רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

רבי מנחם מענדל בהר"י (?) ובן מושקיט מייזליש וואס האט זיך באקאנט געמאכט אלס דער "בזשעזשינער רבי" על שם פונעם שטעטל בזשעזשין/ברזשעזשין (brzeziny) האט זיך אום תרפ"ו-ז באזעצט אינעם שטעטל זשאריק (Zarki) ווערנדיג דערמיט באקאנט אלס דער "זשאריקער רבי" (רעפערירנדיג דערביי צו זיין פריערדיגער באקאנטשאפט מיט בזשעזשין בכדי צו פאראונטערשיידן מיטן זשאריקער רבי (טווערסקי) וואס האט זיך באזעצט אין טשענסטעכאוו).

ער האט זיך אנגעגעבן אלס אן אייניקל פונעם בעל 'אור לשמים' מאפטא זי"עאון צומאל (אולי בטעות) אויך אלס דאמבראווער אייניקל.

אויסער רעקלאמעס אז דער רבי - אגב, א בקי אין סגולות און רפואות, וועט ארום רייזן דא און דארט, זעהט נישט אויס ווי ער זאל האבן געשאפען עפעס אן איינדרוק אין די שטעט ווי ער האט געוואוינט ווארים ער ווערט נישט דערמאנט אין קיינע פון די יזכור ביכער לקורות היהודים אין די שטעט ברזשעזשין און זשאריק.

צווישן די שמות הנאספים בשואה הי"ד אינעם יזכור בוך פון זשאריק, ווערט דארט אויסגערעכנט מייזליש בז'ז'ין... און פון דארט איז עס אריין אינעם יד ושם - אלס מר. בז'ז'ין מייזליש, צווישן די אומגעקומענע פון זשאריק.

עס וואלט געווען אינטערעסאנט אויב עמיצער וואלט געקענט בייהילפען מיטן דערגרונטעווען זיך איבער דער דאזיגער פערזענליכקייט.
אטעטשמענטס
רבי מנחם מענדל מייזליש - בזשעזשין_זשאריק-.jpg
רבי מנחם מענדל מייזליש - בזשעזשין_זשאריק-.jpg (390.59 KiB) געזען 971 מאל
מורשת חכמי אמעריקא
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

בן בוזי האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 2:21 pm
רבי מנחם מענדל בהר"י (?) ובן מושקיט מייזליש וואס האט זיך באקאנט געמאכט אלס דער "בזשעזשינער רבי" על שם פונעם שטעטל בזשעזשין/ברזשעזשין (brzeziny) האט זיך אום תרפ"ו-ז באזעצט אינעם שטעטל זשאריק (Zarki) ווערנדיג דערמיט באקאנט אלס דער "זשאריקער רבי" (רעפערירנדיג דערביי צו זיין פריערדיגער באקאנטשאפט מיט בזשעזשין בכדי צו פאראונטערשיידן מיטן זשאריקער רבי (טווערסקי) וואס האט זיך באזעצט אין טשענסטעכאוו).

ער האט זיך אנגעגעבן אלס אן אייניקל פונעם בעל 'אור לשמים' מאפטא זי"עאון צומאל (אולי בטעות) אויך אלס דאמבראווער אייניקל.

אויסער רעקלאמעס אז דער רבי - אגב, א בקי אין סגולות און רפואות, וועט ארום רייזן דא און דארט, זעהט נישט אויס ווי ער זאל האבן געשאפען עפעס אן איינדרוק אין די שטעט ווי ער האט געוואוינט ווארים ער ווערט נישט דערמאנט אין קיינע פון די יזכור ביכער לקורות היהודים אין די שטעט ברזשעזשין און זשאריק.

צווישן די שמות הנאספים בשואה הי"ד אינעם יזכור בוך פון זשאריק, ווערט דארט אויסגערעכנט מייזליש בז'ז'ין... און פון דארט איז עס אריין אינעם יד ושם - אלס מר. בז'ז'ין מייזליש, צווישן די אומגעקומענע פון זשאריק.

עס וואלט געווען אינטערעסאנט אויב עמיצער וואלט געקענט בייהילפען מיטן דערגרונטעווען זיך איבער דער דאזיגער פערזענליכקייט.
מסתמא איהר זוהן [דער בוים דארט איז ע"פ jri]
https://www.geni.com/people/Miszkiela-M ... 7129675410

זיין טאטע ר' ישראל יעקב מייזליש/ראבינאוויץ ואשתו שרה לבית וויינרעב, זענען כנראה אויך נכדי ר' מרדכי דוד ווייל זיי האבען א מרדכי דוד אין מושקט כשם אשת ר' מרדכי דוד מדאמבאראווא, אבער איך כאפ נישט ווער דאס איז
דא [מספר 9] איז זייער חתונה, איינער קען ליינען ? [ער קומט כנראה פון ולושצ'ובה Włoszczowa, דא איז זיין בוים אויף ג'ני]
אוועטאר
יחוס חוקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 10:56 pm
לאקאציע:אינעם היסטארישן לייבערי אין...

