רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן: גראדע איז אויך פארהאן א רשימה פון די פטירה פון מ' שפרינצא, לכאורה דער ר' ישראל'ס מוטער (יהיה מי שיהיה).
לינק (ע"פ JRI): https://jri-poland.org/imagedata/SANDOM ... __0110.JPG (נומ' 101)
דאס קען איך ליינען, בצירוף וואס JRI האט שוין מפענח געוועהן:
האלמנה שפרינצא, בת שבעים ו-?, בת ר' ברוך ומ' פייגא (מסטאשוב?), ילדיה: ר' ישראל, מ' Ewa (חוה, כאמור - אבער נישט די זעלבע מענטש), מ' פייגא, מ' חנה(?).

היות אז הדעת נוטה אז דאס איז גאהר הרבנית אלמנת האור לשמים - ואמם של בנו ר' ישראל מסטאשוב ואחיותיו הרבניות מגלאגוב וטאמאשוב (און אפשר פון בנו ר' פנחס מאפטא אויכעט, אבער דאס שטייט נישט דא עכ"פ), וואלטן מיר געדארפט מעיין זיין אין וואס עס איז באקאנט אויף די רבי'צין און שווער פון דעם אור לשמים.

הספרי היוחסין (אלפסי, מעתיקיו ומועתקיו) שטייט אזא נוסח אויף דעם אור לשמים: 'חתן ר' אהרן נסתר, חתן ר' ברוך קדוש' - וזה הוא.

יעצט, אויב איז מ' שפרינצא הנ"ל די סטאשוב'ער רביצין, האבן מיר א סתירה א ביסל, ווייל עס שטייט דארט אז אירע עלטערן האבן געהייסן ר' ברוך ומ' פייגא. (און חאטשיק איך האב שוין עטליכע מאהל געשריבן אז אין די פוילישע מעטריקל קען, ביי ווייבער, די שם האב זיין גאהר דער זיידע'ס נאמן, דאס איז נאר ווען עס שטייט בנוסח 'פלוני-אָוו', נישט 'טאכטער פון פלוני און פלונית', און אויך נאר אויף אבי האב לכאורה.)

על דרך צחות וואלטן מיר געקענט זאגן אז ר' אהרן איז טאקע געוועהן א נסתר, אפילו פון די מעטריקל...

אבער אין אמת'ן, דארפן מיר ערשט מברר זיין פון וואנעט דער נוסח קומט.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אחר העיון, זעהט מיר אויס אז דאס ערשטע מקור אויף דעם 'חתן ר' אהרן נסתר, חתן ר' ברוך קדוש' איז אין דעם יחוס בריעף פון ר' מאיר הורוויץ מקיעלץ, בראש ספר פענח רזא (עה"ת, מבעה"ת) עם פירושו 'רזא דמאיר'.

ר' מאיר איז געוועהן א גרויסער יחסן - בעיקר איז ער באקאנט אלץ איין אור-אייניקל בא"ב פון הרה"ק ר' אברהם מרדכי מפינטשוב: ר' מאיר אליינס איז געבוירן אין פינטשוב, צו אביו ר' יעקב יצחק משם, בן ר' יוסף דוד, בן הרה"ק מפינטשוב. (זיין יחוס בריעף איז אויך לכאורה די מקור פון רוב וואס ווערט געבראכט אויף הרה"ק מפינטשוב.)

(יצויין אז די העכערע דורות פון דעם יחוס בריעף זענען פראבלעמאטיש, בפרט וואס ר' מאיר האט מאסף געוועהן פון ספרים יחוס הקדמונים למעלה - משפחת רוקח, לוריא, אבות המהר"ל מפראג - אין אויך וואס ער שרייבט אויף יחוס ר' אברהם מרדכי מפינטשוב למעלה מאביו ר' בנימין זאב יעקב אב"ד זארנאווצא, ווי געבראכט פון רנ"א ווקשטיין אין דער אשכול אויף ר' אברהם מרדכי מפינטשוב , אבער מיר זענען אינטערעסירט אין נעהנטערע דורות, וואס לכאורה האט זיך ר' מאיר נישט געקענט טועה זיין.)

