בלאט 1פון 5

היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פלענער אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 01, 2022 11:55 pm
דורך בלייב געזונט
באקומען אין די פאסט די מעמבערשיפ בראשור פון קהל יטב לב דסאטמאר מהריי, מיט א היסטארישע מעלדונג אז מען גייט אי''ה ארויפבויען א שטאק אויפן ביהמ''ד הגדול מיט נאך גאלאריען וכדו'

ביטע נישט אנפירקלן דעם אשכול

נאר שרייבן דעטאלן פון די פלענער, און איידיעס שאדט אויך נישט

שכח

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 01, 2022 11:58 pm
דורך בלייב געזונט
שוין געהערט צוויי וואכן צוריק אזעלכע פלענער, און אויך אז מען האט אויפגענומען א אינזשעניר מיט א דעזיינער, נישט געוואוסט אז מען רעדט שוין אזוי ערנסט.

אויב איינער האט מער דעטאלן ביטע מיטטיילן

Re: היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני סטריט

געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 12:04 am
דורך נועם המידות
א פאר יאר צירוק האט די קהלה געמאלדן אז מען גייט ארויף בויען א שטאק פאר א היכל התורה און ס'שוין דא א נדבן, רעדט מען יעצט פון די זעלבע פלאן?

Re: היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני סטריט

געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 12:07 am
דורך בלייב געזונט
נועם המידות האט געשריבן: א פאר יאר צירוק האט די קהלה געמאלדן אז מען גייט ארויף בויען א שטאק פאר א היכל התורה און ס'שוין דא א נדבן, רעדט מען יעצט פון די זעלבע פלאן?

דעמאלסט האט מען גערעדט פון א היכל התורה אויף די יעצטיגע אויבערשטע שטאק

Re: היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פלענער אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני

געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 12:14 am
דורך מנשה מאיר
די יעצטיגע גאלעריע גייט פאר די מענער?

Re: היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פלענער אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני

געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 12:18 am
דורך פוילער
א טעות און מיין מיינונג, לוינט זיך שוין אראפ ווארפן די בנין און בויען א נייע, דעס צובויען ארבעט זיך געווענדליך נישט אויס ע״ע וויען.

Re: היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פלענער אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני

געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 12:26 am
דורך מנשה מאיר
ב"ה גיטע נייעס איך זע סקימט דריי שטאק גאלעריעס

Re: היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פלענער אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני

געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 12:32 am
דורך יצחק אייזיק
ראדני'ס אויסשטעל האט גרויסע פראבלעמען, וואס ארויפבויען וועט נישט העלפן, חוץ צוקויפן שטחים אויף די זייטן.

מ'האט שוין אמאל געוואלט ארויפבויען א שטאק, אבער ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז די נשים וועלן נישט קענען געהעריג מיטהאלטן ווייל ס'איז צו הויעך, והעיקר איז צו נאנט צווישן דרום און צפון אז זיי זאלן קענען אראפקוקן פון 35 פיס ארויף.

מנשה מאיר האט געשריבן: ב"ה גיטע נייעס איך זע סקימט דריי שטאק גאלעריעס


בפרט אויב מ'פלאנט צו מאכן צוויי/דריי שטאק גאלאריעס, וואס מאכט ממש נישט קיין סענס מיט אזא שמאלע ביהמ"ד. אנדערע אזעלכע סייז בתי מדרשים למשל באבוב ב"פ האבן טאקע נאר צוויי זייטן גאלאריעס, נישט דרום/צפון/מעריב.

די איינציגסטע לעזונג איז אז מ'זאל אפקויפן נאך שטחים און פארברייטערן דאס ביהמ"ד און מאכן נארמאלע גאלאריעס. אדער זאל מען אראפנעמען די יעצטיגע גאלאריע און בויען א נייע אביסל העכער.

מארק מיי ווארדס, דאס גייט זיין פון די גרעסטע טעותים בתולדות בתי מדרשים...

Re: היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פלענער אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני

געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 12:42 am
דורך בלייב געזונט
יצחק אייזיק האט געשריבן: מארק מיי ווארדס, דאס גייט זיין פון די גרעסטע טעותים בתולדות בתי מדרשים...