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחוס חוקר »

פונעם ווייטן תימן האט געשריבן: מיטוואך יולי 15, 2020 12:19 am
דא אויבן אויפן בלאט האט מען צוגעברענגט אפאר אדמורי"ם וואס זענען אייניקלעך פונעם אור לשמים זצ"ל
פעלט דען אייניקלעך? עס איז דא טויזענטער אייניקלעך, כמעט יעדע רעבישע משפחה זענען שוין היינט אייניקלעך

ער האט געהאט א איידעם ר' לייבוש פון טאמאשוב דער שווער פון ר' משה מסוליצא (פאטער פון ר' שלום שאצער), פון אים שטאמען פילע ראשי משפחות היינט, כמעט אלע אדמור"י שאץ, מעליץ א"י, משפחות המסתעפות לבית טשאקאווא, לאנצהוט, וואידיסלאוו (וואס זענען אליין בא"ב), ר' משה דייטש משאץ (רמ"מ ווייס אב"ד סאטמאר לאנדאן ועוד), שינאווא, קוידינוב, ספינקא ב"ב, בורשטין, מאקאווא ב"ב, לעלוב בי"ש.
און פון זיין איידעם ר' מענדלע גלאגוב'ער איז דא גלאגוב און משפחות המסתעפות, ספינקא, אלע קינדער פון ר' מנחם ישראל מקאסאן זצ"ל, קאסאני 18 (ווי שוין דערמאנט), ציעשנובע אייניקלעך, סטריזוב וואס איז מסתעף משפ' לבית אב"ד אלכסנדר ועוד.., סאסרעגען וסוליצא ומוזשאי וסארוואש (ד.מ. באבוב-45 ספינקא-18,בריזדאוויץ, וואלאווע, ראפשיץ, דעעש , קאזניץ סיגעיט, באבוב-בת ים, ועוד) ר' מאיר יוסף קערעסטירער'ס אייניקלעך (משפ' הארדענקא, בערטש, שומר שבת, פאלטישען וכו' וכו') שעניצא.
און פיל נאך, ווער ס'ווייסט נאך זאל צולייגן
ווי ווייט איך ווייס זענען די דעעש'ע אייניקלעך נישט קיין אייניקלעך פון די אור לשמים דורך זיין איידעם ר' מענדל'י גלאגובער עכ"פ נישט דורך ר' יוסעלע'ס רעבעצין הרבנית ליפשא [וואס איז געוועהן אן אייניקל פונעם אור לשמים] ווייל הרבנית ליפשא איז נישט געוועהן קיין ראפשיצער אייניקל אויב ווייסטו יא ווי אזוי זיי זענען אייניקלעך פונעם אור לשמים וועל איך מיך פרייען צו וויסן
אויב קענסטו נישט דיין רבי'נס יחוס איז גארנישט געשען. אבער אויב קענסטו נישט די יחוס פון די אלופי עשו קענסטו נישט א פסוק חומש...
הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א בשם הרה"ק ר' שמעון'לע זעליחובער הי"ד משגיח בישיבת חכמי לובלין.
נטיעות
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

אליעזר לאנדא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 12:27 am
בן בוזי האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 2:21 pm
רבי מנחם מענדל בהר"י (?) ובן מושקיט מייזליש וואס האט זיך באקאנט געמאכט אלס דער "בזשעזשינער רבי" על שם פונעם שטעטל בזשעזשין/ברזשעזשין (brzeziny) האט זיך אום תרפ"ו-ז באזעצט אינעם שטעטל זשאריק (Zarki) ווערנדיג דערמיט באקאנט אלס דער "זשאריקער רבי" (רעפערירנדיג דערביי צו זיין פריערדיגער באקאנטשאפט מיט בזשעזשין בכדי צו פאראונטערשיידן מיטן זשאריקער רבי (טווערסקי) וואס האט זיך באזעצט אין טשענסטעכאוו).

ער האט זיך אנגעגעבן אלס אן אייניקל פונעם בעל 'אור לשמים' מאפטא זי"עאון צומאל (אולי בטעות) אויך אלס דאמבראווער אייניקל.

אויסער רעקלאמעס אז דער רבי - אגב, א בקי אין סגולות און רפואות, וועט ארום רייזן דא און דארט, זעהט נישט אויס ווי ער זאל האבן געשאפען עפעס אן איינדרוק אין די שטעט ווי ער האט געוואוינט ווארים ער ווערט נישט דערמאנט אין קיינע פון די יזכור ביכער לקורות היהודים אין די שטעט ברזשעזשין און זשאריק.

צווישן די שמות הנאספים בשואה הי"ד אינעם יזכור בוך פון זשאריק, ווערט דארט אויסגערעכנט מייזליש בז'ז'ין... און פון דארט איז עס אריין אינעם יד ושם - אלס מר. בז'ז'ין מייזליש, צווישן די אומגעקומענע פון זשאריק.

עס וואלט געווען אינטערעסאנט אויב עמיצער וואלט געקענט בייהילפען מיטן דערגרונטעווען זיך איבער דער דאזיגער פערזענליכקייט.
מסתמא איהר זוהן [דער בוים דארט איז ע"פ jri]
https://www.geni.com/people/Miszkiela-M ... 7129675410

זיין טאטע ר' ישראל יעקב מייזליש/ראבינאוויץ ואשתו שרה לבית וויינרעב, זענען כנראה אויך נכדי ר' מרדכי דוד ווייל זיי האבען א מרדכי דוד אין מושקט כשם אשת ר' מרדכי דוד מדאמבאראווא, אבער איך כאפ נישט ווער דאס איז
דא [מספר 9] איז זייער חתונה, איינער קען ליינען ? [ער קומט כנראה פון ולושצ'ובה Włoszczowa, דא איז זיין בוים אויף ג'ני]
ווער איז די טאטע לבית ויינרעב?
וואס איז זיין נאמען?
און אווי האט ער געווינט?
אוועטאר
יחוס חוקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 10:56 pm
לאקאציע:אינעם היסטארישן לייבערי אין...