ביחוס אביו ר' יעקב יצחק מצד אמו, שרייבט ר' מאיר אזוי ( עמ' 27 ):
"הצדיקת חי' שרה בת הצדיק הקדוש ר' ארי' לייביש סופר ממעזביז זצ"ל [גיסו של הגה"ק ר' מאירל מסטאבניץ זצ"ל בעמח"ס אור לשמים] בן הצה"ק ר' אהרן הנקרא ר' ארון נסתרחתן ר' ברוך קדושזצ"ל [...]". ע"כ הנוגע לעניננו.
(ובהערות שם כתב שר' לייביש היה תלמיד הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא; ועל ר' ארון נסתר כתב שהעיד עליו הרה"ק מלובלין שהיה לו גילוי אליהו כמעט בכל יום; ועל ר' ברוך קדוש כתב שנקרא כן מפני שנהרג עקה"ש.)

הרי לנו אז ר' לייביש סופר איז געוועהן א שוואגער פון דעם אור לשמים, און א זוהן פון ר' ארון נסתר חתן ר' ברוך קדוש, איז עס מסתבר, חאטש נישט מוכרח, אז דער אור לשמים איז געוועהן איין איידים ביי ר' אהרן, ומכאן לספרי היוחסין.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אבער לדעתי איז דאס נישט געליינט ריכטיג.

איך מיין אז מען קען זאגן אז ר' לייביש סופר איז געוועהן א זוהן פון ר' ארון, און איין איידים ביי ר' ברוך.

און מעתה, ווייסן מיר נישט צי דער אור לשמים איז געוועהן איין איידים ביי ר' ארון צי ביי ר' ברוך (און זיינע אייניקליך שטאמן נאר פון איינער פון דיע צוויי) - עד שיבוא הכתוב במעטריקל סטאשוב, ויגלה לנו אז די רבי'צין איז געוועהן בת ר' ברוך, און דער אור לשמים האט מיט ר' ארון גארנישט אויסער מחותנות'שאפט.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

ותדע אז מיין אפטייטש פון דעם יחוס בריעף איז גערעכט, ודלא ככתוב בספרי היוחסין, ווייל אויפן שער בלאט פון ר' מאיר הורוויץ'ס דרוק פון פענח רזא שרייבט ער זיך אונטער מיט זיין יחוס בקיצור, און אויף ר' לייביש סופר שרייבט ער:
"[...] בהה"ק ר' אהרן וחתן הק' איש אלקי ר' ברוך הקדוש [...]".
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36566
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

געוואלדיגע חידושים.

א הערצליכער דאנק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

גראדע איז דא א ביסל א צומישעניש, אולי, לגבי דער פאטער פון ר' לייביש סופר:
לויט ר' מאיר הורוויץ, איז זיין זיידע ר' יוסף דוד בן הרה"ק מפינטשוב געוועהן איין איידים ביי ר' אריהלייביש סופר ב"ר ארוןנסתר, בעל בתו מ' חיה שרה.
מאידך גיסא, לויט דעם באקאנטן שטר תנאים פון ר' יוסף דוד (געדרוקט דורך אונזער ר' מאיר, ביים סוף פון זיין יחוס בריעף!) איז די כלה מ' חיה שרה בת ר' יהודהצבי ב"ר שמואל. (וכבר עמד בזה באגרות האוהב ישראל, והעיר שמנוסח התנאים משמע שר' יהודה צבי היה גם הוא סופר.)

אבל על כרחך מוז מען זאגן אז ר' יוסף דוד האט געהאט צוויי זיווגים (או זיווג ועוד שידוך) וואס האבן געהייסן 'חיה שרה', איינע בת ר' אריה, איינע בת ר' יהודה...

(מקצת רמז אז ר' יהודה צבי האט נישטגעהייסן 'לייביש', זעהן מיר פון דעם אז אויף JRI ביי משפחת הורוויץ אין פינטשוב, וואס לפו"ר זענען אלע ממשפחת הרה"ק משם, זעהט מען איינער ר' יהודה הירשהורוויץ. ולפי"ז וועלן מיר זאגן אז ר' יוסף דוד האט געהאט אייניקליך פון ביידע זיווגים. דער אמת וועט דארפן ווארטן ביז דער קיעלצער ארכיוו איז מחליט צו צו שטעלן סקענס.)
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7622
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

א שיין גליון וואס ערשיינט שוין עטליכע חודשים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

לכל ידידי המכון:
הפעם הזאת הגדלנו את הגליון במדור מיוחד 'אספקלריה המאירה' על עניני תשובה, כמו כן הדרכה ותפילה מיוחדת לימים הנוראים מרבינו ה'אור לשמים' זי"ע
אנו מודים לכל התורמים והמסייעים להפצת העלון.
העלון יופץ אי"ה לקראת ראש השנה, הרוצה להרבות זכיות ליום הדין, עדיין יכולים לפנות אלינו להשתתף בהוצאות הדפוס וההפצה.
כמו כן דרוש פטרון קבוע למכון, מי שיודע על נדיבי לב הקשורים לתורתו של רבינו זי"ע, מוזמן להודיע לנו כדי שנוכל להפיץ את אור תורתו בכל רחבי העולם.
תודה רבה
מכון 'המאיר לארץ'