אז מען מאכט די ריכטיגע פלענער און מען נעמט אויף א גוטע דעזיינער פארוואס זאגסטו אזוי?
אויב נעמט מען אריין אינעם פלאן צו העכער מאכן די דאך וואלט דאס געווען די בעסטע זאך

Re: היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פלענער אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני

געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 12:46 am
דורך בלייב געזונט
מיין מיינונג צוויי זאכן וואס די ביהמ''ד דארף פארעכטן

1. הויכע דאך פאר שמחות און מאורעות ווי עס איז דא פארענטשעס, מען זאל קענען נוצן די גאנצע שטח הביהמ''ד
2. נאך פלאץ אין שטח פאר ימים טובים און ימים נוראים.
דאס וועט מוזן זיין גוט מיט גאלעריעס, איך גלייב נישט אז מען קען אזוי גרינג באקומען די שכנותדיגע בנינים

Re: היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פלענער אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני

געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 2:15 am
דורך בן ישי
בלייב געזונט האט געשריבן: מיין מיינונג צוויי זאכן וואס די ביהמ''ד דארף פארעכטן

1. הויכע דאך פאר שמחות און מאורעות ווי עס איז דא פארענטשעס, מען זאל קענען נוצן די גאנצע שטח הביהמ''ד
2. נאך פלאץ אין שטח פאר ימים טובים און ימים נוראים.
דאס וועט מוזן זיין גוט מיט גאלעריעס, איך גלייב נישט אז מען קען אזוי גרינג באקומען די שכנותדיגע בנינים

הגם שוין לאנג נישט געדאוונט אין Radny אבער לויט וויפול איך געדענק. אז מען מאכט איבער
1 זעהן ציא עלעמינירן דע זוילען.
2 הויכער דאך אינעם גאנצע היכל הביה"ד ווי אויך דעם פאליש.
3 פלאך מאכן דעם היכל הביהמ" ד מיטען פאליש אויף אײן לעוועל.
4 װײבער שוהל אויף מעריב דארף נישט זײן אזוי טיעף.
5 אראפ נעמען פונעם דרום גאלערי לפי ערך דע ברײט פונם פליגל װאס מען האט צוגעבויעט תש"נ

Re: היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פלענער אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני

געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 3:17 am
דורך קרית יואל פלייש
אויב מען וועט נישט אראפ נעמען כאטש האלב ווייבער שול פין ביידע זייטן צו האבן א שיינע סייז היכל (אן די פאליש'ס) איז א שאד יעדע דאלער וואס מען גייט אריינלייגן דא.

אבער אויב די הנהלת הקהילה וויל אריין לייגן געלט צו האבן א געהעריגע ביהמ"ד הגדול זאלן זיי אדער ציקופן ארימיגע שטחים אדער גיין זיכן א אנדערע שטח ווייל אויף די שטח איז שווער צו לעזן די פראבלעמן

Re: היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פלענער אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני

געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 6:27 am
דורך חסד השם
פוילער האט געשריבן: א טעות און מיין מיינונג, לוינט זיך שוין אראפ ווארפן די בנין און בויען א נייע, דעס צובויען ארבעט זיך געווענדליך נישט אויס ע״ע וויען.

וואס האט זיך דען נישט אויסגעארבעט און וויען?
לדעתי איז עס עכט א געלונגענע פראיעקט!

Re: היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פלענער אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני

געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 6:34 am
דורך חסד השם
יצחק אייזיק האט געשריבן: ראדני'ס אויסשטעל האט גרויסע פראבלעמען, וואס ארויפבויען וועט נישט העלפן, חוץ צוקויפן שטחים אויף די זייטן.

מ'האט שוין אמאל געוואלט ארויפבויען א שטאק, אבער ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז די נשים וועלן נישט קענען געהעריג מיטהאלטן ווייל ס'איז צו הויעך, והעיקר איז צו נאנט צווישן דרום און צפון אז זיי זאלן קענען אראפקוקן פון 35 פיס ארויף.

מנשה מאיר האט געשריבן: ב"ה גיטע נייעס איך זע סקימט דריי שטאק גאלעריעס


בפרט אויב מ'פלאנט צו מאכן צוויי/דריי שטאק גאלאריעס, וואס מאכט ממש נישט קיין סענס מיט אזא שמאלע ביהמ"ד. אנדערע אזעלכע סייז בתי מדרשים למשל באבוב ב"פ האבן טאקע נאר צוויי זייטן גאלאריעס, נישט דרום/צפון/מעריב.