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחוס חוקר »

פונעם ווייטן תימן האט געשריבן: מיטוואך יולי 15, 2020 12:19 am
דא אויבן אויפן בלאט האט מען צוגעברענגט אפאר אדמורי"ם וואס זענען אייניקלעך פונעם אור לשמים זצ"ל
פעלט דען אייניקלעך? עס איז דא טויזענטער אייניקלעך, כמעט יעדע רעבישע משפחה זענען שוין היינט אייניקלעך

ער האט געהאט א איידעם ר' לייבוש פון טאמאשוב דער שווער פון ר' משה מסוליצא (פאטער פון ר' שלום שאצער), פון אים שטאמען פילע ראשי משפחות היינט, כמעט אלע אדמור"י שאץ, מעליץ א"י, משפחות המסתעפות לבית טשאקאווא, לאנצהוט, וואידיסלאוו (וואס זענען אליין בא"ב), ר' משה דייטש משאץ (רמ"מ ווייס אב"ד סאטמאר לאנדאן ועוד), שינאווא, קוידינוב, ספינקא ב"ב, בורשטין, מאקאווא ב"ב, לעלוב בי"ש.
און פון זיין איידעם ר' מענדלע גלאגוב'ער איז דא גלאגוב און משפחות המסתעפות, ספינקא, אלע קינדער פון ר' מנחם ישראל מקאסאן זצ"ל, קאסאני 18 (ווי שוין דערמאנט), ציעשנובע אייניקלעך, סטריזוב וואס איז מסתעף משפ' לבית אב"ד אלכסנדר ועוד.., סאסרעגען וסוליצא ומוזשאי וסארוואש (ד.מ. באבוב-45 ספינקא-18,בריזדאוויץ, וואלאווע, ראפשיץ, דעעש, קאזניץ סיגעיט, באבוב-בת ים, ועוד) ר' מאיר יוסף קערעסטירער'ס אייניקלעך (משפ' הארדענקא, בערטש, שומר שבת, פאלטישען וכו' וכו') שעניצא.
און פיל נאך, ווער ס'ווייסט נאך זאל צולייגן
פון ווי נעמסטו אז די אדמורי"ם לבית דעעש זענען אייניקלעך פונעם אור לשמים דורך די איידעם ר' מענדעלע גלאגובער?
איך גערעדט לעצטענ'ס מיט א דעעש'ע אייניקל און ער האט מיר געזאגט אז מ'ווייסט שוין נישט פון פארן קריג ווי אזוי זיי זענען אייניקלעך.
אדרבה אז די ווייסט לאמיר הערן וואס איז די מקור?
אויב קענסטו נישט דיין רבי'נס יחוס איז גארנישט געשען. אבער אויב קענסטו נישט די יחוס פון די אלופי עשו קענסטו נישט א פסוק חומש...
הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א בשם הרה"ק ר' שמעון'לע זעליחובער הי"ד משגיח בישיבת חכמי לובלין.
נטיעות
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

יחוסו של רבי מאיר מאפטא בקובץ עץ חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

מונח אתנחתא האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2013 7:59 pm
ראש הקהל האט געשריבן:
און קובץ עץ חיים איינס פאר די יעצטיגע וואס איז יעצט ממש ערשיינען
האט איינער גאר שיין געשריבען און מברר געוועהן יחוסו למעלה בקודש

מי יכל לעלותו בכאן?
נו, מי מתנדב?
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

מומחה יוחס האט געשריבן: זונטאג יולי 24, 2022 1:07 am
היינט נאכט די הילולא קדישא פין די הייליגע אור לשמים זי"ע
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

dovidal האט געשריבן: מאנטאג יולי 05, 2021 12:52 pm
מיללער האט געשריבן:
היינט כ"ה תמוז פאלט אויס די יארצייט פון הרה"צ רבי מאיר ב"ר שמואל הלוי מאפטא בעל מח"ס אור לשמים, עס איז באקאנט אז דער אור לשמים האט געבעטן אז מ'זאל צינדן א ליכט און געבן צדקה לעילוי נשמתו און ער וועט זיין א מליץ יושר בייo כסא הכבוד.

בייגעלייגט איז די תפלה לפרנסה פונעם אור לשמים, וואס איז מקובל פונעם תפארת שלמה אלס א סגולה לפרנסה ולהצלחה.
אינטערסאנט אז אין די תפלה בעהו מען גארנישט אויף פרנסה !!

לייג דיך אריין און די פירוש המילות וועסטו טרעפן די ריכטיגע מהלך וויאזוי צו בעטן פאר פרנסה.

(אויב מעג איך זאגן, די תפלה איז דאס פארקערטע פון צווחין ככלבין הב הב).
Building
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 2:02 pm

Re: .זכוי ולתועלת הרבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Building »

משה הירש האט געשריבן: זונטאג יולי 24, 2022 10:19 pm
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
היות ס'איז היינט די יארצייט פון הרה"ק רבי מאיר'ל מאפטא זיע"א.
האב איך דערהאלטן א'סגולה פאר שידוכים זיך צו וואשען פאר א'סעודה לעלוי נשמת רבי מאיר
בן רבי שמואל מ'אפטא.
זיע"א.
איך האב געהערט אז די סגולה איז גיט פאר שידוכים אין פרנסה אין מען זאל זיך וואשן מיט א מנין אין זאגן די תפילה מיט מנין
dovidal
שר עשרת אלפים
תגובות: 10067
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: .זכוי ולתועלת הרבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

Building האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 10:25 am

מה המקור לסגולה זו .?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
הרחבה
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 01, 2022 5:23 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרחבה »

מובא בספר "דברי יצחק" (להגרי"א ווייס מסוואליווא): "שמעתי בשם הרה"ק ר' מאיר מסטאבניץ, שמי שקוצץ הצפרנים בער"ש וגומר הפרשה קודם חצות דווקא, מובטח לו שלא יבוא בכל השבוע לידי עבירות חמורות".
מסתופף בצל צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 19, 2020 5:45 am

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתופף בצל צדיקים »

הלילה יו"ד דיליה לחיים לחיים זי"ע
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 26613
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יעצט ביינאכט איז דער הילולא קדישא פון דער הייליגע אור לשמים זי"ע מאפטא
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

מומחה יוחס האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:14 am
יעצט ביינאכט איז דער הילולא קדישא פון דער הייליגע אור לשמים זי"ע מאפטא
עפעס פארשריט מיט די פלענער פון איבערבויען דעם אוהל הקדוש וועלכע איז היינט ליידער א סטעדיום?
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

פרעגער האט געשריבן: זונטאג יולי 24, 2022 4:22 pm
farshlufen האט געשריבן:
יקום פורקן האט געשריבן:
כ'הער זאגן אז נאך לאנגע יארן זוכן האט מען יעצט געטראפן די פונקטליכע מנוחת כבודו אינעם בית החיים אין אפטא וועלכע איז כהיום א פארק ליידער.
דאס איז געווען דאס בילד אויפן "אבותינו" צעטל?

