רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

די נעמן זענען פארדרייט ווייל יענער קען נישט קיין אידישע נעמן. פויליש פארשטיי איך נישט אבער פוילישע שריפט קען איך ליינען.

עס שטייט זוגתו Chaie Sure, קינדער Gitla, Faygla, Alter, Ewa. דאס איינציגסטע וואס מען דארף טייטשן איז Ewa, וואס דאס איז כמעט אלע מאהל 'חוה'.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

און דער מצה-אויבן איז א סתם נישט גוט געליינט א פויליש ווארט: małżonkowie (געהייראט פאהר פאלק)
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

גראדע איז אויך פארהאן א רשימה פון די פטירה פון מ' שפרינצא, לכאורה דער ר' ישראל'ס מוטער (יהיה מי שיהיה).
לינק (ע"פ JRI): https://jri-poland.org/imagedata/SANDOM ... __0110.JPG (נומ' 101)
דאס קען איך ליינען, בצירוף וואס JRI האט שוין מפענח געוועהן:
האלמנה שפרינצא, בת שבעים ו-?, בת ר' ברוך ומ' פייגא (מסטאשוב?), ילדיה: ר' ישראל, מ' Ewa (חוה, כאמור - אבער נישט די זעלבע מענטש), מ' פייגא, מ' חנה(?).
לעצט פארראכטן דורך הסרפד אום מיטוואך יולי 22, 2020 4:58 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן: די נעמן זענען פארדרייט ווייל יענער קען נישט קיין אידישע נעמן. פויליש פארשטיי איך נישט אבער פוילישע שריפט קען איך ליינען.

עס שטייט זוגתו Chaie Sure, קינדער Gitla, Faygla, Alter, Ewa. דאס איינציגסטע וואס מען דארף טייטשן איז Ewa, וואס דאס איז כמעט אלע מאהל 'חוה'.

אויב איז דאס טאקע ר' ישראל מסטאשוב, איז דיע מ' גיטל אשת ר' מענדל [אונגער] מסטאבניץ ברמ"ד דאמבראווא (כמו שמתבאר מJRI).

Alter, ווידער, האט א ברירה צו זיין ר' יעקב יצחק - כמדומה אז די פינטערס (וואס זענען לכאורה אייניקליך פון ר' יעקב יצחק מוואויניטש) האבן געהאט א זיידע אין צווישן בשם ר' 'אלטר יעקב יצחק'.

די גרעסטע פראבלעם איז די יאהרצייט, ווייל די ספרי התולדות זאגן אז ר' ישראל מסטאשוב איז אוועק ה' תמוז.
מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן: ספינקא כהנא זענען אייניקלעך פון אור לשמים (רבי צבי אבד"ק ספינקא חתן רבי ברוך מבריזדאוויטץ בן רבי מאיר בן רבי מנחם מענדיל מגלאגוב חתן אור לשמים)

אזלר האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן: איז דא ערגעץ מעשיות אויף אים, מופתים, ישועות וכדו'?

זיין אייניקל רבי יעקב יוסף בהרה"ק ר' מנחם מענדל מגלאגוב זצ"ל האט נישט געהאט קיין קינדער א לאנגע צייט, ער האט געדרוקט צום ערשטן מאהל דעם ספר אור לשמים בשנת תר"י,
זיין פאטער שרייבט אין די הסכמה ובזכות זה יפקדהו השם בבנים ובבנות עוסקים בתורה ובמצוות. דערנאך איז ער געהאלפן געווארן.

א שיינע מעשה.
איז דא נאך מעשיות?

איך זיך תולדות אויף אים.

בקובצי "נחלת צבי" היו"ל ע"י מכון נחלת צבי בבני ברק, יש מערכה מקיפה של תולדות ה"אור לשמים" מאפטא זי"ע מאת הרב ברוך חיים וועג בשני קובצים, כמדומני בקובצי י"ד וט"ו.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן: די נעמן זענען פארדרייט ווייל יענער קען נישט קיין אידישע נעמן. פויליש פארשטיי איך נישט אבער פוילישע שריפט קען איך ליינען.

