רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

א געוויסער קרעטשמער וועלכער איז געווען באוויסט מיט זיין גרויסע קארגשאפט, מען האט פון דעם איד נישט געקענט ארויס באקומען קיין טובה, איז איינמאל געקומען צום צדיק רבי מאיר'ל מאפטא זי"ע און זיך אויס גערעדט פאר אים, אז דער פריץ פונעם דארף וויל אים ארויס ווארפן פון זיין קרעטשמע און ס'שטייט אים צו פארלירן זיין פרנסה.
האט אים רבי מאיר'ל געפרעגט, אידן האבן הנאה פון דיר, האט דער איד געזאגט מיט שטאלץ אוודאי האבן אידן הנאה פון מיר, צענדליגע אידן האבן פרנסה דורך מיר, און אלע דורכפארער האבן שטענדיג ביי מיר אן אפענע טיר.
דער צדיק מיט זיינע הייליגע אויגן האט גלייך מרגיש געווען אז דער איד זאגט ליגענט, האט ער געזאגט פאר דעם איד, פאר צום צדיק רבי פישל'ע סטריקובער זי"ע ער וועט דיר קענען העלפן.

ווען דער איד איז ארויס האבן זיך די מקורבים שטארק געוואונדערט, וואס עפעס שיקט דער רבי אידן וואס דארפן ישועות קיין סטריקוב.
האט זיי רבי מאיר'ל געזאגט, דער סטריקובער רבי איז א איד וואס זיצט א גאנצן טאג ביי זיך אין שטוב און לערנט, ער פארט קיינמאל נישט ארום און ווייסט נישט וואס עס טוט זיך אין דער וועלט, פאר אים וועט דעם קרעטשמער געלונגען איינצורעדן זיין בלאפעריי, אז ער העלפט אידן, און רבי פישל'ע וועט מתפלל זיין פאר אים, אבער איך קען דעם קרעטשמער, מיך קען ער נישט איינרעדן.

דער הייליגער אור לשמים האט געהאט א דרך, אז ווען א איד איז זיך געקומען מזכיר זיין פאר א ישועה האט מען די נעמען אריין געשריבן אין א פנקס, און ווען דער צדיק האט געליינט די נעמען און לויט ווי אזוי די נאמען האט געשיינט האט דער צדיק געלאזט יענעם רופן און אנגעוואונטשן, און די ברכות זענען מקיים געווארן.

איינמאל האט הרה"צ רבי מיכל מסאמאטאר זי"ע געשיקט א קוויטל צום הייליגען אור לשמים, און ווען דער צדיק האט געזען דעם נאמען, האט ער געזאגט צום גבאי, איך זעה דא א נאמען ר' מיכל, דער איד איז א גרויסע בעל מדריגה, אבער געב איבער פאר דעם איד אז עס פעלט אים די טהרה פון גיין אין מקו'.

האט דער שליח מיטן קוויטל געזאגט פארן רבין, אז דארט אין סאמאטאר איז נישט פארהאן קיין מקו', ווייל מען קען נישט טרעפן קיין קוואל פון וואסער אונעם גאנצן געגענט, מען האט שוין אלעס פרובירט אבער מען האט נישט מצליח געווען.
האט דער צדיק געהייסן מען זאל זאגן פאר רבי מיכל, אז אין א געוויסע פלאץ אויפן בארג, און געזאגט דעם פונקטליכען פלאץ ווי מען זאל גראבן, און מען וועט דארט טרעפן וואסער.
ווען דער שליח האט דאס געזאגט פאר רבי מיכל, איז ער גלייך געגאנגען צו דעם פלאץ און געגראבן, און לפלא מען האט דארט געטראפן א כשרע קוואל פון מים חיים, און מען האט געהאט א מקו, אבער נאכן הסתלקות פון רבי מיכל איז דער קוואל פארטריקענט געווארן, ויהי לפלא.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

*מעשה ג,*

איינמאל ווען דער רבי איז געווען אין לובלין אויף שבת, איז דאן אנגעקומען א גרויסער עושר וואס פלעגט אסאך קומען צום הייליגען חוזה אויף שבת.

