מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כ״ג
געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
שוין דערנאך, איך האב שוין לאנג פארגעסן די ערשטע האלב מעשה, ווער איז סוחי???
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 26613
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע:דא אינעווייניג
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - י”ט
איך האב בכלל נישט פארגעסן.... סוחי ליגט מיר אין די ביינער
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 26613
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע:דא אינעווייניג
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - י”ט
סוחי איז א ערשטע קאזין מיט מאניש... אבער צוויי פארקערטע וועלטן..פישל גרין האט געשריבן:שוין דערנאך, איך האב שוין לאנג פארגעסן די ערשטע האלב מעשה, ווער איז סוחי???
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
- קרית יואל פלייש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4190
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - י”ט
מומחה יוחס האט געשריבן:איך האב בכלל נישט פארגעסן.... סוחי ליגט מיר אין די ביינער
- צעטל קלעבער
- שר האלף
- תגובות: 1753
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
- לאקאציע:בני ברק
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - י”ט
ס'איז אן עניין פון שלום בית!
דו מוזט זיי אהיים ברענגען פאר ימים טובים!
גייייוווווואאאאללללדדדדדד!!!!!!!!

- דער יעניגער
- שר האלף
- תגובות: 1602
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
- לאקאציע:ביי מיר אין קעלער
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א-י''ז
אזוי אז מ׳העמיר אים ציטירן העט ער הערן אולי יחוס (נ״א מומחה יוחס, ודו״ק)מאניש בנבנשתי האט געשריבן:מיין רייזע מיט סוחי - חלק י''ז
אין קורצן פון פריער: ..
קראקא בית החיים. [/b]
בלויז 99 צענט!!!
קויפט און האט הנאה, און לייגט א 5 סטאר ריוויו!
- מאניש בנבנשתי
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5413
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
- לאקאציע:אין מיין גוף
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - י”ט
אזא הפגנה דא, אקעי אקעי.. געב א מינוט, לאמיך מיר דערמאנען.. כ'קום שוין.. כ'דענק ניטאמאל ווי איך האלט..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
דער שיעור שטיבל

- shimon7323
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5797
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע:שיך
- פארבינד זיך:
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - י”ט
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:אזא הפגנה דא, אקעי אקעי.. געב א מינוט, לאמיך מיר דערמאנען.. כ'קום שוין.. כ'דענק ניטאמאל ווי איך האלט..
לאמיר דער דערמאנן ווי די האלסט יעצט....
א בילקעלע און א וואש מאשין מיט א קאפקעיק, די ווערטער דערמאנען דיר עפעס?
- מאניש בנבנשתי
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5413
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
- לאקאציע:אין מיין גוף
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - י”ט