זי"ע
אדמו’’ר מזוויהעל ארה’’ב וועלכער האט געוויילט אין ליזענסק דעם שב’’ק איז געווען נעכטן מוצש’’ק ביים ציון מיט א מנין אידן

הרב הגאון החו"ב רבי אהרן הערש פריינד שליט"א ביי זיין וועכנטליכען שיעור בימי הקיץ 10:15 אין ביהמ"ד הגדול קיט"ל דסאטמאר אויף ראדני סט. האט ארומגעשמועסט בנוגע דעם הייליגען רבי ר' מאיר'ל אפטער זי"ע, און בתוך דבריו האט ער געזאגט אז די "עסקני בוני העיר אפטא" האבן אים געוויזען פונקליך די מאפע פון אפטא, און אלעס ארום וויאזווי מען האט געטראפן די קבר, און עס איז גאר קראנט, און אלעס שטומט הונדרעט פראצענט ב"ה....
מען וועט אויספוילן אלעס גוטס!!!!
אוועטאר
אלטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10052
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: .זכוי ולתועלת הרבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

dovidal האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 12:17 pm
Building האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 10:25 am
משה הירש האט געשריבן: זונטאג יולי 24, 2022 10:19 pm
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
היות ס'איז היינט די יארצייט פון הרה"ק רבי מאיר'ל מאפטא זיע"א.
האב איך דערהאלטן א'סגולה פאר שידוכים זיך צו וואשען פאר א'סעודה לעלוי נשמת רבי מאיר
בן רבי שמואל מ'אפטא.
זיע"א.
איך האב געהערט אז די סגולה איז גיט פאר שידוכים אין פרנסה אין מען זאל זיך וואשן מיט א מנין אין זאגן די תפילה מיט מנין
מה המקור לסגולה זו .?
למעשה איז דא עפעס א מקור? איך בין געווען גערופן צו אזא סעודה, אבער איך האב פרובירט אנצופרעגן אויף א מקור און קיינער האט נישט געוואוסט.
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
dovidal
שר עשרת אלפים
תגובות: 10067
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: .זכוי ולתועלת הרבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

אלטער האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:49 pm
dovidal האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 12:17 pm
Building האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 10:25 am
משה הירש האט געשריבן: זונטאג יולי 24, 2022 10:19 pm
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
היות ס'איז היינט די יארצייט פון הרה"ק רבי מאיר'ל מאפטא זיע"א.
האב איך דערהאלטן א'סגולה פאר שידוכים זיך צו וואשען פאר א'סעודה לעלוי נשמת רבי מאיר
בן רבי שמואל מ'אפטא.
זיע"א.
איך האב געהערט אז די סגולה איז גיט פאר שידוכים אין פרנסה אין מען זאל זיך וואשן מיט א מנין אין זאגן די תפילה מיט מנין
מה המקור לסגולה זו .?
למעשה איז דא עפעס א מקור? איך בין געווען גערופן צו אזא סעודה, אבער איך האב פרובירט אנצופרעגן אויף א מקור און קיינער האט נישט געוואוסט.
באמת יעדע סעודה לדבר מצוה איז א דבר טוב
סעדני ואושעה
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

ידען בקורות הדורות האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:47 pm
פרעגער האט געשריבן: זונטאג יולי 24, 2022 4:22 pm
farshlufen האט געשריבן:
יקום פורקן האט געשריבן:
כ'הער זאגן אז נאך לאנגע יארן זוכן האט מען יעצט געטראפן די פונקטליכע מנוחת כבודו אינעם בית החיים אין אפטא וועלכע איז כהיום א פארק ליידער.
דאס איז געווען דאס בילד אויפן "אבותינו" צעטל?

זי"ע
אדמו’’ר מזוויהעל ארה’’ב וועלכער האט געוויילט אין ליזענסק דעם שב’’ק איז געווען נעכטן מוצש’’ק ביים ציון מיט א מנין אידן

הרב הגאון החו"ב רבי אהרן הערש פריינד שליט"א ביי זיין וועכנטליכען שיעור בימי הקיץ 10:15 אין ביהמ"ד הגדול קיט"ל דסאטמאר אויף ראדני סט. האט ארומגעשמועסט בנוגע דעם הייליגען רבי ר' מאיר'ל אפטער זי"ע, און בתוך דבריו האט ער געזאגט אז די "עסקני בוני העיר אפטא" האבן אים געוויזען פונקליך די מאפע פון אפטא, און אלעס ארום וויאזווי מען האט געטראפן די קבר, און עס איז גאר קראנט, און אלעס שטומט הונדרעט פראצענט ב"ה....
מען וועט אויספוילן אלעס גוטס!!!!
וואו קען מען דאס הערן?
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

שה אחד האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:25 pm
ידען בקורות הדורות האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:47 pm
פרעגער האט געשריבן: זונטאג יולי 24, 2022 4:22 pm
farshlufen האט געשריבן:
יקום פורקן האט געשריבן:
כ'הער זאגן אז נאך לאנגע יארן זוכן האט מען יעצט געטראפן די פונקטליכע מנוחת כבודו אינעם בית החיים אין אפטא וועלכע איז כהיום א פארק ליידער.
דאס איז געווען דאס בילד אויפן "אבותינו" צעטל?