[email protected]


http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 2&gil=2951
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי ישראל מסטאשוב בן האור לשמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

נחוניא האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן: אינעם מעטריקאל פון סטאשוב טרעפט מען די פטירה פון איינעם "ישראל ראטענבערג" בשנת תקצ"ז.
איז דאס אפשר רבי ישראל מסטאשוב בן האור לשמים?
רישום פטירה של ישראל ראטענבערג בסטאשוב.jpg

פאר זיבן טאלער האט מיר דאס איינער איבערגעזעצט אויף Fiver ווי פאלגענד:
It took place in Staszów on the twentieth day of January in the year eighteen thirty-seven at two o'clock in the afternoon. There came, Maro the nun Aba Karpfen, the teacher of forty years and Mosziek Knobel the teacher of seventy-two years old, both settled in the town of Staszów and declared that on the nineteenth day of January at nine o'clock in the night, Religios Israel Rotenberg, aged forty-two years old, the son of Majer and Szprima Matzofenn, died, leaving behind his wife Chawie Sara and children Gizela, Tailia, Alder and Eve. After personal eye-witnessing the death of Israel Rotenberg by the signatory, this act was read to the reporting persons and signed by us along with witnesses.


רבי ישראל ראטענבערג, זון פון רבי מאיר און שפרינצא(?), איז נפטר געווארן אור ליום י"ד שבט תקצ"ז אין עלטער פון 42 יאר [=געבוירן תקנ"ה].
איבערלאזנדיג זיין פרוי חיה שרה מיט די קינדער גיזעלע, טיילא, אלדער און עווע. [דארף מען כאפן וואס זענען די שמות הקודש פון די קינדער].

יעצט באקומען מער א פונקטליכערע איבערזעצונג ווי פאלגענד:
It came to pass on the twentieth day of August in the year of eighteen thirty-seven, at the hour of two in the afternoon, in Staszow. Appeared personally observant Jew Aba Karpfen, a shammes, forty years of age, and Mosiek Knobel, a shammes, seventy-two years of age, both residing in the Town of Staszow, and jointly stated before us that the observant Jew Izrael Rotenberg, forty-two years of age, the son of Majer and Szprinca, a married couple, had deceased on the nineteenth day of August, at the hour of ten at night, leaving behind him his wife Chaja Sura and his children Gitla, Faygla, Alter and Sura. I, the undersigned, visually ascertained that Izrael Rotenberg had deceased. This act was read aloud to the appearer and subsequently signed by us along with the witnesses.
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

היינט נאכט כ"ה תמוז פאלט אויס די יארצייט פון
הרה"ק רבי מאירב"ר שמואלהלוי זיע"א מאפטא בעמח"ס אור לשמים.

עס איז באקאנט אז דער אור לשמים האט געבעטן אז מ'זאל צינדן א ליכט און געבן צדקה לעילוי נשמתו און ער וועט זיין א מליץ יושר ביים כסא הכבוד.
dovidal
שר עשרת אלפים
תגובות: 10067
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

הבעש''ט האט געשריבן: היינט נאכט כ"ה תמוז פאלט אויס די יארצייט פון
הרה"ק רבי מאירב"ר שמואלהלוי זיע"א מאפטא בעמח"ס אור לשמים.

עס איז באקאנט אז דער אור לשמים האט געבעטן אז מ'זאל צינדן א ליכט און געבן צדקה לעילוי נשמתו און ער וועט זיין א מליץ יושר ביים כסא הכבוד.

מה המקור לזה שביקש שידליקו נרות עבורו ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר עשרת אלפים
תגובות: 10067
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

מיללער האט געשריבן: היינט כ"ה תמוז פאלט אויס די יארצייט פון הרה"צ רבי מאיר ב"ר שמואל הלוי מאפטא בעל מח"ס אור לשמים, עס איז באקאנט אז דער אור לשמים האט געבעטן אז מ'זאל צינדן א ליכט און געבן צדקה לעילוי נשמתו און ער וועט זיין א מליץ יושר בייo כסא הכבוד.