מיין רייזע מיט סוחי חלק כ'
אין קורצן פון פריער:אופס.. ווי מיין שערל?
ס'גאנצע באס איז פארוואנדעלט אין א טיעפע שלאף.. אין יעדע ווינקל ביים פענסטער ליגט אויסגעצויגן א צווייטע סוחי.. אט דארטן לעבן מיר זיצט א סוחי און שלאפט אזוי מיט אזא האלב אראפגעלאזטן קאפ.. אוי גייט אן הפגנה דארטן.. די קולות זענען עד לב השמים.. געוויסע סוחי'ס ציהן זיך אויס אזוי אויף ביידע סיעטס, כדי צו קענען ארויסגעבן די בעסטע קוואליטעיט פון שנארכעטצן בשעת ער ציהט ארויף די שטימע.. קוואליטעיט און עקספיריענס איז וואס מאכט א רייזע מיט סוחי צו געדענקן.. ס'הערשט אן אומארגעניזירטע דעמאנסטראציע, כאניש קיין אהנונג קעגן וועם, אבער יענער האט געמוזט ערענסט זיי ארויס נעמען פונעם גלייכגעוויכט אז ס'דא אזא העסליכע ווידערשטאנד.. איך בין געהרג'ט מיד, אבער מיט אזא המזמרים ווי קען מען איינשלאפן? יעדער פרובירט צו איבערשרייען דעם צווייטן.. פארשטייט זיך מיט זיין אייגענארטיגע נוסח.. איינער איז ביי די ערשטע פאל, און די אנדערע איז שוין ביי די הויכע פאל.. העי עטץ קענטס ענק האלטן צוזאמען? מ'האלט יעצט ביי די הויכע פאל, זינג נישט אריין מיט אנדערע ניגונים.. איך טראכט אפשר צווישן איין תנועה און די צווייטע וועט מיר געלונגען זיך צו געבן אזא גנב'ע אריין אינעם שלאף.. איך פרוביר, ס'ווערט שטיל פאר א רגע, אה אפשר יעצט.. אבער נךךךךךךךךךךך, פוףףףףףףףףףףף... אינטערסאנט וואס כ'האב באמערקט אז די שנארכעטצן האט טראפן.. יע, מ'קען געהעריג מעביר סדרה זיין דערמיט.. ס'גייט בערך אזוי, קודם קומט אזא פשטא געמישט מיט אן אזלא גרש כככככככככככ ארויף ארויף העכער העכער, כמעט ביז אויבן, נאך אביסל, א טראפקעלע העכער, קענסט נאך גיין העכער? בוזט שוין כמעט דארטן.. ער פרובירט מיט זיינע לעצטע כוחות צו קריכן נאך העכער און יעעעעעעעעס דער תלישא קטנה תנועה נעמט איבער, און מ'לאזט אראפ צוביסלעך די שטריק.. און מ'האלט אן פעסט די שטימע עס זאל זיך חלילה נישט ארויסגליטשן פון די האנט.. באמת איז דא פארשידענע מנהגים ביי די צווייטע פאל.. געוויסע לאזן יא ארויס דאס לופט ווילדערהייט אן קיין ברעקל רחמנות, ארויף גייען זיי שטייט מיט די וועלט'ס געדולד, אבער אראפ איז השם ישמרנו.. מ'געבט אזא לאז אראפ אויפאיינמאל ס'גאנצע, זאל עס גיין לעזאזאל.. א מין ווילדע דרייווער דער, סארא כעוורע דאס.. אן אנדערע מנהג האב איך געזעהן, מ'ציהט ארויף שטייטערהייט דעם בארג ארויף, ווען מ'איז שוין ביים שפיץ בלייבט מען שטיין.. העי העי, דו לעבסט נאך? ס'געשעהן דארטן? א עפל וועט העלפן? זאל איך אריינשטופן איינס? זיינע שטים בענדער זענען געווארן געפרוירן פאר עטליכע סקונדעס.. ס'איז געגאנען אויף פויזע.. אה, באכעשעם, די שטים בענדער האבן זיך אויפגעוועקט, איצטערט גייט מען אראפ דעם בארג.. ווידעראום ס'דא וואס נעמען דאס גאנצע מיט א מורא'דיגע רואיגקייט.. ככככככככ.. ער איז שטיל פאר א סקונדע.. נאכדעם אודך ככככככככ... כככככככ... זיין ענדזשין איז זיכער אויף געהאקטע צרות.. אזא אלטע פארד פון די 60'ער יארן.. וואס מ'דארף יעדע צוויי מינוט עס נאכאמאל סטארטן.. דארף מען נאכקוקן ביינונז אין די מחזורים וויאזוי מיין זיידע האט זיך געפירט.. נישט משנה זיין קיין זיז כלשהוא וואס מ'האט געזעהן אינדערהיים..