זי"ע
אדמו’’ר מזוויהעל ארה’’ב וועלכער האט געוויילט אין ליזענסק דעם שב’’ק איז געווען נעכטן מוצש’’ק ביים ציון מיט א מנין אידן

הרב הגאון החו"ב רבי אהרן הערש פריינד שליט"א ביי זיין וועכנטליכען שיעור בימי הקיץ 10:15 אין ביהמ"ד הגדול קיט"ל דסאטמאר אויף ראדני סט. האט ארומגעשמועסט בנוגע דעם הייליגען רבי ר' מאיר'ל אפטער זי"ע, און בתוך דבריו האט ער געזאגט אז די "עסקני בוני העיר אפטא" האבן אים געוויזען פונקליך די מאפע פון אפטא, און אלעס ארום וויאזווי מען האט געטראפן די קבר, און עס איז גאר קראנט, און אלעס שטומט הונדרעט פראצענט ב"ה....
מען וועט אויספוילן אלעס גוטס!!!!
וואו קען מען דאס הערן?

מען קען עס הערן אויף מערכת סאטמאר 7188317000 אויף 113 מען דארף צוריק גיין צו דארנשטאג נאכט. אדער ביי רבי אהרן הערש פריינד'ס אפטיילונג 151.
גאר א באלערנטע שיעור....
נטיעות
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

ראש הקהל האט געשריבן: זונטאג יולי 24, 2011 9:26 pm
און קובץ עץ חיים איינס פאר די יעצטיגע וואס איז יעצט ממש ערשיינען
האט איינער גאר שיין געשריבען און מברר געוועהן יחוסו למעלה בקודש
קען איינער דאס ארויף ברענגען דא אהער?
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבי מאיר ב"ר שמואל הלוי זי"ע, (רויטענבערג), בעל אור לשמים מאפטא.

ער איז געבוירן בשנת תק"כ.
צו זיין טאטן הרה"ק רבי שמואל הלוי רויטענבערג זי"ע,
פון די גזע פונעם של"ה הקדוש זי"ע.
און צו זיין מאמע הצדקת מרת פייגא ע"ה,
פון די גזע פונעם ש"ך זי"ע.

ווען דער חוזה זי"ע האט גערעדט פון די צוויי הייליגע קינדער פון הצדקת פייגא ע"ה, רבינו זי"ע און זיין ברידער רבי מרדכי מסטאשוב זי"ע, האט זיי דער חוזה גערופען "די בני פיגא'לע".

ער איז געווען א בקי בנגלה ובנסתר און א קדוש.
ער איז געווען באקאנט אלס א בעל מופת און משפיע געווען פרנסה פאר אידישע קינדער.
הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע האט דערציילט בשם דעם הייליגען דברי יחזקאל זי"ע אז בשעת ווען דער צדיק איז געגאנגען אויפן גאס זענען די גוים אנטלאפן מרוב פחד פון דעם צדיק.
דאס עבודת התפלה פון דעם צדיק איז צוגעגאנגען בבחינת כל עצמותי תאמרנה.

דער צדיק איז געווען א בעל מנגן נפלא אז ער האט צינומען די הערצער פון די צוהערערס מיט זיין מתיקות, ער האט אסאך געדאווענט פארן עמוד ביים הייליגען חוזה, און געזונגען די זמירות שבת און יו"ט.

ער איז געווארן א יתום פון זיין טאטן יונגערהייט, די מאמע האט אים אויפגעצויגן על דרך ישראל סבא, און אוועקגעגעבן פון זיך אלעס, אז דער קינד זאל וואקסן אין תורה ועבודת השם.
אנפאנג האט ער געלערנט ביי זיין עלטערע ברידער הגה"ק רבי מרדכי מסטאשוב זי"ע, מגדולי תלמידים פון רבי ר׳ אלימלך מליזענסק זי"ע.
דאן איז ער אריבער לערנען אין די ישיבה פונעם גאון הדור בעל כתר כהונה זי"ע, וואס איז דאן געווען רב אין שטאט סטאבניץ, דארט איז דער יונגער רבי מאיר באקאנט געווארן אלס א גאון.

די רבי האט דעם תלמיד גאר שטארק מחבב געווען, עד כדי כך אז ווען זיין רבי איז אריבער ווערן רב אן שטאט פינטשוב, האט ער באפוילן אז מען זאל דעם תלמיד רבי מאיר אויף נעמען אלס ממלא מקום אין שטאט סטאבניץ.
אויך איז באקאנט אז דער רבי דער כתר כהונה האט בעפאר זיין פטירה באפוילן אז זיין קידוש בעכער זאל מען געבן פאר זיין תלמיד רבי מאיר מאפטא זי"ע.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת די טאכטער פון הרה"ק רבי אהרן הנסתר זי"ע, חתן הרה"ק רבי ברוך קדוש זי"ע, וואס איז געווען באקאנט אלס א גרויסע צדקת וואס איז געשטאנען צו די האנט פון איר הייליגע מאן, און מיט מסירת נפש ממש באדינט איר מאן נאך פון די צייטן וואס זיי האבן געלעבט אין א דחקות.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

ער איז געווען א תלמיד פון הרה"ק מלובלין זי"ע, און אויך האט ער זיך אסאך מסתופף געווען בצלו פון הרה"ק מפשיסחא זי"ע, און ביי הרה"ק מרימנוב זי"ע, און אויך זוכה געווען צו זיין ביים קדושת לוי זי"ע, און גאר נאנט געווען מיט הרה"ק מאפטא זי"ע.
פונעם הייליגען אפטא רב האט דער צדיק איבער גענומען דעם דרך פון מתפלל זיין אויף פרנסה ברוח פאר כלל ישראל, וואס ווי באקאנט האבן ביידע צדיקים גאר אסאך השפעות געברענגט פאר אידישע קינדער.