עס שטייט זוגתו Chaie Sure, קינדער Gitla, Faygla, Alter, Ewa. דאס איינציגסטע וואס מען דארף טייטשן איז Ewa, וואס דאס איז כמעט אלע מאהל 'חוה'.

אויב איז דאס טאקע ר' ישראל מסטאשוב, איז דיע מ' גיטל אשת ר' מענדל [אונגער] מסטאבניץ ברמ"ד דאמבראווא (כמו שמתבאר מJRI).

נאך א פראבלעם: אויף JRI טרעפט מען א רשימה אין סטאבניץ פון די פטירה פון מ' גיטל אשת ר' מענדל משם (לכאורה) און איר מוטער'ס נאמן איז גאהר שפרינצא.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובה דורך נחוניא »

אויף JRI שטייט אז די מאמע פון גיטל הייסט שפרה. יתכן אז חיה שרה איז געווען א זיווג שני פון רבי ישראל
UNGER Gitla 1896 D
F
79
1 March 1896
Izrajel ROTENBERG
Szyfra WARSZAWSKA
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אנטשולדיגט, טאקע פארמישט שפרינצא מיט שפרה.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

הסרפד האט געשריבן: די גרעסטע פראבלעם איז די יאהרצייט, ווייל די ספרי התולדות זאגן אז ר' ישראל מסטאשוב איז אוועק ה' תמוז.

אין וועלכע ספרי התולדות ווערט אזוי געברענגט?
די שאלה אויב עס איז גענוג קראנט צו טראכטן אז דאס זאל נישט זיין רבי ישראל מסטאשוב ווען אלע פרטים שטומען, און עס שטייט קלאר אז עס רעדט זיך פון א רעליגעזע פירער.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

הסרפד האט געשריבן: די נעמן זענען פארדרייט ווייל יענער קען נישט קיין אידישע נעמן. פויליש פארשטיי איך נישט אבער פוילישע שריפט קען איך ליינען.

עס שטייט זוגתו Chaie Sure, קינדער Gitla, Faygla, Alter, Ewa. דאס איינציגסטע וואס מען דארף טייטשן איז Ewa, וואס דאס איז כמעט אלע מאהל 'חוה'.

לגבי די טאכטער Ewa
אויף JRI איז דא די חתונה פון ר' פישל לעווי מיט Cywa ראטטענבערג אין סטאשוב שנת ת"ר, און עס חתמ'ט די מאמע פון די כלה חיה שרה ראטענבערג.
רישום נישואי ר' פישל לעווי וצביה ראטענבערג סטאשוב תר.jpg
רישום נישואי ר' פישל לעווי וצביה ראטענבערג סטאשוב תר.jpg (150.36 KiB) געזען 1059 מאל
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

איך טרעף נישט דעם נאמן פון די כלה דא. איך מיין אז די כלה איז גאהר האלמנה חיה שרה. (דער ר' פישל איז בפירוש איין אלמן.)
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20250
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אויף אידיש פלעגט מען שרייבן "רויטין בארג"?
פנחס שרחם על כ"י שיהיו בעלי עבירות כאלו בעם קדוש.. ראה המגיפה בב"י ורחם מאוד. ומחמת גודל הרחמנות שנתפשט בכל מדותיו לא היה יכול להתאפק.. בזה הרחמנות הגדול לבש קנאה ונקם בהחוטא.. רק מי שהוא ברחמנות גדול כזה, זה האיש יכול להיות קנא ונוקם

זר"ק
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן: איך טרעף נישט דעם נאמן פון די כלה דא. איך מיין אז די כלה איז גאהר האלמנה חיה שרה. (דער ר' פישל איז בפירוש איין אלמן.)

איך קען נישט טייטשן יעדעס ווארט, אבער תיכף נאך שם החתן (האלמן ר' פישל לעווי), ווי עס שטייט געוועהנליך די כלה'ס נאמן, שטייט שרה חיה (כ"ה) ראטענבערג אלמנת הרב. עס שטייט נישט קיין אנדערע ווייבערישע נאמן בסמיכות צום חתן'ס נאמן. (איך געדענק אויך נישט אז אין א פוילישער הייראט רשימה זאל מען טרעפן אז די כלה חתמ'ט נישט.)