צאנז
מיטאמאל קומט די באס צו א פולע אפשטעל.. צאנז שרייט עפעס א סוחי אויבן אן.. נישט אלע סוחי'ס קען מען דערוועקן, און טייל וועלן טאקע פארבלייבן אנטשלאפן מיטן מויל ברייט אפן, קענסט אריינשטופן א שופר אויב דו ווילסט.. ס'איז א סעיף פלאץ, קענסט אריינלייגן דארטן וואס דיין הארץ באגערט, קענסט זיין זיכער ס'וועט דארט בלייבן ביז דו קומסט צוריק.. הקיצור, איך מאך די וועג אראפ, פאר מיר שטייט עפעס א סוחי מיט די בלויע ציינער אויפן אויער.. העי ער האט בכלל סערוויס? ש'קיין אהנונג, ער האט עס אן נאך פון ווען כ'האב אים די ערשטע מאל געזעהן אין עירפארט.. ער האט עס נאך בכלל נישט אויסגעטוהן.. דו טוהסט אויס דיין העמד און זאקן ווען דו פאהרסט? נו פארוואס זאל ער אויסטוהן זיינע בלויע ציין? ס'גאנצע עולם שלענגלט זיך אריין אין בית החיים.. סוחי קומט אויך מיט.. ער גייט ארום צו אלע מציבות כאפן סעלפי'ס.. ער איז טויט גוט מיט זיי.. נאכער מאכט ער א סטעטוס ווידיאוי, געבט איבער א באריכט פאר זיינע כאוויירעם איבער די מצב פון די טויטע.. כ'מיין וואס דען קען ער דארט זאגן.. כ'הער ווי ער שרייט אריין דארטן, אונז זענען יעצט ביים הייליגן צאנזער רב וואס איז אוועק 600 יאר צוריק.. כ'געב אים אזא זאג אונטער, העי ער איז אוועק נישט מער ווי אזא 130 יאר צוריק.. דרייט ער אויס די קעמערא צו מיין זייט, דא שטייט א איד און זאגט אז ער איז אוועק 130 יאר צוריק.. שוין האמיר געהאט די זכי'ה צו רעדן אויף זיין היימישע פריוואטע קול מבשר.. ער דרייט צוריק די קעמערע, און ענדיגט צו מיט נאך חרוזים לכבוד די שמחה.. און פארענדיגט מיט עפעס אזא מאדנע לחש "פוילישע נייעס".. זעהט אויס ער האט עפעס אן אנדערגרוינד מיליטערישע נייעס קוואל, אזא פוילישע שטיבל בלויז פאר יחידי סגולה וואס געדענקן נאך וויאזוי מ'מאכט וויין פון ארבעס.. ס'חילוק, פוילישע נייעס.. מיט אזא מעביר סדרה'דיגע ניגון..
מ'קומט אריין אין אוהל, ליגן דארטן צאנזער רב'ס קינדער און אייניקלעך.. פרעגט מיר די פאטעיטע קוגל, פארוואס דארף די דברי חיים אזויפיל מציבות.. דער ווייסט דאך נישט וואס מ'טוט שבועות א חוץ עסן קרעפלעך און לייגן סטעטוס.. הכלל ער כאפט אן אויבן אן, שטייצעך נישט פאר צוויי דריי כעוורע כאפן אזא נגידישע ריק אזש די קאפל, הוט, גלעזער מאכן א יום טוב'דיגע ברכו אויף די אנדערע זייט.. העי לאזט צו איין מינוט.. ער רוקט זיך אריין, און דא זעמער.. קיינער קען אים יעצט נישט רוקן פון דארטן, דאס געשעפט איז יעצט פארשפארט.. מיינסט ער האט געדולד צו זיין דארטן ס'גאנצע צייט? חחח... ער רייסט ארויס פון דארטן נאך צוויי מינוט.. ער רופט אן קול מבשר.. ער האט עס אויף ספיד דייעל.. ער איז דאך געפארן אויף א טריפ.. וואס ווילסטו? שטייען דאך טויזענטער מענטשן אויפן אנדער'ן זייט ערד קארטאפל וואס דארפן אנפילן די צייט, ווער וועט זיי מודיע זיין וואסערע סראגשעס ס'איז יעצט דא אין צאנז? אריין מיט א מעסעדש פאר כלל ישראל, גלייך פון פוילישע שטיבל..
מיר ענדיגן ביים ציון, מ'גייט אראפ צום טויער, שטייט דארטן אזא גויאישע סוחי, און ער בעט פון יעדן א דאללער.. און אלץ שוחד געבט ער אונז א טעפל וואס זיין זיידע האט געגנב'ט פון זיין אידישע שכן ביים קריג, אנגעפילט מיט וואסער.. מיר גיסן זיך אפ, און יעצט שטיי איך פאר א דילעמא.. וואס טוט מען מיט די נאסע הענט? קיין האנטוך איז נישטא.. זעהט אויס די דאללער קאלעקט נישט גענוג פאר א האנטוך.. איז וואס יא? סוחי געבט דאך נישט קיין קרעפל פאר גארנישט, די הויזן און רעקל איז ביינעם סייווי א מאפע מיט ציורים ווי די רוסן האבן שוין איינגענומען.. נו שאדט נישט צו געבן אזא וויש אריין דאס ידיים זיינע אינעם פארטוך.. העכסטנס וועט ארויסקומען אביסל צוויבל זאפט פון נעכטן.. אבער וואס זאל איך טוהן?!