פרייטאג נאכמיטאג ווען דער עושר איז געגאנגען אין מקו', איז דארט געווען דער הייליגער אור לשמים זי"ע וואס איז דאן נאכנישט געווען מפורסם אין די וועלט און ער איז דאן געגאנגען מיט גאר פשוטע קליידער.
דער צדיק האט זיך גע'טובל'ט און זייער געקרעכצט און זיך פיל מאל גע'טובל'ט מיט גרויסע כוונות, דער עושר האט זיך פארגעשטעלט אז דאס איז עפעס א ארימאן וואס איז דא, און דער עושר האט שטארק אפ'גע'חוזק'ט פונעם אור לשמים, און דער אור לשמים איז דורך דעם זייער פארשעמט געווארן, און איז ארויס פון מקו'.

דעם אנדערן וואך איז א איד פונעם שטאט פונעם עושר, געקומען מיט א קוויטל פונום עושר צום הייליגען חוזה און מזכיר געווען, אז ליידער האט אויס געבראכן א פייער ביי דעם עושר און ער האט דאס גאנצע פארמעגן פארלוירען אין ער איז געבליבן א עני ואביון, און ער האט געבעטן א ברכה פונעם חוזה מלובלין זי"ע.
דער חוזה האט געקוקט אונעם קוויטל און ברוח קדשו האט ער געזען וואס דא האט פאסירט, און ער האט געזאגט אז מען זאל זאגן פאר דעם עושר אז ער קען אים גארנישט העלפן, ווייל ער האט פוגע געווען אונעם כבוד פון א גרויסע צדיק וואס איז נאכנישט באקאנט, אבער ער איז אים מבטיח אז ווען ער וועט דעם צדיק מפייס זיין און ער וועט אים מוחל זיין וועט זיין מזל צוריק אויפשיינען.

יארן לאנג איז דער עושר געווען א עני ואביון, און ווען דער הייליגער אור לשמים איז נספרסם געווארן, איז ער איין שבת געווען אונעם שטאט ווי דער געוועזענער עושר האט געוואוינט.
שבת אויפדערנאכט ווען די מענטשן פון דעם שטאט זענען געקומען צום טיש פונעם אור לשמים, איז דער געוועזענער עושר אויך געקומען, און ווען ער האט געקוקט אויפן אור לשמים האט ער דערקענט אז דאס איז דער ארימאן וואס ער האט פארשעמט יארן צוריק אין לובלין.
דער עושר איז געפאלן צו די פיס פונעם אור לשמים און געבעטן ברחמים אז ער זאל אים מוחל זיין אויף דעם וואס ער האט אים מבייש געווען אין לובלין, דער אור לשמים האט אים מוחל געווען און געגעבן א ברכה, דאן איז ער צוריק געווארן א גרויסער עושר.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

תפילה לפרנסה מרבי מאיר מאפטא זי''ע.pdf
סגולה לפרנסה מהרה"ק רבי מאיר מאפטא זי"ע.
(82.23 KiB) געווארן דאונלאודעד 20 מאל
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4557
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ראש הקהל האט געשריבן: זונטאג יולי 24, 2011 9:26 pm
און קובץ עץ חיים איינס פאר די יעצטיגע וואס איז יעצט ממש ערשיינען
האט איינער גאר שיין געשריבען און מברר געוועהן יחוסו למעלה בקודש
איז מעגליך צו לייגן דא א קאפיע פון דעם מאמר?
נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

נחוניא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 6:06 pm
ראש הקהל האט געשריבן: זונטאג יולי 24, 2011 9:26 pm
און קובץ עץ חיים איינס פאר די יעצטיגע וואס איז יעצט ממש ערשיינען
האט איינער גאר שיין געשריבען און מברר געוועהן יחוסו למעלה בקודש
איז מעגליך צו לייגן דא א קאפיע פון דעם מאמר?
איך האב מורא אז ס'איז גארנישט דא א זא מאמר...
אחד מעיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מעיר »

וקשטיין האט יעצט געשירבען יחוסו למעב"ק
איש ישר
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2017 10:15 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ישר »

אחד מעיר האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 05, 2023 6:47 pm
וקשטיין האט יעצט געשירבען יחוסו למעב"ק
ווי קען מען דאס זעהן?
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע:israel

Re: יחוס משפחת פינטער - לאמיר פראבירן נאך א מאהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

הסרפד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 02, 2020 4:54 pm
איך האב שוין עטליכע מאהל ארויף געבראכט דא די יחוס פון משפחת פינטער (הרב ר' יחזקאל פינטער מזאלבצורג, ואח"כ רב דקהל אור לשמים ע"ש זקנו הק' נושא האשכול).