בייגעלייגט איז די תפלה לפרנסה פונעם אור לשמים, וואס איז מקובל פונעם תפארת שלמה אלס א סגולה לפרנסה ולהצלחה.
אינטערסאנט אז אין די תפלה בעהו מען גארנישט אויף פרנסה !!
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

זיין רבי הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל מאַפּטא זי"ע בעמח"ס אוהב ישראל,האָט אַמאָל - ווען ער האָט געוואוינט אין אַפּטא - זיך פּלוצלינג אָנגערופן צום עולם אַז ער זעט אַז הרב הקדוש רבי מאיר דער רב פון סטאַבניץ ברויך ווערן רב אין אַפּטא, און וויבאַלד "אין מלכות נוגעת בחברתה כמלא נימא", דעריבער ברויך ער נפטר ווערן. ער האָט אָבער צוגעלייגט: איך וועל זיך געבן אַן עצה ווי אַ למדן. איך וועל פאַרלאָזן די מדינה, קען זיין איך וועל נאָך בלייבן לעבן! ער איז טאַקע דעמאָלט אַנטלאָפן קיין יאַס און דערנאָך קיין מעזיבוזש (גדולת צדיקים מערכת ר"מ מאַפּטא אות א).

ווען די קהילה לייט פון אַפּטא האָבן געהערט די סיבה פאַרוואָס דער אוהב ישראל האָט פאַרלאָזט די שטאָט, האָבן זיי באַלד אַריבערגעשיקט אַ דעלעגאַציע קיין סטאַבניץ, מיט אַ כתב רבנות, און פאַרבעטן רבי מאיר'ל ער זאָל קומען ווערן רב ביי זיי אין שטאָט. אין שנת תקס"ט איז הרה"ק רבי מאיר אַריבער מכהן פאר זיין דאָס רבנות פון אַפּטא, אַלס ממלא מקום רבו הרה"ק בעל אוהב ישראל זי"ע. אויפ'ן נאָמען פון די שטאָט איז ער מפורסם אין די חסיד'ישע וועלט ושמה אוה למושב לו.
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ער איז געווען באַזונדער בידידות מיט הרה"ק רבי נפתלי צבי מראָפּשיץ זי"ע. ווען דער ראָפּשיצער רב איז נפטר געוואָרן, האָבן אים די מקורבים עס נישט געוואָלט דערציילן זייענדיג חושש פאַר זיין געזונט.
איינמאָל איז געקומען אַ דאָרפסמאַן און זיך באַקלאָגט אַז זיינע קי געבן נישט קיין מילך און ס'שאָדט אים צו די פרנסה. אויף די פראַגע פונעם אור לשמים פאַרוואָס ער קומט צו אים פּונקט יעצט, האָט דער דאָרפסמאַן געענטפערט: ביז היינט ווען איך בין געווען אין אַ נויט בין איך געפאָרן צום ראָפּשיצער רב זצ"ל, זיינע תפילות האָבן גע'פּועל'ט און איך האָב אַלץ געזען הצלחה. יעצט נאָך די פטירה וויל איך אַז דער אַפּטער רב זאָל פּועל'ן ישועות פאַר מיר. ווען רבי מאיר'ל האָט דאָס דערהערט האָט ער זיך צוריסן די קליידער און האָט אָנגעהויבן וויינען. ער האָט זיך דאַן איינגעשפּאַרט אויף אַ לאַנגע צייט. ווען ער איז אַרויסגעקומען האָט ער געלאָזט רופן יענעם דאָרפסמאַן, און אים געזאָגט בזה הלשון: "אַ ישועה האָסטו גע'פּועל'ט.
פאַר משיח'ס צייטן וועט אַ טשוואָק אויך קענען געבן מילך, נאָר עס איז נעבעך אַ רחמנות אויף ציון וירושלים וואָס האָט נעבעך אָנגעוואָרן אַ האַרץ-פריינט
"
(מגדיל ישועות מלכו עמ' לו אות מד).
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2475
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע:באהלי צדיקים

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

נחוניא האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן: צורת קדשו של הרה"ק בעל אור לשמים זי"ע

FL12169040.jpg

דער אור לשמים איז נישט געווען דער איינציגסטער רבי מאיר אב"ד אפטא
יארן פריער האט דארטן מכהן געווען ברבנות הג"ר מאיר היילפרין (בזיוו"ר חתן הט"ז ובזיוו"ש חתן הרר"ה מקראקא)

ער איז שפעטער ארויף קיין ירושלים??