דער הייליגער חוזה איז אויך געווען א לוי, און ער האט אמאל געזאגט אויף רבי מאיר מאפטא "מיר געדענקן אים אלס לוי ביז צום זיידן לוי בן יעקב" און אויך האט זיך דער הייליגער חוזה אויסגעדריקט בזה"ל, "איך קען אים נאך פון בית המקדש, מיר זענען געשטאנען ביידע איינער נאנט צום צווייטן על הדוכן".

איינמאל האט דער חוזה זי"ע געזאגט פאר הרה"ק רבי ארי' ליבוש מטארניגראד זי"ע דער טאטע פונעם הייליגען צאנזער רב זי"ע.
איך האב דריי תלמידים וואס פארגעסן נישט פון פחד השי"ת קיין איין רגע", און דאס זענען הרה"ק בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע, והרה"ק בעל המאור ושמש זי"ע, והרה"ק רבי מאיר בעל האור לשמים זי"ע.

ווי באקאנט איז פאר געקומען די תנאים פון הרה"ק מקאמארנא זי"ע, ווען ער איז געווארן אן איידעם ביי הרה"ק מפינטשוב זי"ע, אין די תנאים איז געווען ביים חוזה בשנת תקע"ה דעם לעצטן יאר בחייו פונעם חוזה.
און די ערבים קבלנים אויפן תנאים מצד הכלה איז געווען, דער מאור ושמש זי"ע, און דער אור לשמים זי"ע, און ווען דער חוזה האט געליינט די תנאים, האט ער נישט געזאגט "ערב קבלן מצד הכלה", נאר ער האט געליינט "עקשן קדוש מצד הכלה".

ווען דער אוהב ישראל זי"ע איז אוועק פון שטאט אפטא, און געפארן קיין מעז'יבוז, האט דער רבי איבער גענומען דאס רבנות אונעם שטאט, און דארט האט ער געדינט ביז צו זיין פטירה.
דער צדיק איז געווען שטארק דבוק אונעם אוהב ישראל מאפטא זי"ע.

ווען דער אוהב ישראל זי"ע איז נסתלק געווארן ה' ניסן תקפ"ג, און די ידיעה איז אנגעקומען קיין אפטא, האט מען דאס נישט געוואלט דערציילן פארן רבין.
אבער יענעם יאר נאכן סדר האט די רבי געזאגט, איך ווייס נישט וואס דאס מיינט, איך האב געזען דעם סדר פסח אויף דער נאכט פונעם אוהב ישראל, ווי ער זיצט אין זיין חדר און עס נעמט אים ארום אן אור גדול עד כדי כך אז איך בין כמעט בלינד געווארן פון דעם אור, אבער זיין זוהן רבי יצחק מאיר זיצט אינדערזייט זייער בעצבות, און איך ווייס נישט דעם פשט.
ערב שבועות האט מען שוין נישט געקענט באהאלטן די פטירה פונעם רבין, און ווען מען האט אים מבשר געווען די בשורה פונעם פטירה פונעם אוהב ישראל, האט דער צדיק געפירט אבילות פאר א שעה, און דאן האט ער געזאגט, אמת דער הייליגער חוזה מלובלין איז געווען מיין מורי ורבי, אבער דער הייליגער אוהב ישראל איז צו מיר געווען ווי א טאטע צו זיין קינד.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

אסאך תלמידים פון זיין רבין דער הייליגער חוזה זי"ע זענען אריבער געקומען און מקבל מרות געווען פונעם רבין.
דעם לעצטן יאר פונעם לעבן פונעם הייליגען חוזה מלובלין זי"ע האבן די תלמידים געוויסט אז די רבי וועט נישט נסתלק ווערן אן דעם וואס ער זאל אויסקלויבן א ממלא מקום, האבן די תלמידים אפגעמאכט צווישן זיך אז מען וועט נישט פארן צום רבין, און אזוי וועט די רבי נישט קענען נסתלק ווערן.
דער הייליגער רבי ר' מאיר מאפטא זי"ע האט געהאט גרויס חשק צו פארן זיך מסתופף זיין ביי זיין הייליגען רבין, אבער מען האט אים אפגעהאלטן כדי מען זאל דעם רבין נישט געבן קיין געלעגענהייט צו אויפנעמען א ממלא מקום.
אבער פרשת פנחס תקע"ה האט דער תלמיד שוין נישט געקענט איינהאלטן זיין גרויסע תשוקה צו גיין צום רבין, און ער איז דאן געפארן צום רבין אויף שבת.
שבת צופרי ביי קריאת התורה האט דער חוזה מכבד געווען דעם תלמיד מיטן עליה פון לוי, וואס דער חוזה איז דאך אויך געווען א לוי, און ווען ער איז אנגעקומען צום פסוק "יִפְקֹד ה' אֱלֹקי הָרוּחֹת" האט דער חוזה שטארק געדריקט אויף די ווערטער, און געליינט פארן רבין ביז חמישי און אויס געלאזט מיט די ווערטער וַיִּסְמֹךְ אֶת יָדָיו עָלָיו וַיְצַוֵּהוּ.
דאן האבן שוין די תלמידים פארשטאנען אז אים האט די רבי סומך געווען אלס ממלא מקום, און אפאר טאג שפעטער ט' באב תקע"ה איז ער ליידער נסתלק געווארן.