איך האב נישט קיין גאנצע קלאהרקייט אין דעם, אבער חאטש זאל זיין עפעס קלאהרער פון וואס איך האב פריהער געשריבן, בפרט וואס איך האב מרמז געוועהן אויבן מיינע הוא-אמינא'ס וכו'.

(איך האב גראדע שוין א מאהל געפרעגט ביי די משפחה אליינס, און לויט ווי איך האב פארשטאנען איז ביי זיי אויך נישט באקאנט די פרטים.)

ראשית כל: לאמיר קלאהר שטעלן פון וועמן מיר רעדן דא.

הרב ר' יחזקאל פינטער איז געוועהן פון דאמבראווא, אלץ בחור א תלמיד פון דעם 'חזון נחום' משם, שפעטער איין איידים אין קארטשין ביי ר' שלום יהודה (המכו' לייבוש) לעזער) , נאך דעם קריג א רב פאר די שארית הפליטה אין זאלצבורג, שפעטער אין ניו יארק רב פון בהמ"ד אור לשמים. מען טרעפט זיינע חידושי תורה, און זיינע שמחות, אין קובצי 'המאור'.
ער איז אוועק תשעה באב תשל"ו.
מצבתו - מצבת זוגתו מ' גיטל
בנו יחידו איז געוועהן הרב ר' (קלונימוס) קלמיש פינטער, רק דביהמ"ד אור לשמים זאלצבורג, און דער בעה"ב פון די באקאנטע ספרים געשעפט אין ב"פ. ר' קלמיש איז געוועהן איין איידים ביי הרב ר' דוד צבי שנעעבאלג ממאנשעסטער (כמדומה אז די רבי'צין לעבט נאך ליוט"א). עס איז געבליבן פון איהם בנו ר' (אלטר) יעקב (יצחק אייזיק), וחתניו ר' נפתלי מאיר באב"ד ור' יצחק אייזיק קרישבסקי.

די יחוס וואס אונטערעסירט אונז איז ר' יחזקאל'ס. פון ווי ר' יחזקאל חתמ'ט זיך אין די 'המאור' קובצים און פון זיין מצבה, זעהט מען אז ער איז געוועהן איין אייניקל פון דעם אור לשמים און פון דער ראפשיצער רב. (אין איין ארט שטייט אין המאור אויך 'איהעל', אבער דאס איז לכאורה א טה"ד, ווייל עס שטייט 'אור לשמים מאיהעל' במקום 'אור לשמים מאפטא'.)

מער שטייט נישט בפירוש ווי ר' יחזקאל'ס יחוס גייט.

נאך איין מקור האבן מיר, א 'לעילוי נשמת' וואס בנו ר' קלמיש (מיט זיין מאמע) האט אריין געשטעלט אין שו"ת שרגא המאיר ח"ב , פון זיין שוואגער ר' פייוויש שנעעבאלג.
די רבי'שע יחוס איז דאס זעלבע, (בתוספת א ביסל רבני'שע יחוס - מגלה עמוקות, חכם צבי - וואס העלפט נישט אויף פארשעריי). אבער דער יחוס למעלה רעכנט ער אזוי: בן הרב ר' יעקב יצחק, בן הרב ר' יחזקאל אב"ד וואינטש. (ובמקום אחר העתקתי בטעות אז ר' יעקב יצחק פינטער איז געוועהן אב"ד וואויניטש, ואתכם הסליחה.)

מיט דעם, לאמיר זעהן אויף JRI וואס מיר קענען טרעפן.
ווער איז דער ר' שלו' יודא לעזער פון קארטשין?
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלםתובב”א
pop
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 13, 2020 8:13 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pop »

שמו האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2017 2:19 pm
זכותו יגן עלינו
גיי מיר זאגן זיין תפלה


