-
ציטיר
- 58
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך מאניש בנבנשתי
»
מיין רייזע מיט סוחי - חלק כ''ג
לאנצוט
מיר זענען אנגעקומען אין לאנצוט אזוי ווען די זון האט שוין געקעקעצט, ס'גאנצע ליכטיגקייט האטצעך שוין כמעט אויסגענוצט.. די בעטערי סימבאל האט שוין אנגעהויבן בלינקן אז מ'דארף עס טשארדשן.. און דארטן אויף דער גאס ווארט אונז אפ אן אלטער פאלאק וואס האט נאך געדענקט די עלטער עלטער זיידע פון די קי-ה וואס כ'האב געזעהן עטליכע גאסן ארויפציהר.. מיר קומען אראפ פון די באס, און איצטערט איז צייט אויף זיין זייט.. ער מאכט יעדן פיס טריט מיט אן עקסטערע אפקומעניש.. זאג פון די אלע פינעווער'ס וואס דו בא'גנב'עסט פונעם ציבור אויף א טעגליכע פארנעם, האסטו דיך נאכנישט געקענט איינהאנדלן א גראסערי וואגאן מיט וואס מ'זאל דיר קענען שטופן?
ענדליך ער קומט אן צום גדר, האלטענדיג אין די הענט די דמא בן נתינה שליסל, יע די מאדנע לאנגע שרעקעדיגע שליסל וואס מ'האט גענוצט איינצושפארן מאשקע אינעם תפיסה ביי די אלע בלויע מאנסע ביכלעך.. און יע, די זעלבע שליסל וואס האט געברענגט אזויפיל טראמא אויף טויזענטער אומשולדיגע קינדערלעך ווען זיי האבן זיך איינגעקוקט אינעם בילד נישט וועלענדיג פארפאסן אפילו איין קליינע לעכל פונעם שליסל, דאס נוצט ער צו אויפמאכן דעם גרויסן הויכע'ן אייזערנעם פעסטונג.. מיט ציטערדיגע הענט, גליטשט ער אריין צוביסעלעך דעם שליסל.. ס'גייט אריין? נאך אביסל.. אה נאך אביסל.. געב אים נאך א שטופ, נו העלף אים צו דארטן, כ'קען נישט צוקוקן ווי ער מוטשעט זיך אזוי.. דער קוקט אזוי אריין אינעם שלאס בשעת מאנסע ווי א צאן דאקטאר ביים מאכן א ראט קאנאל.. וואס זוכסטו דארטן דו שיגענער? ענדליך! דאס גאנצע שליסל איז שוין אינעווענדיג.. און יעצט הייבט ער אן עס צו דרייען, קוק ווי זיין קאפ דרייעט זיך מיט.. חחח, געהעריג ער איז אויף בלאטוט מיטן שלאס.. ער דרייט די קאפ צוזאמען מיטן שליסל דורך ווייפיי.. זאג, צווישן די אלע טויזענטער אינגע פאלאקן האט מען נישט געקענט טרעפן קיינעם וואס זאל וועלן האלטן דעם שליסל אונטערן קישן ביינאכט, נאר דעי אלטע נער? כ'מיין אין די בלויע ביכעלעך האבעך געזעהן אז די וואס האבן געהאט דעם שליסל זענען יא געווען אינגע כעוורע, הייסטעס מ'האט מיר פשוט אפ'גענערט? אזויפיל יאר געלעבט אין אזא גראבן אמעראצעס? הייבט זיך נישט אן, נאר משבעים ומעלה מעג האלטן דעם שליסל.. די פוילישע אלטע סוחי'ס… סע'נייעס..
פיינעלי די שלאס איז אפן.. יעצט שטעלט זיך דער פרה אדומה ביים טיר, און גייט האלטן א ליל שישי שמועס.. האסט געדולד? עריז מסביר אז יעדער וואס וויל אריין, מוז אים געבן א פינעווער צו שטיצן דעם כלב מיט די רביצין זיינע וואס ער האט פארהייראט.. און ס'גאנצע משפחת הכלבים.. א ברירה האט מען.. מ'שטופט אריין דאס גניבה, און מ'מאכט דעם וועג ארויף צום הייליגן ראפשיצער..
דאס נאכט איז שוין צוגעפאלן, מ'האט אונז גענומען צו א גאסט הויז אין לאנצוט.. מיר גייען זיך אויסרוהן לכבוד שבת.. א פרעכטיגע האטעל וואס מיינע אור-עלטערן האבן גענוצט פאר 500 יאר צוריק, ווען זיי האבן געוואלט זעהן היסטארישע גאסט הייזער אין שטאט.. די ריח ניחוח האט אזוינס געגראכט, אזש מ'וואלט געקענט אויפשטאפן דערמיט יעדע'ס איינציגע פארשטאפטע דזשאן טו גאוי איבער די וועלט, און נאכאלץ איבערבלייבן מיט גענוג גראך צו נוצן פאר יאאאאאארן שפעטער.. נע נישט א פינעף שטערענדיגע האטעל, אסאאאאאאך מער.. כ'ווייס נישט פונקטליך וויפיל שטערנס, אבער ווען איך בין אנגעקומען און געזעהן ווי מיר גייען זיך אויפהאלטן פאר די נאכט, האבעך געזעהן אסאאאאאאאאאך מער שטערנס..