עס שטייען אויך די נעמן פון מ' חיה שרה'ס עלטערן (די מאמע דבורה, פון ווארשא, דעם טאט'נס נאמן קען איך נישט ליינען) - נאך א סימן א זי איז די כלה.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

הסרפד האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן: איך טרעף נישט דעם נאמן פון די כלה דא. איך מיין אז די כלה איז גאהר האלמנה חיה שרה. (דער ר' פישל איז בפירוש איין אלמן.)

איך קען נישט טייטשן יעדעס ווארט, אבער תיכף נאך שם החתן (האלמן ר' פישל לעווי), ווי עס שטייט געוועהנליך די כלה'ס נאמן, שטייט שרה חיה (כ"ה) ראטענבערג אלמנת הרב. עס שטייט נישט קיין אנדערע ווייבערישע נאמן בסמיכות צום חתן'ס נאמן. (איך געדענק אויך נישט אז אין א פוילישער הייראט רשימה זאל מען טרעפן אז די כלה חתמ'ט נישט.)

אפשר לוינט זיך צו ספענדן נאך א זיבן טאלער אויף פייווער אויף א טרענסעלעישאן, וועט מען האבן מער פרטים.
עס איז טאקע מעגליך אז דאס איז געווען א זיווג שני פון רבי ישראל.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ווי שוין פריער דערמאנט, איז דא אויף JRI די געבורט פון א קינד "מאיר לייביש ראטענבערג" בשנת תקצ"ה, דערנאך אין תקצ"ז איז דא די פטירה פון "מאיר לייביש ראטענבערג" און דא שרייבן זיי שוין די נעמען פון די עלטערן ישראל און חיה שרה ראטענבערג.

די שאלה אויב נאך קינדער זענען געבוירן פון דעם זיווג. אויך איז א חידוש אז דאס קינד האט געהייסן "מאיר לייביש" און נישט בלויז "מאיר".
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

זי איז געוועהן מיט בערך צוואנציג יונגער, זיכער א זוו"ש. (שטייט דארט אז בעת נישואיה השניים איז זי געוועהן עטליכע פערציג.)

לגבי אנדערע קינדער פון דעם זיווג, דאס מיידל 'מירל' וואס איז אוועק אין 1833 איז אויך בת ר' ישראל ומ' חיה שרה. רוב אנדערע ראטענבערג'ס אין סטאשוב זענען פון אנדערע משפחות, בני ר' שמואל ומ' טויבא אדער ר' שמחה ומ' ביילא.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

הסרפד האט געשריבן: זי איז געוועהן מיט בערך צוואנציג יונגער, זיכער א זוו"ש. (שטייט דארט אז בעת נישואיה השניים איז זי געוועהן עטליכע פערציג .)

לגבי אנדערע קינדער פון דעם זיווג, דאס מיידל 'מירל' וואס איז אוועק אין 1833 איז אויך בת ר' ישראל ומ' חיה שרה.

אויב זי איז געווען בשנת ת"ר עטליכע פערציג, איז זי נישט געווען צוואנציג יאר יונגער פון רבי ישראל וועלכער איז געבוירן תקנ"ה, און נפטר געווארן תקצ"ז אין עלטער פון 42. בשנת ת"ר וואלט ער געווען בלויז 45. דאס איז כמעט די זעלבע עלטער פון חיה שרה.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

נחוניא האט געשריבן:

אה"נ, נתחלף לי עם אמו (מען טאהר זיך נישט פארלאזן אויף די זכרון, אבער דאס פארגעס איך אויכעט...)
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

היות מען איז דן ווי די אפטער רביצין אשת האור למים האט געהייסן, האב איך געקוקט ביי די מעטריקל אין טאמאשוב אצל פטירת בתם הרבנית מ' פייגא מטאמאשוב - נפטרה כמה שנים לפני בעלה ר' לייביש, הכל תמצא בJRI - און כנראה האבן די מעטריקל-שרייבער באשלאסן זיך מסתלק צו זיין מן הספק, און געלאזט דאס פלאץ פאר איר מוטערס נאמן ליידיג.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

