Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז
עס שטייט זוגתו Chaie Sure, קינדער Gitla, Faygla, Alter, Ewa. דאס איינציגסטע וואס מען דארף טייטשן איז Ewa, וואס דאס איז כמעט אלע מאהל 'חוה'.
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
הסרפד האט געשריבן: די נעמן זענען פארדרייט ווייל יענער קען נישט קיין אידישע נעמן. פויליש פארשטיי איך נישט אבער פוילישע שריפט קען איך ליינען.
עס שטייט זוגתו Chaie Sure, קינדער Gitla, Faygla, Alter, Ewa. דאס איינציגסטע וואס מען דארף טייטשן איז Ewa, וואס דאס איז כמעט אלע מאהל 'חוה'.
הילולא דצדיקיא האט געשריבן: ספינקא כהנא זענען אייניקלעך פון אור לשמים (רבי צבי אבד"ק ספינקא חתן רבי ברוך מבריזדאוויטץ בן רבי מאיר בן רבי מנחם מענדיל מגלאגוב חתן אור לשמים)
אזלר האט געשריבן:הילולא דצדיקיא האט געשריבן: איז דא ערגעץ מעשיות אויף אים, מופתים, ישועות וכדו'?
זיין אייניקל רבי יעקב יוסף בהרה"ק ר' מנחם מענדל מגלאגוב זצ"ל האט נישט געהאט קיין קינדער א לאנגע צייט, ער האט געדרוקט צום ערשטן מאהל דעם ספר אור לשמים בשנת תר"י,
זיין פאטער שרייבט אין די הסכמה ובזכות זה יפקדהו השם בבנים ובבנות עוסקים בתורה ובמצוות. דערנאך איז ער געהאלפן געווארן.
א שיינע מעשה.
איז דא נאך מעשיות?
איך זיך תולדות אויף אים.
הסרפד האט געשריבן:הסרפד האט געשריבן: די נעמן זענען פארדרייט ווייל יענער קען נישט קיין אידישע נעמן. פויליש פארשטיי איך נישט אבער פוילישע שריפט קען איך ליינען.
עס שטייט זוגתו Chaie Sure, קינדער Gitla, Faygla, Alter, Ewa. דאס איינציגסטע וואס מען דארף טייטשן איז Ewa, וואס דאס איז כמעט אלע מאהל 'חוה'.
אויב איז דאס טאקע ר' ישראל מסטאשוב, איז דיע מ' גיטל אשת ר' מענדל [אונגער] מסטאבניץ ברמ"ד דאמבראווא (כמו שמתבאר מJRI).
הסרפד האט געשריבן:הסרפד האט געשריבן:הסרפד האט געשריבן: די נעמן זענען פארדרייט ווייל יענער קען נישט קיין אידישע נעמן. פויליש פארשטיי איך נישט אבער פוילישע שריפט קען איך ליינען.
עס שטייט זוגתו Chaie Sure, קינדער Gitla, Faygla, Alter, Ewa. דאס איינציגסטע וואס מען דארף טייטשן איז Ewa, וואס דאס איז כמעט אלע מאהל 'חוה'.
אויב איז דאס טאקע ר' ישראל מסטאשוב, איז דיע מ' גיטל אשת ר' מענדל [אונגער] מסטאבניץ ברמ"ד דאמבראווא (כמו שמתבאר מJRI).
נאך א פראבלעם: אויף JRI טרעפט מען א רשימה אין סטאבניץ פון די פטירה פון מ' גיטל אשת ר' מענדל משם (לכאורה) און איר מוטער'ס נאמן איז גאהר שפרינצא.
הסרפד האט געשריבן: די גרעסטע פראבלעם איז די יאהרצייט, ווייל די ספרי התולדות זאגן אז ר' ישראל מסטאשוב איז אוועק ה' תמוז.
הסרפד האט געשריבן: די נעמן זענען פארדרייט ווייל יענער קען נישט קיין אידישע נעמן. פויליש פארשטיי איך נישט אבער פוילישע שריפט קען איך ליינען.
עס שטייט זוגתו Chaie Sure, קינדער Gitla, Faygla, Alter, Ewa. דאס איינציגסטע וואס מען דארף טייטשן איז Ewa, וואס דאס איז כמעט אלע מאהל 'חוה'.
הסרפד האט געשריבן: איך טרעף נישט דעם נאמן פון די כלה דא. איך מיין אז די כלה איז גאהר האלמנה חיה שרה. (דער ר' פישל איז בפירוש איין אלמן.)
הסרפד האט געשריבן:הסרפד האט געשריבן: איך טרעף נישט דעם נאמן פון די כלה דא. איך מיין אז די כלה איז גאהר האלמנה חיה שרה. (דער ר' פישל איז בפירוש איין אלמן.)
איך קען נישט טייטשן יעדעס ווארט, אבער תיכף נאך שם החתן (האלמן ר' פישל לעווי), ווי עס שטייט געוועהנליך די כלה'ס נאמן, שטייט שרה חיה (כ"ה) ראטענבערג אלמנת הרב. עס שטייט נישט קיין אנדערע ווייבערישע נאמן בסמיכות צום חתן'ס נאמן. (איך געדענק אויך נישט אז אין א פוילישער הייראט רשימה זאל מען טרעפן אז די כלה חתמ'ט נישט.)
הסרפד האט געשריבן: זי איז געוועהן מיט בערך צוואנציג יונגער, זיכער א זוו"ש. (שטייט דארט אז בעת נישואיה השניים איז זי געוועהן עטליכע פערציג .)
לגבי אנדערע קינדער פון דעם זיווג, דאס מיידל 'מירל' וואס איז אוועק אין 1833 איז אויך בת ר' ישראל ומ' חיה שרה.
נחוניא האט געשריבן:הסרפד האט געשריבן: זי איז געוועהן מיט בערך צוואנציג יונגער, זיכער א זוו"ש. (שטייט דארט אז בעת נישואיה השניים איז זי געוועהן עטליכע פערציג .)
לגבי אנדערע קינדער פון דעם זיווג, דאס מיידל 'מירל' וואס איז אוועק אין 1833 איז אויך בת ר' ישראל ומ' חיה שרה.
אויב זי איז געווען בשנת ת"ר עטליכע פערציג, איז זי נישט געווען צוואנציג יאר יונגער פון רבי ישראל וועלכער איז געבוירן תקנ"ה, און נפטר געווארן תקצ"ז אין עלטער פון 42. בשנת ת"ר וואלט ער געווען בלויז 45. דאס איז כמעט די זעלבע עלטער פון חיה שרה.
הסרפד האט געשריבן: היות מען איז דן ווי די אפטער רביצין אשת האור למים האט געהייסן, האב איך געקוקט ביי די מעטריקל אין טאמאשוב אצל פטירת בתם הרבנית מ' פייגא מטאמאשוב - נפטרה כמה שנים לפני בעלה ר' לייביש, הכל תמצא בJRI - און כנראה האבן די מעטריקל-שרייבער באשלאסן זיך מסתלק צו זיין מן הספק, און געלאזט דאס פלאץ פאר איר מוטערס נאמן ליידיג.