איך גיי צו די פראנט דעסק מיט אלע מיינע געפעק, די זרש שטייט דארטן ביים טיש'ל, און פרעגט מיר אר יו טשעקינג אין? (אויף אידיש מיינטעס, בוזטו אינגאנצן משוגע?..) נאויפ, איך בין געקומען דא בלאזן שופר און לייענען די מגילה, ס'פאלט דיר ביי איך וויל איינטשעקן? סארא מאדנע קשיא דעס.. א מענטש קומט אריין מיט פילע באגאדשן שלעפנדיג רענצלעך פון אלע זייטן, המממ, בוזט געקומען צו איינטשעקן? ניין, בכלל נישט.. ס'מאכט דיר טראכטן אזוי?
הקיצור, די סוחי'טע בעהט פון מיר מיין פאספארט, כ'ווייס נאכנישט צו כ'וויל איר עס געבן.. הממממ.. יא, ניין, יא, ניין.. וואס גייט צו טוהן מיט מיין פאספארט? וויפיל פעקלעך ציגערעטלעך גייט זי גיין קויפן דערמיט היינט נאכט? אקעי, איך האב איר צוליב געטוהן.. געגעבן מיין פאספארט.. שפילט זיך ארום דארטן מיט די קאמפיוטער.. כאנישט געקוקט וועלכע געים, באט כ'בין זיכער ס'איז געווען א אינטערסאנטע געים, ווייל ביז איך האב באקומען די שליסל צו מיין שטוב, האט גענומען אזא צעהן מינוט.. אקעי, די גאלדענע מינוט איז שוין אנגעקומען, כ'באקום מיין שליסל פון די שטוב, אזא ליידיגע קרעדיט קארטל.. הממממ.. דעס איז מיין שליסל? וואס, פון די שטוב? המממממ… די שליסל וואס מ'האט גענוצט צו איינשפארן מאשקע ארבייט נישט פאר די שטיבער? נישט אין אזוינע שטיבער האט מען אים איינגעשפארט? אקעי, זאל זיין אזוי..
איך שטעל מיר ווארטן מיט מיינע געפעק ביים עלעוועיטער.. יע, כ'ווייס.. נישט יעדע גאסט הויז דא אין פוילן האט אזא לוקסוס, באט סאם האוי זעמער געווען לאקי.. ס'עלעוועיטער קומט אראפ פון די פיפטע שטאק אזוי שטייט.. שטעלצעך א מנין מעריב , האפענטליך ווען מיר וועלן ענדיגן מעריב וועט די עלעוועיטער אנקומען אינטן.. נאך לאנגע מינוט'ן ווארטן מיט א טוץ קללות באגלייט.. מאכט זיך אויף די טיר פון די עלעוועיטער, ס'מיינסטו האמער געטראפן דארטן? הא? דאכענעס, קישענעס, בענקלעך, א קאפי מאשין.. פרעג נישט, האנטוכער וכל מילי דמיטב.. ס'האט פאסירט? סוחי איז אריין אין זיין שטוב, און געזעהן אז שלאפן גייט ער סיי וויי נישט דא, האטער באשלאסן צו מאכן אביסל א קידוש האשעם דא.. ער האט אויסגעליידיגט זיין האלבע שטוב, און עס אראפגעשיקט מיט די עלעוועיטער.. יע, זאל זיין.. כא מאזעל אז זיין בעט האט נישט אריינגעפיט אין די עלעוועיטער, ווען יא קומט עס ווען אויך מיט.. זשאסט אין קעיס איינער זוכט א בעט, אדער א בענקל אדער א קישן אויף די אונטערשטע שטאק ביי די דעסק, זאלער האבן..
ווען איך בין אנגעקומען אין מיין שטוב, און זוכה געווען צו זעהן וואס טוצעך דארטן, האב איך שוין פארשטאנען פארוואס סוחי האטעס אראפגעשיקט מיטן עלעוועיטער.. ס'דא פארוואס.. זאג, איינער האט שוין אמאל פרובירט דא צו שלאפן אינמיטן ווינטער מיט א ליילעך אנשטאט א דאכענע? כ'מיין, האלאוי?! אין פוילן פארקויפט מען נישט קיין דאכענעס? נאר ליילעכער?
אזא קליינע דשאן טו גאוי אין מיין שטוב, אויב וועליך וועלן, כ'ווייס, בראשן מיינע ציין.. איי דאונט נאוי, מ'קען טוהן נאך עפעס דארטן? אויפן שפיגל ליגט אזא קליינע זיסע באווארפן פעקעלע.. ס'ליגט איין קיו טיפ.. מיט א קליינע ציין פוץ גענוג צו בראשן איין ציין, וועלעכע ציין? מאך א גורל.. נאכדעם הענגט דארטן אזוינע קליינע סדום האנטוכער.. איי רבונו.. כ'האב געקלערט פון צונייען עטליכע שטיק, און מאכן איין גרויסע האנטוך דערפון..
הקיצור, די ליל שישי האטצעך ביינונז אנגעהויבן.. שטעלן זיך מנינים סליחות אונטן אין די לאבי, און אויף די גאס, ווי נישט? איבעראל איז דא א מנין אידן וואס פראווען דעם לילה כיום יאיר.. כאנישט קיין אהנונג פארוואס מ'האט ארויסגענומען א האטעל פאר די נאכט..
עניוועי, דאס איז געווען אונזער ליל שישי.. און צופרי זעמער געווען פון די עשרה ראשונים ארויפצוגיין אויפן באס..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר.. דער שיעור שטיבל