מיר גייען ארויף אויפן באס, און ויסעו.. מ'טיילט לעקאך מיט ברוינפן, ס'גייט א לחיים.. און סוחי געבט אן עמאציאנאלע רעדע.. ס'איז זייער שטורעמיש.. ער קען נישט צוזיך קומען פון די סראגשעס ביים ציון.. ס'איז שוין ביינונז דאנערשטאג פארטאג'ס.. די ראש המדריכים רופט אויס אז מען פארט יעצט קיין גארליץ.. סוחי דרייט זיך אויס צו מיר פרעגן ווער ליגט אין גארליץ? זאג איך אים ר' ברוך גארליצער, גראדע ליגט אויך דארטן ר' הערש רודניק'ער.. ער געבט אזא קרים מיט'ן פנים.. קיינמאל געהערט פון זיי.. זיי האבן עפעס א ר' ישעי בן ר' משה ניגון? פארוואס פארט מען צו זיי?! פארגעט איט.. ער שרייט אריין אין זיין פוילישע נייעס שטיבל, אקעי נעגעטיוו נעגעטיוו.. זיי פארן יעצט צו עפעס איינער א גארליצער, איך גיי שלאפן.. כ'האב נישט גארנישט מיט יענע צדיק, חוץ אויב ער וועט מאכן עפעס א קנאקעדיגע פויעלט פאר כלל ישראל ניגון.. דער זעצט זיך צוריק אריין אינעם טרעקטאר, און מ'פארט..

חברה! דער יעניגער טויג!!! ס׳האט געארבעט!!!מאניש בנבנשתי האט געשריבן:מיין רייזע מיט סוחי חלק כ'
אין קורצן פון פריער:אופס.. ווי מיין שערל?
… און מ'פארט..
דאס איז יאר מקצת שבחו… לאל…
טענקס מאניש!!!
בלויז 99 צענט!!!
קויפט און האט הנאה, און לייגט א 5 סטאר ריוויו!
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - י”ט
ביסט נישט נארמאל וויפיל כאב צאמגעשמייכעלט ביי יעדע שורה דא!
- דער יעניגער
- שר האלף
- תגובות: 1602
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
- לאקאציע:ביי מיר אין קעלער
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - י”ט
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:אזא פוילישע שטיבל בלויז פאר יחידי סגולה וואס געדענקן נאך וויאזוי מ'מאכט וויין ארבעס….
בלויז 99 צענט!!!
קויפט און האט הנאה, און לייגט א 5 סטאר ריוויו!
- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10936
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע:דאנקט השי"ת
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - י”ט
WOW אזא סורפרייז..
איין זאך אבער ס'זייער שרעקעדיג ס'פעלט די פארזעצונג אי"ה.....

א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

- פייטל שעפסילקאוו
- שר חמש מאות
- תגובות: 994
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 3:19 pm
- לאקאציע:ביים פערד סוחר
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - י”ט
און איך האלט קוים נאך די ערשטע פראגראף..
קעי, גיימיר ווייטער
****
אפדעיט:
זונדל'ס א ברודער
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כ
היינט דורך געליינט ס'גאנצע מעשה דא
כ'קען נישט סטאפן צו לאכן...
די ביסט צודריייייייט גוווווט(מיט די פוילישע נייעס טראפן)...

"א כתיבה וחתימה טובה"
- נחמן ברייט
- שר מאה
- תגובות: 227
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 26, 2022 5:50 pm
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - י''ח
קענסט אפדעיטן דאס פי די עף?דרייטצעך האט געשריבן:אפדעיטעדדרייטצעך האט געשריבן:ענדליייייייייייייייייך, כאטש נאך איינס פאר יו"ט, הערסט דו דארטן!
גיימיר אפדעיטן די PDF פאר דו גייסט שיקן איינעם מיר צו אישי'ען...
גיימיר מאכן חזרה...ווער ס'קען נישט דאונלאודן די לינק ווייל זיין פילטער לאזט עס נישט דורך קען מיר שיקן אן אימעיל או כ'וועל בעז"ה ריפלייען דערמיט.
