מקור אויף די מעשה פון די שליסלעך - ביי די צווייטע וועלט מלחמה

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

מקור אויף די מעשה פון די שליסלעך - ביי די צווייטע וועלט מלחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

פרעגט מיר אן א ידיד צו איינער ווייסט אפשר ביי וועם איז געשעהן די [באקאנטע] מעשה אז בעת די צווייטע וועלט מלחמה האט דער גבאי פון ביהמ"ד ארויפגעווארפן די שליסלעך כלפי מעלה זאגנדיג אז ער זעהט אז אונזער עבודה איז ח"ו נישט מרוצה, און דער רב האט זיך אויפגעשטעלט און מוחה געווען אז ח"ו מ'טאר נישט אזוי זאגן, און מ'טאר נישט מהרהר זיין אחרי מידותיו ית' וכו' וכו'
ביי וועם איז די מעשה געשעהן? און ווי איז די מקור?
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2296
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: מקור אויף די מעשה פון די שליסלעך - ביי די צווייטע וועלט מלחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

ער מיינט מסתמא ביי די חורבן בית המקדש, דאס איז א גמרא אין מס' תענית דף כ"ט עמוד א' אז די כהנים האבן אזוי געטוהן, און עס שטייט נישט דארט אז זיי האבן נישט געטארט אזוי טוהן, נאר אדרבה עס איז ארויסגעקומען ווי א האנט פון הימל און האט דאס מקבל געווען.

תנו רבנן משחרב הבית בראשונה נתקבצו כיתות כיתות של פרחי כהונה ומפתחות ההיכל בידן ועלו לגג ההיכל ואמרו לפניו רבונו של עולם הואיל ולא זכינו להיות גזברין נאמנים יהיו מפתחות מסורות לך, וזרקום כלפי מעלה ויצתה כעין פיסת יד וקיבלתן מהם, והם קפצו ונפלו לתוך האור, ועליהן קונן ישעיהו הנביא משא גיא חזיון מה לך איפוא כי עלית כולך לגגות תשואות מלאה עיר הומי' וכו'
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”