ווייל אין ספר בית מרדכי (מאת ר' מרדכי מילר), ברענגט ער א מעשה פון רבי מאיר'ל מאפטא, שהיה בסוף ימיו בירושלים, וואס ער האט געהערט פון אן אייניקל, דער סטראפקוב'ער רבי.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2475
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע:באהלי צדיקים

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

אויף פעידזש 6 טוט זיך איבער געוויסע זוו"ש וכדו'.

האב איך געזעהן ברענגען, אז דער איידעם, רבי מנחם מענדיל מגלאגוב, איז בזוו"ש געווען אן איידעם ביי רבי ישראל מסטאשוב, וואס איז געווען א זון פונעם אור לשמים מאפטא.
און פון דעם זיווג שני האט ער געהאט זיין זון, רבי אשר ישעי' מסטאשוב.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 26613
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

לחיים לחיים טובים ולשלו' זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
כבוד הרב
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

איך וויל וויסען צי די יחוס איז קראנט
רבי יוסף זכריה מנחם ליפשיץ ז"ל מסאליפא [בן רבי חיים דוב מיאנוב ואביו של רבי אריה לייבוש מאפטא אבי רבי ישכר בער מאנגוואר חתנו של רבי אברהם שלום מסטראפקוב]
חתן רבי יעקב מאפטא
בנו שלרבי נחמיה בן הרה"ק רבי דוד מלעלוב זי"ע
וחתנו שלרבי יעקב קאפיל
חתן הרה"ק בעל אור לשמים זי"ע
נטיעות
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

והוא פלאי האט געשריבן:
שויתי'ניק האט געשריבן:
היינט די יומא דהילולא, פועלטס אלעס גוטס.
ווי ליגט ער? בילד פון מציבה? א עובדא? א לחיים...
אין עפעס א פויליש ספר האב איך אמאל געזעהן אז ער האט געזאגט פאר זיין טאכטער א צייט פאר זיין פטירה אז ער וועט זיין אזויווי אין די אנדערע שטוב, און ער שרייבט אז מכל מדינת פולין קומט מען דארט אויף ישועות
האם מצאת כבר באיזה ספר כתוב דבר זה?
יקום פורקן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקום פורקן »

כ'הער זאגן אז נאך לאנגע יארן זוכן האט מען יעצט געטראפן די פונקטליכע מנוחת כבודו אינעם בית החיים אין אפטא וועלכע איז כהיום א פארק ליידער.
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1248
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

פייוויש בראדער האט געשריבן:
כידוע איז דער אור לשמים געווען א גרויסער בעל מנגן און ס'געבליבן כמה ניגונים פון אים.

אין סטיטשין זינגט מען זיינס א ניגון אויף א-ל נא אין די ד' פרשיות. ער האט געזאגט אז מיט דעם ניגון וועט ער אנטקעגן גיין משיח'ן (עפעס אזוי, כ'בין נישט זיכער).

איינער קען עס אהערברענגען?
גאמ
שבעה מי יודע!?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 26613
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פין די הייליגע אור לשמים זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36566
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יקום פורקן האט געשריבן:
כ'הער זאגן אז נאך לאנגע יארן זוכן האט מען יעצט געטראפן די פונקטליכע מנוחת כבודו אינעם בית החיים אין אפטא וועלכע איז כהיום א פארק ליידער.
דאס איז געווען דאס בילד אויפן "אבותינו" צעטל?

זי"ע
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1758
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

farshlufen האט געשריבן:
יקום פורקן האט געשריבן:
כ'הער זאגן אז נאך לאנגע יארן זוכן האט מען יעצט געטראפן די פונקטליכע מנוחת כבודו אינעם בית החיים אין אפטא וועלכע איז כהיום א פארק ליידער.
דאס איז געווען דאס בילד אויפן "אבותינו" צעטל?

זי"ע
אדמו’’ר מזוויהעל ארה’’ב וועלכער האט געוויילט אין ליזענסק דעם שב’’ק איז געווען נעכטן מוצש’’ק ביים ציון מיט א מנין אידן
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
משה הירש
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 1:39 am

Re: .זכוי ולתועלת הרבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הירש »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
היות ס'איז היינט די יארצייט פון הרה"ק רבי מאיר'ל מאפטא זיע"א.
האב איך דערהאלטן א'סגולה פאר שידוכים זיך צו וואשען פאר א'סעודה לעלוי נשמת רבי מאיר
בן רבי שמואל מ'אפטא.
זיע"א.
אני מחפש ע"ז מקור
אוועטאר
אפגעגאלט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

איז פאראן עפעס אינפארמאציע אויף דעם פאטער ר' שמואל?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”