[email protected]
- דרייטצעך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6438
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
- לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - י''ח
בל"נ בינאכט אדער מארגן צופרי, יעצט ווארט דאס געזונדל....נחמן ברייט האט געשריבן:קענסט אפדעיטן דאס פי די עף?
(שכח ארן ציטירן וועלמיר שפעטער דארפן ליינען מאניש'ס ווייטערדיגע בויך קרעמפן וועלכע ברענגט פנים שמערצן פאר אנדערע אידישע קינדער...)
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!

- enjoy
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6690
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
- לאקאציע:אייוועלט.קאם
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כ
אייוועלט איז קליגער ווי די קענסט באשטיין.
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 26613
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע:דא אינעווייניג
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כ
אההההההההההההההההההההההה שכוח מיין טייערע כאווער מאניש....
מאסיוו געוואלדיג שמאלציג צוקערדיג צופערדיג...... משהו משהו.......
אריין אין די פוילישע אשכול.....
נאכאמאל שכוח
אבער זיי אויך ממשיך.... לאז נישט דער סוחי מאכן נאכאמאל דער טראפן..... מיט עקסעסיידט מיטן בויך....
מאסיוו געוואלדיג שמאלציג צוקערדיג צופערדיג...... משהו משהו.......
אריין אין די פוילישע אשכול.....
נאכאמאל שכוח
אבער זיי אויך ממשיך.... לאז נישט דער סוחי מאכן נאכאמאל דער טראפן..... מיט עקסעסיידט מיטן בויך....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
- דרייטצעך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6438
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
- לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - י''ח
דער לינק אויבן דא איז אפדעיטעד.נחמן ברייט האט געשריבן:קענסט אפדעיטן דאס פי די עף?דרייטצעך האט געשריבן:אפדעיטעדדרייטצעך האט געשריבן:ענדליייייייייייייייייך, כאטש נאך איינס פאר יו"ט, הערסט דו דארטן!
גיימיר אפדעיטן די PDF פאר דו גייסט שיקן איינעם מיר צו אישי'ען...
גיימיר מאכן חזרה...ווער ס'קען נישט דאונלאודן די לינק ווייל זיין פילטער לאזט עס נישט דורך קען מיר שיקן אן אימעיל או כ'וועל בעז"ה ריפלייען דערמיט.
[email protected]
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
- דבר החרדים מירושלים
- שר האלף
- תגובות: 1562
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כ
מאניש!!
כ'האב אייביג געוויסט אז מחאות העלפט,
באט כ'מוז מודה זיין אז כ'האב דא שוין געהאלטן לאחר יאוש,
זא סופרייז,
טענקס

- soda water
- שר מאה
- תגובות: 142
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 24, 2021 11:39 am
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 26613
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע:דא אינעווייניג
- חילי פאנעט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 430
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 3:42 pm
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - י”ט
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:דרייט ער אויס די קעמערא צו מיין זייט, דא שטייט א איד און זאגט אז ער איז אוועק 130 יאר צוריק.. שוין האמיר געהאט די זכי'ה צו רעדן אויף זיין היימישע פריוואטע קול מבשר..
מער גייסטו אים נישט פארעכטן
הא
?
- לפי עניות דעתי
- שר האלף
- תגובות: 1080
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
- לאקאציע:במקום שאין איש
Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - י”ט
דו ביסט עס געווען??? כהאב מיר געווינדערט ווער דער רויטער אינגערמאן איז.....מאניש בנבנשתי האט געשריבן:מיין רייזע מיט סוחי חלק כ'
אין קורצן פון פריער:כ'הער ווי ער שרייט אריין דארטן, אונז זענען יעצט ביים הייליגן צאנזער רב וואס איז אוועק 600 יאר צוריק.. כ'געב אים אזא זאג אונטער, העי ער איז אוועק נישט מער ווי אזא 130 יאר צוריק.. דרייט ער אויס די קעמערא צו מיין זייט, דא שטייט א איד און זאגט אז ער איז אוועק 130 יאר צוריק.. שוין האמיר געהאט די זכי'ה צו רעדן אויף זיין היימישע פריוואטע קול מבשר...
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
והחולק יחלוק