רִבּוֹן הָעוֹלָמִים יָדַעְתִּי כִּי הִנְנִי בְּיָדְךָ לְבַד כַּחֹמֶר בְּיַד הַיּוֹצֵר. וְאִם גַּם אֶתְאַמֵּץ בְּעֵצוֹת וְתַחְבּוּלוֹת וְכָל יוֹשְׁבֵי תֵבֵל יַעַמְדוּ לִימִינִי לְהוֹשִׁיעֵנִי וְלִתְמֹךְ נַפְשִׁי, מִבַּלְעֲדֵי עֻזְּךָ וְעֶזְרָתְךָ אֵין עֶזְרָה וִישׁוּעָה. וְאִם חָלִילָה יַחְפְּצוּ כֻּלָּם לְהָרַע אָז אַתָּה בְּחֶמְלָתְךָ תָּשִׂים עֵינֶיךָ עָלַי וְתַשְׁקִיף עָלַי לְטוֹבָה מִמְּעוֹן קָדְשְׁךָ. הִנֵּה חֲבָלִים נָפְלָה לִי בַּנְּעִימִים, וִישׁוּעָתִי בָּאָה, וְעֶזְרָתִי תִגָּלֶה. לָכֵן עָזְרֵנִי רִבּוֹן הָעוֹלָמִים לִהְיוֹת עֵינַי פְּתוּחוֹת לִרְאוֹת תָּמִיד אֲמִתּוּת הַדָּבָר הַזֶּה, וִיהִי תָּקוּעַ וְקָבוּעַ אֱמוּנָתְךָ בְּלִבִּי בְּכָל עֵת לְבַל אָסוּר לֹא בְדִבּוּר וְלֹא בְמַעֲשֶׂה וְלֹא בְמַחְשָׁבָה לַעֲבֹד זוּלָתְךָ חָלִילָה, כִּי אִם תִּרְדֹּף נַפְשִׁי רְצוֹנְךָ הַטּוֹב בֶּאֱמֶת.

גַּם עָזְרֵנִי לְבַל יָמוּשׁ מֵרַעְיוֹנַי וּמִלִּבִּי גְּדֻלָּתְךָ וּגְבוּרוֹתֶיךָ וְהוֹפָעַת חִיוּתְךָ בְּכָל רֶגַע, וְקוֹטֶן עֶרְכִּי בֵּין מַעֲשֶׂיךָ, וּמַה נֶּחְשָׁב אֲנִי בֵּין יְצוּרֶיךָ, וּכְאַיִן אֲנִי נֶגֶד בְּרוּאֶיךָ אִם גַּם הָיִיתִי נָקִי מִכָּל חֵטְא, וּמַה גַּם כִּי עֲוֹנוֹתַי רָבוּ לְמַעְלָה רֹאשׁ נְקַלֹּתִי מִכָּל בְּרוּאֶיךָ כִּי הֵם עוֹשִׂים רְצוֹנְךָ אֲשֶׁר לְכָךְ נוֹצְרוּ וַאֲנִי בְּגֹבַהּ לִבִּי מְתֹעָב בְּעֵינֶךָ.

וְעָזְרֵנִי לִהְיוֹת מִדַּת הַכְנָעָה וְשִׁפְלוּת רוּחַ דָּבוּק בְּלִבִּי וּבְרַעְיוֹנַי בְּכָל עֵת וּבְכָל רֶגַע, וְתִהְיֶה יִרְאָתְךָ עַל פָּנַי לְבִלְתִּי אֶחֱטָא, וְיִשְׂמַח לִבִּי תָמִיד בְּךָ אֲשֶׁר בְּרָאתַנִי לִכְבוֹדְךָ, וְאַהֲבָתְךָ תִּבְעַר בְּקִרְבִּי, וּמֵחָכְמָתְךָ תַּאֲצִיל עָלַי לִהְיוֹת נֶגֶד עֵינַי גְּדֻלָּתְךָ וּגְבוּרָתֶךָ וּמִעוּט עֶרְכִּי וְחֶסְרוֹן בִּינָתִי, וְלֹא יִגְבַּהּ לִבִּי, וְלֹא אֶרְדּוֹף אַחַר הַכָּבוֹד וּגְדֻלָּה וְעֹשֶׁר כִּי אִם תִּכְסֹף נַפְשִׁי לַעֲשׂוֹת רְצוֹנְךָ הַיָּשָׁר בְּעֵינֶיךָ, וְאֶהְיֶה מוּכָן בְּכָל רֶגַע לִמְסֹר נַפְשִׁי רוּחִי וְנִשְׁמָתִי וְגוּפִי וּמְאֹדִי עַל קְדֻשַּׁת שְׁמֶךָ, וְהָסֵר כָּל הַמְסָכִים הַמַּבְדִּילִים בֵּינִי לְבֵינְךָ, וְהַחְזִירֵנִי בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵמָה לְפָנֶיךָ.
וְיוּנְעַם לִי כָּל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה עִמָּדִי וְלֹא יְבַלְבְּלֵנִי שׁוּם עִנְיָן מֵעֲבוֹדָתְךָ הָאֲמִתִּית, וְלֹא תַעֲלֶה קִנְאַת אָדָם עָלַי וְלֹא קִנְאָתִי עַל אֲחֵרִים, וְלֹא אֶתְאַוֶּה לְשׁוּם דָּבָר זוּלַת רְצוֹנְךָ, וְהוֹרֵינוּ דֶּרֶךְ חֻקֶּיךָ לְעָבְדְּךָ בְּלֵב נָבָר וְזָךְ וּבְשִׂמְחָה וְרוּחַ נְמוּכָה וּבְאַהֲבַת עַמְּךָ יִשְׂרָאֵל, וְיִתְקַדֵּשׁ שִׁמְךָ עַל יָדִי וְעַל יְדֵי זַרְעִי וְזֶרַע זַרְעִי עַד כָּל הַדּוֹרוֹת וְלֹא יִמָּצֵא פְּסוּל בָּנוּ חָלִילָה, וְנִנָּצֵל מֵחִלּוּל הַשֵּׁם, וְנִזְכֶּה לַעֲסֹק בְּתוֹרָתְךָ לִשְׁמָהּ בִּתְמִידוּת מִתּוֹךְ הַרְחָבָה, בִּתְשׁוּבָה וּבְדַעַת וּבְשִׂמְחָה וְלֵב טָהוֹר, וְנִשָּׁמֵר מִכָּל חֵטְא וּמִכָּל עָוֹן, וְנִשְׂמַח בְּדִבְרֵי תוֹרָתֶךָ וּבְמִצְוֹתֶיךָ לְעוֹלָם וָעֶד, וְנִזְכֶּה לְתַקֵּן אֵת אֲשֶׁר הֶעֱוִינוּ וְלֹא נֵבוֹשׁ בָּעוֹלָם הַזֶּה וְלֹא נִכָּלֵם לָעוֹלָם הַבָּא אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן:
איז דא ערגעץ די תפלה מיט יודיש טייטש?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך זעה דא א זיגל "ישראל בהרב מו"ה מאיר הלוי מסטאבניץ"