ווען מען פלעגט קומען זיך מזכיר זיין פאר א ישועה ביים רבין, פלעגט די רבי מיט זיין גרויסע כוח אסאך מאל זאגן קללות פאר אידן וואס דער צדיק האט געהאט העכערע כוונות אין דעם.
יעדער האט געוויסט אז אויב די רבי האט געזאגט קללות איז מען א געהאלפענער.
אידן האבן געזען מופתים ביים רבין סיי מיט רפואות חוץ לדרך הטבע, און סיי אין פרנסה וואס אידן זענען נתעשר געווארן דורך די קללות פונעם רבין.

און די רבי האט געזאגט אז עס קען זיין אז מען וועט אים באשטראפן אויבן בעולם העליון פארן געבן קללות פאר אידישע קינדער, אבער איך בין גרייט פאר דעם, ווייל איך האב נישט קיין אנדערע ברירה און אונס רחמנא פטריה, ווייל א צדיק קען העלפן איינע פון די צוויי וועגן, אדער דורך נעמען א פדיון, אדער דורך געבן א קללה, און איך נעם דאך נישט קיין געלט, און קללות אויף שלעכטס געב איך אויך נישט.

זיין דרך פון מעורר זיין צו תשובה אין אידישע הערצער איז געווען דורך שמחה, דער צדיק האט נישט פארטראגען קיין עצבות.

איין יאר ערב יום הקדוש ווען די חסידים זענען געקומען אין שוהל זיך גרייטענדיג פאר כל נדרי, איז דער צדיק אריין אין שוהל און געזאגט פארן עולם, "אידן לאמיר איבערבעטן די תורה הקדושה וואס מען האט די גאנצע יאר פוגם געווען און נישט מקיים געווען וואס עס שטייט אין די תורה אויפן ריכטיגע וועג״.
עס איז געווארן א מוראדיגע התעוררות דארט אין שוהל און דער גאנצער עולם האט געווייינט פאר צוויי שעה, און די רבי איז דאן ארויס זיך גרייטן פאר כל נדרי.
ווען דער צדיק איז צוריק אריינגעקומען אין שוהל און געזען ווי דער גאנצער עולם וויינט אזוי, האט דער צדיק געזאגט, "אידן, נישט דאס האב איך געמיינט, נאר מיט שמחה טוט מען תשובה און מען ווערט נאנט צום גרויסן באשעפער".
און דער צדיק האט אנגעהויבן זינגען האדרת והאמונה מיט א געוואלדיגע שמחה, און דער גאנצער עולם איז ארויס אין א טאנץ און עס איז געווארן א געוואלדיגע שמחה, און נאך א שעה איז דער צדיק צוגעגאנגען צו כל נדרי.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

ווי באקאנט איז די רבי מאפטא נישט געווען בדעה אחת מיטן צדיק רבי שמחה בונם מפשיסחא זי"ע, און ער איז געווען פון די גרויסע חולקים אויפן דרך החסידות פון רבי שמחה בונם זי"ע.

ווען דער צדיק הרה"ק רבי מאיר מאפטא זי"ע איז נסתלק געווארן כ"ה תמוז, איז א איד געקומען דערציילן פאר רבי שמחה בונם זי"ע מיט א פריידט אז דער רבי מאיר מאפטא איז נפטר געווארן.
ווען דער צדיק רבי שמחה בונם האט געהערט די בשורה האט ער געזאגט בזה"ל, "דא מיינט מען מיך, ווארים ער איז דאך געווען מיין רוקען האלטער".
די מענטשן האבן דאן נישט פארשטאנען וואס די ווערטער מיינען, אבער יענעם יאר י"ב אלול איז דער רבי שמחה בונם מפשיסחא זי"ע נסתלק געווארן.
דאן האבן די תלמידים שוין פארשטאנען אז די מחלוקה צווישן די צוויי צדיקים איז געווען למעלה מהשגתינו.
אפאר וואכן פאר די פטירה האט ער געזאגט פאר איינע פון די טעכטער אז זיין יום הפטירה קומט שוין, און געזאגט אז דאס פטירה פון די וועלט איז אזוי ווי גיין פון איין חדר צום אנדערן.

ער האט איבער געלאזט זיין הייליגען ספר אור לשמים, וואס ער האט גערופן דעם ספר מיט דעם נאמען ווייל "אור" מיינט אריין שיינען לעכטיגקייט, "לשמים" איז ווייל די נשמה פון א איד ווערט אנגערופען שמים, און דעם ספר איז דא הייליגע יסודות פון חסידות און עבודת השם.

ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער.
הרה"ק רבי ישראל מסטאשוב זי"ע,
הרה"ק רבי פינחס מאפטא זי"ע, ממלא מקום אביו באפטא,
בתו הרבנית הצדקת מרת חוה אסתר ע"ה, אשת הרה"ק רבי מנחם מענדל מגלאגוב זי"ע, בן הרה"ק רבי אשר ישעי' מראפשיץ זי"ע,
בתו הרבנית הצדקת מרת פייגא ע"ה, אשת הרה"ק רבי ארי' לייבוש נייהויז מטאמאשוב זי"ע,
בתו הרבנית הצדקת מרת יוטל ע"ה, אשת הרה"ק רבי יעקב קאפיל הלוי הורוויץ זי"ע.

נסתלק לגנזי מרומים כ"ה תמוז תקפ"ט.
ומנוחתו כבוד איז אין אפטא.
דעם ציון איז געווען א מקום ווי אידן זענען געקומען אין די טויזנטער צו פוקד זיין בדבר ישועה ורחמים.
צדיקים האבן דערציילט אז עס האט אנגעכאפט א גרויסע פחד ווען מען איז אנגעקומען צום ציון פונעם רבין.
ליידער האבן די דייטשן ימ"ש חרוב געמאכט דעם ביה"ח ביים צווייטן וועלט מלחמה און מען האט דארט געבויעט א פארק.