צאצאי ר' פנחס אב"ד אפטא בן האור לשמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

עיין באשכול על הרה"ר ר' מא"ב מקאזיניץ בדבר זיווגיו של ר' אברהם חיים יעקב בן ר' פנחס: viewtopic.php?p=2308530#p2308530

נאך א זוהן טרעפט מען אויף JRI, ר' אלימלך מזאוויחוואסט, חתן ר' משה פרידענזאהן משם.
צווישן ר' אלימלך'ס קינדער טרעפן מיר א זוהן, ר' שלמה, און א טאכטער, מ' ליבא אשת ר' שמעון משה בלומענקראנץ משצעקאטשין (ב"ר ישראל) - הלא הוא ר' שמעון משה המדפיס המפורסם ב"ר ישראל אב"ד קראסניסטאוו, וואס מען שרייבט אויף איהם אז ער איז געוועהן חתן ר' אלימלך נכד האור לשמים, און אזוי אויך אין זיין דרוק פון ספה"ק אור לשמים איז פארהאן א הסכמה פון זיין שוואגערר' שלמה הלוי ראטענבערג מראזוואדוב, אבער אין ערגעץ האב איך נישט געטראפן אויס גערעכנט די יחוס ביז דעם אור לשמים.

====

האט איינער א מאהל דורך געטוהן יחוס משפחת ריינהאלד (המנחת אברהם) להרה"ק בעל אור לשמים? אויף זייער זיידע ר' אלישע מקראקא (אלישע מאיר? אויף פויליש עליאש, ולכן תמצא שנקרא 'אליהו' ע"י מקצת טועים) שרייבט מען אז ער איז געוועהן איין איידעם ביים אור לשמים, די קינדער זענען זיכער געוועהן אייניקליך, און זיין ווייב האט זיכער געשטאמט פון סטאשוב און סטאבניץ - אבער מה נעשה אז זי האט געהייסן פייגא דבורה, און דער אור לשמים האט שוין געהאט איין אנדערען טאכטער פייגא (נייהויז, הרבנית מטאמאשוב) וואס האט געלייבט אין די זעלבע צייט... אין טייל רשימות שטייט 'פייגלא דבורה' אבער לענ"ד מיינט דאס גארנישט, אויף פויליש האט יעדע פייגא געקענט הייסן פייגלא.

מיר ליגט אין קאפ אז איינער פון די גרויסע יחוס שרייבערס, אפשר הרב ווקשטיין, האט א מאהל געשריבן א גרונטליכע מאמר אויף משפחת ריינהאלד, אבער לע"ע טרעף איך עס נישט אין מיין פריוואטע אוצר.

(איך רעכען עס אריין דא ווייל איך האב א השערה אז ער איז אפשר געוועהן איין איידים גאהר ביי ר' פנחס בן האור לשמים.)
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

הסרפד האט געשריבן: היות מען איז דן ווי די אפטער רביצין אשת האור למים האט געהייסן, האב איך געקוקט ביי די מעטריקל אין טאמאשוב אצל פטירת בתם הרבנית מ' פייגא מטאמאשוב - נפטרה כמה שנים לפני בעלה ר' לייביש, הכל תמצא בJRI - און כנראה האבן די מעטריקל-שרייבער באשלאסן זיך מסתלק צו זיין מן הספק, און געלאזט דאס פלאץ פאר איר מוטערס נאמן ליידיג.

איך האב געזוכט און נישט געפונען די רעקארד אויף JRI
וועלכע יאר איז זי נפטר געווארן און ווי אלט איז זי געווען?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

עס שטייט Fajga Nauhauz אויף JRI, יאהרע 1853.
דעם עצם מעטריקל קען מען טרעפן דא: https://szukajwarchiwach.pl/35/1778/0/s ... bJednostki
(יאהרע 1853, פטירה נומ' 81 - פטירות זענען ביים סוף פון דעם באנד.)

די עלטער האב איך נישט פראבירט צו זוכן/ליינען.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

ווען מען זוכט phonetically like קומן נישט ארויף עטליכע רשימות ווי עס שטייט Nauhauz.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”