איז דאס פון ר' ישראל מסטאשוב בן האור לשמים? https://cbj.jhi.pl/documents/136734/2/
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

מיללער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:53 pm
איך זעה דא א זיגל "ישראל בהרב מו"ה מאיר הלוי מסטאבניץ"

איז דאס פון ר' ישראל מסטאשוב בן האור לשמים? https://cbj.jhi.pl/documents/136734/2/
זייער אינטערעסאנט! אין זייער שוואכע אותיות, שטייט חי'[?] שרה אשת הרבני מוה"ר ישראל הלוי[?]
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4557
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ידען בקורות הדורות האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:47 pm
פרעגער האט געשריבן: זונטאג יולי 24, 2022 4:22 pm
farshlufen האט געשריבן:
יקום פורקן האט געשריבן:
כ'הער זאגן אז נאך לאנגע יארן זוכן האט מען יעצט געטראפן די פונקטליכע מנוחת כבודו אינעם בית החיים אין אפטא וועלכע איז כהיום א פארק ליידער.
דאס איז געווען דאס בילד אויפן "אבותינו" צעטל?
זי"ע
אדמו’’ר מזוויהעל ארה’’ב וועלכער האט געוויילט אין ליזענסק דעם שב’’ק איז געווען נעכטן מוצש’’ק ביים ציון מיט א מנין אידן
הרב הגאון החו"ב רבי אהרן הערש פריינד שליט"א ביי זיין וועכנטליכען שיעור בימי הקיץ 10:15 אין ביהמ"ד הגדול קיט"ל דסאטמאר אויף ראדני סט. האט ארומגעשמועסט בנוגע דעם הייליגען רבי ר' מאיר'ל אפטער זי"ע, און בתוך דבריו האט ער געזאגט אז די "עסקני בוני העיר אפטא" האבן אים געוויזען פונקליך די מאפע פון אפטא, און אלעס ארום וויאזווי מען האט געטראפן די קבר, און עס איז גאר קראנט, און אלעס שטומט הונדרעט פראצענט ב"ה....
מען וועט אויספוילן אלעס גוטס!!!!
ווי האלט מען?
מען האט שוין געבויעט אן אוהל אדער לכה"פ אנגעצייכנט דעם פלאץ?
חיים אלכסנדר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים אלכסנדר »

ליידער איז די שטאטראט דערווייל נישט מסכים צו גארנישט.
נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

חבל מאוד.
זה הרי יהפוך למקום תפילה המוני לכשיבנה האוהל.
עד קרוב לפני השואה, זה היה מקובל מאוד כמקום מסוגל ביותר.
זי"ע.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4557
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