זכותו הגדול יגל עלינו
ועל כל ישראל אמן.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל 'אור לשמים' - כ"ה תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

עס איז מקובל פונעם צדיק א סגולה פאר שידוכים, זיך צו וואשן צו א סעודה לעילו נשמת רבינו מאיר ב"ר שמואל מאפטא.
אויך האט דער צדיק מבטיח געווען אז ווער עס וועט אנצינדן א ליכט און טון א טובה פאר זיין נשמה, וועט ער זיך מיען בעולם העליון צוריק צו טון א טובה פאר דעם איד.
אויך האט דער צדיק געזאגט אז א סגולה פאר טהרת המחשבה, איז זיך מצייר זיין דעם מזמור למנצח בנגינות מיטן ציור המנורה.

הרה"ק מסוואליווע זי"ע ברענגט אין זיין ספר דברי יצחק, בשם דעם רבין זי"ע, אז ווער עס שניידט די נעגל און איז מעביר סדרה ערב שבת קודש פאר חצות, איז ער מובטח אז ער וועט נישט נכשל ווערן דעם גאנצן וואך מיט עבירות.

הרה"ק מצאנז זי"ע האט געזאגט לעת זקנתו, איך האב געקענט צדיקים וואס זענען געווען אין די בחינה פון אדם הראשון קודם החטא, און פונעם עולם התיקון, און דאס זענען געווען,
הרה"ק מראפשיץ זי"ע,
והרה"ק בעל מאור ושמש זי"ע,
והרה"ק בעל אור לשמים זי"ע.
דער הייליגער תפארת שלמה מרדומסק זי"ע וואס איז געווען א כהן, האט דערציילט אז ביים דוכענען ווען דער אור לשמים זי"ע וואס איז געווען א לוי, האט אים אפגעגאסן די הענט בעפאר ברכת כהנים, האט ער אים משפיע געווען יראת שמים.

הגה"צ רבי אלחנן היילפרין זי"ע האט דערציילט, אז ביים שבע ברכות פונעם איידעם הרה"ק רבי מנחם מענדל מגלאגוב זי"ע, איז אראפגעפאלן די טאביק פושקע פון אויפן טיש פונעם הייליגען שווער דער אור לשמים זי"ע, און דער חתן האט זיך געבויגן און עס אויפגעהויבן, און דער אור לשמים האט געזאגט, "איך האב מיך באנוצט מיט א חתן דומה למלך, איך האב זיך באנוצט מיט א חתן דומה למלך".
דער איידעם דער גלאגובער רב זי"ע האט זיך אויסגעדריקט אויף דעם, "הלוואי זאך איך האבן בשעת כל נדרי יום הקדוש אזעלכע הרהורי תשובה, ווי דער שווער האט דעמאלט געהאט".

עס האט דערציילט הרה"ח רבי בן ציון אפטער ז"ל וואס האט געוואוינט אין בני ברק און געווען פון די גדולי חסידי ברסלב, א מעשה וואס ער אליין האט מיט געהאלטן.

ער איז געזעצן אין ביהמ"ד אין שטאט אפטא און מען האט געלערנט, אינדרויסן איז געגאנגען א שטורעם ווינט, און א גרויסע שניי איז געפאלן געמישט מיט רעגן און האגל, איז דאן אנגעקומען א וואגן מיט מענטשן, וואס צווישן זיי איז געווען א מיידל פון בערך עלף אדער צוועלף יאר אלט, וואס איז אריין אין איר ל"ע א דיבוק, און די אידן זענען געווען אויפן וועג צו הרה"ק רבי מאטל'י קאזמירער זי"ע, וואס איז דאן געווען באוויסט אלס א בעל מופת און א איש קדוש א זוהן פונעם הייליגען טריסקער מגיד זי"ע.

די אידן האבן זיך אפגעשטעלט אין אפטא נעבן ביהמ"ד כדי זיך צו דערווארעמען און טרינקען עפעס, האבן מיר זיי געזאגט, אז אין אונזער שטאט געפינט זיך דער ציון פון הרה"ק בעל אור לשמים זי"ע, און אסאך אידן ווערן ביי דעם ציון געהאלפן, דעריבער נעכטיגט איבער די נאכט, און צומארגענס וועלן מיר ארויף גיין צום ציון.

צופרי גלייך ווען דאס מיידל האט געהערט אז מען וויל גיין צום ציון, האט זי געשריגן און פארפירט "איך גיי נישט, איך גיי נישט", דאס מיידל האט בשום אופן נישט מסכים געווען צו פארן מיט זיי, האבן צוויי יונגעלייט איר אנגעכאפט מיט געוואלד און איר אריין געשטעלט אונעם וואגן, אבער ווען זיי זענען אנגעקומען נאנט צום ציון האט דאס מיידל פארפירט אז מען האט איר ממש געברויכט אנהאלטן מיט געוואלד, דאס אלעס איז געווען פאר מען איז אנגעקומען אונעם אוהל.

אבער גלייך ווען מען איז אנגעקומען אונעם אוהל איז זי שטיל געווארן, און נאך א שטיק צייט האט זי געזאגט, עס ליגן דא דריי הייליגע אידן, דער אינדערמיט איז זיך גאר שטארק משתדל פאר מיינעט וועגן, דאס איז געווען דער ציון פונעם אור לשמים, און פון די צוויי זייטן ליגן באהאלטן, זיין זוהן הרה"ק רבי פינחס זי"ע, און הרה"ק רבי יעקב מאפטא זי"ע.
זיי זענען נאך פארבליבן דארט א שטיק צייט, און ווען זיי זענען ארויס מיטן מיידל, איז זי שוין געווען געזונט און שטארק.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”