנאטן מיט מאטריאל איינס טייערער פון דעם פריערדיגן, ביז עס שוין געווארן צו קאסטבאר אפילו פאר די אמעריקאנע טיפע קעשענעס.
עס האט זיך פשוט נישט געלוינט, די פארגלייך צווישן די גרויסע צאל מאגנאטן און די קליינע צאל עלעקטראנען איז געווען דראסטיש.
קריסטאופיילאס האט געליינט דערוועגן אין די אמעריקאנע זשורנאלן, און ער איז אויפגעקומען מיט אן אומוועג צו לייזן דעם פראבלעם. א וויסנשאפטליכע דורכברוך!
אין 1949 (תש"ט) איז קריסטאופיילאס אויפגעקומען מיט זיין דורכברוך, ער האט אריינגעגעבן א פאטענט צו די גריכישע און אמעריקאנע רעגירונגען, און ווידער געשיקט א קאפיע צו בערקלי אוניווערזיטעט.
אין זיין פאטענט אפליקאציע איז ער מסביר די ערפינדונג.
קודם דערקלערט ער אז איין מאגנאט צו קאנטראלירן די עלעקטראנען איז איידיעליסטיש, אבער פאקטיש אומ-מעגליך. ער שלאגט פאר צו ניצן מאגנאטן פון אלע פיר זייטן, פון די רינדעכיגע און די פלאכע (דאס האט מען שפעטער גערופן קוואַדרופל לענס - Quadruple Lens).
ער זאגט אז מ'ברויך נישט ניצן אלע פיר מאגנאטן ביינאזאם (וואס דאס איז אומ-מעגליך), נאר טוישן פון די פון די פלאכע זייטן צו די רינדעכיגע זייטן אהין און צוריק, כסדר אנטזעצן.
שטופן די עלעקטראנען פון די פלאכע זייטן צום צענטער, איינמאל זיי הייבן אן אנטלויפן צו די רינדעכיגע זייטן זאל מען גענצליך נאכלאזן די מאגנאטישע קראפט פון די פלאכע זייטן און אנצינדן די מאגנאטן פון די רינדעכיגע זייטן, צוריק צו שטופן די עלעקטראנען צום צענטער.
איי וועט איר פרעגן, מ'גייט שפילן קאץ און מויז? שטופן פון די פלאכע זייטן, דערנאך פון די רינדעכיגע זייטן און די עלעקטראנען וועלן כסדר אנטלויפן פון צענטער, איידער צו די פלאכע זייטן אדער צו די רינדעכיגע.
איז ער מסביר מאטעמאטיש אז די גרעסטע ווידערשטאנד פון די עלעקטראנען אנטקעגן די מאגנאטן קומט פאר ווען זיי אנטלויפן צו די רינדעכיגע זייטן, אין קעגנזאץ ווען זיי אנטלויפן צו די פלאכע זייטן.
אלזא, שלאגט ער פאר אז מ'זאל אוועקשטעלן שטארקע מאגנאטן אויף די רינדעכיגע זייטן און שוואכערע מאגנאטן אויף די פלאכע זייטן.
לויט זיין חשבון וועלן די עלעקטראנען אייביג בלייבן אינדערמיט. ווען די עלעקטראנען שפירן שוואכערע מאגנאטישע קראפט פון די פלאכע זייטן וועלן זיי אנטלויפן צו די רינדעכיגע זייטן, אבער די שטערקערע מאגנעטישע קראפט פון די רינדעכיגע זייטן וועט זיי תיקף איבערקומען און צוריק שטופן אינדערמיט.
ווען זיי אנטלויפן צו די פלאכע זייטן איז זייער ווידערשפעניגונג נישט אזוי שטארק, און די שוואכערע מאגנאטן וועלן זיי תיקף איבערקומען און צוריק שטופן אינדערמיט.
לויט זיין ערקלערונג וועט א געוויסע געזעץ פון פיזיקס אייביג האלטן די עלעקטראנען אין צענטער, ווילאנג מ'ניצט זיין מעטאד.
(אנטשולדיגט פאר'ן נישט אריינגיין אין די מאטעמאטיק, אבער מאטעמאטיק האט א מנהג מיר צו גיבן שטארקע קאפוויי, איך האב קיין אהנונג וואס מר. מאטעמאטיק האט קעגן מיר..)
ער האט זיך ווידער געזעצט שרייבן זיין פאטענט, דאס מאל מיט די גענויע פארלאנגן פון די אמעריקאנע פארמאט ריכטער.. און ער האט געהאפט צו זעטיגן זייערע קאפריזן.
די בערקלי וויסנשאפטלער האבן ערהאלטן די צווייטע ווערסיע פון זיין פאטענט אין 1950, ווידעראמאל האבן זיי דאס ארומגעשיקט פון איין וויסנשאפטלער צום צווייטן, אבער קיינער האט פארשטאנען דעם אויסטערלישן דורכברוך אדער האבן זיי נישט געכאפט די חשיבות דערפון, און פשוט פארשטעקט אין זייערע ארכיוון (אזוי האבן זיי זיך שפעטער אויסגעדריקט).
קריסטאופיילאס האט אומגעדולדיג געווארט א גוטע דריי יאר, אין קול ואין עונה. אין יאר 1953 האט ער מחליט געווען אז די בריוועריי איבער די אטלאנטיק ארבעט נישט פאר אים, און ער ברויך כאפן א שמועס מיט זיי פנים אל פנים.