חיים אלכסנדר האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:52 pm
ליידער איז די שטאטראט דערווייל נישט מסכים צו גארנישט.
איז אפשר א מעלה אז קבוצות זאלן אהינקומען און עס זאל שוין יעצט ווערן א תל תלפיות, וועלן זיי זעהן ווי חשוב עס איז ביי כלל ישראל.
איך האף צו זיין אין פוילן קומענדיגע וואך בעז"ה, ביטע זייט מיר מודיע דעם פונקטליכן מקום, וועט מען בעז"ה אהיינגיין ברוב עם.
חיים אלכסנדר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים אלכסנדר »

פאר צו:
12 Partyzantów
Opatów, Świętokrzyskie Voivodeship
(בערך איינס אהאלב שעה צפון מערב פון ליזענסק)

גיי ארויף די שטיגן צו די העכערע גראונד, וועסטו זען א קולטור צענטער - האלבע אפענע קליינע סטעדיום Opatowski Cultural Center
וועסט זען רייעס פון געלע\אראנדזשע בענקלעך.
בערך אינמיטן זאל.
מען האט אנגעצייכנט מיט ספרעי פעינט אויפן פלאר (קען זיין אז עס האט זיך שוין אפגעמעקט)

דאס פלאץ איז אפען 24/7 - אויב גייסטו ביינאכט נעם מיט א פלעשלייט
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4557
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

חיים אלכסנדר האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 5:22 pm
12 Partyzantów
גיי ארויף די שטיגן צו די העכערע גראונד, וועסטו זען א קולטור צענטער - האלבע אפענע קליינע סטעדיום Opatowski Cultural Center
וועסט זען רייעס פון געלע\אראנדזשע בענקלעך. בערך אינמיטן זאל. מען האט אנגעצייכנט מיט ספרעי פעינט אויפן פלאר (קען זיין אז עס האט זיך שוין אפגעמעקט). דאס פלאץ איז אפען 24/7 - אויב גייסטו ביינאכט נעם מיט א פלעשלייט
לכאורה רעדט מען פון דעם?
opatowski Cultural Center.jpg
opatowski Cultural Center.jpg (91.23 KiB) געזען 106 מאל
גוט צו זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 30, 2021 4:09 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט צו זיין גוט »

נחוניא האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 6:14 pm
חיים אלכסנדר האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 5:22 pm
12 Partyzantów
גיי ארויף די שטיגן צו די העכערע גראונד, וועסטו זען א קולטור צענטער - האלבע אפענע קליינע סטעדיום Opatowski Cultural Center
וועסט זען רייעס פון געלע\אראנדזשע בענקלעך. בערך אינמיטן זאל. מען האט אנגעצייכנט מיט ספרעי פעינט אויפן פלאר (קען זיין אז עס האט זיך שוין אפגעמעקט). דאס פלאץ איז אפען 24/7 - אויב גייסטו ביינאכט נעם מיט א פלעשלייט
לכאורה רעדט מען פון דעם?
opatowski Cultural Center.jpg
ריכטיג.
חיים אלכסנדר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים אלכסנדר »

נחוניא האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 6:14 pm
חיים אלכסנדר האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 5:22 pm
12 Partyzantów
גיי ארויף די שטיגן צו די העכערע גראונד, וועסטו זען א קולטור צענטער - האלבע אפענע קליינע סטעדיום Opatowski Cultural Center
וועסט זען רייעס פון געלע\אראנדזשע בענקלעך. בערך אינמיטן זאל. מען האט אנגעצייכנט מיט ספרעי פעינט אויפן פלאר (קען זיין אז עס האט זיך שוין אפגעמעקט). דאס פלאץ איז אפען 24/7 - אויב גייסטו ביינאכט נעם מיט א פלעשלייט
לכאורה רעדט מען פון דעם?
opatowski Cultural Center.jpg
יא
חיים אלכסנדר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים אלכסנדר »

היינט איז כ"ק מהרי"א מספינקא שליט"א דארט געווען און שופך שיח געווען מיט א גרויסע קבוצה יודן.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4557
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

חיים אלכסנדר האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 6:18 pm
היינט איז כ"ק מהרי"א מספינקא שליט"א דארט געווען און שופך שיח געווען מיט א גרויסע קבוצה יודן.
עס איז דא בילדער?
איך וויל זען אויף וועלכע פלאץ איז מקום מנוחת קדשו.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”