די איינציגסטע לעזונג איז אז מ'זאל אפקויפן נאך שטחים און פארברייטערן דאס ביהמ"ד און מאכן נארמאלע גאלאריעס. אדער זאל מען אראפנעמען די יעצטיגע גאלאריע און בויען א נייע אביסל העכער.

מארק מיי ווארדס, דאס גייט זיין פון די גרעסטע טעותים בתולדות בתי מדרשים...

פון דעי איין בלורי פעידזש זעה איך נישט געהעריג וואס די פלענער זענען, אדרבה אויב איינער ווייסט איז מכובד צו שעירן.
אבער אז זיי שרייבן סגייט זיין א הרחבה און די ענין פון טישן און שמחות קלער איך אז זיי פלאנירן אריינצוריקן די גאלעריען ברייטער צו מאכן די חלל, דעמאלטס קען יא ארבעטן עטליכע שטאקן גאלערי לכאורה

Re: היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פלענער אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני

געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 8:09 am
דורך אמאל געווען
בלייב געזונט האט געשריבן: באקומען אין די פאסט די מעמבערשיפ בראשור פון קהל יטב לב דסאטמאר מהריי, מיט א היסטארישע מעלדונג אז מען גייט אי''ה ארויפבויען א שטאק אויפן ביהמ''ד הגדול מיט נאך גאלאריען וכדו'

זיי ווייזען 12 שטאק פארענטשעס אינטער די גאלערי

Re: היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פלענער אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני

געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 8:27 am
דורך קרייסלער
לדעתי זאל מען אראפנעמען ביידע גאלעריען, העכער מאכן עטוואס די פאליש דאך, ארויפרוקן דריי שטאק גאלעריען אויפן גאנץ ברייט פונעם בנין

Re: היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פלענער אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני

געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 9:43 am
דורך HelpMe
2020-12-28.png
2020-12-28.png (674.56 KiB) געזען 7198 מאל

Re: היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פלענער אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני

געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 10:03 am
דורך לחיים טובים ולשלום
HelpMe האט געשריבן:
2020-12-28.png

לויט די סקיצע קוקט אויס ווי די פאליש גייט ווערן א שיינע גרויסע היכל התורה

Re: היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פלענער אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני

געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 10:19 am
דורך חסד השם
לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:
2020-12-28.png

לויט די סקיצע קוקט אויס ווי די פאליש גייט ווערן א שיינע גרויסע היכל התורה

דאס איז אן אלטע פלאן נישט פון יעצט, די פלאן לויטעט די חדרי כהנא העכערן פאליש צו ווערן א היכל התורה, העמיר זעהן יעצט מיט די נייע פלענער וואס סוועט ווערן מיט א היכל התורה

Re: היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פלענער אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני

געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 10:52 am
דורך Borrower
חסד השם האט געשריבן:
לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:
2020-12-28.png

לויט די סקיצע קוקט אויס ווי די פאליש גייט ווערן א שיינע גרויסע היכל התורה

דאס איז אן אלטע פלאן נישט פון יעצט, די פלאן לויטעט די חדרי כהנא העכערן פאליש צו ווערן א היכל התורה, העמיר זעהן יעצט מיט די נייע פלענער וואס סוועט ווערן מיט א היכל התורה

ווי אלט ?
פארוואס איז די אלטע פלענער נישט צושטאנד געקומען ?

Re: היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פלענער אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני

געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 11:26 am
דורך בלייב געזונט
ביטע נישט אנפירקלן דעם אשכול

נאר שרייבן דעטאלן פון די פלענער, און איידיעס שאדט אויך נישט.

שכח

Re: היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פלענער אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני

געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 12:02 pm
דורך יצחק אייזיק
קרייסלער האט געשריבן: לדעתי זאל מען אראפנעמען ביידע גאלעריען, העכער מאכן עטוואס די פאליש דאך, ארויפרוקן דריי שטאק גאלעריען אויפן גאנץ ברייט פונעם בנין

דריי שטאק גאלאריען אויף אזא שמאלע שטח וועט אויסזען ווי א הויכע סעווען לעיאר קעיק ברייט ווי א פינגער... ס'איז צו שמאל דערפאר און מ'גייט נישט קענען מיטהאלטן פון אונטן גארנישט, מ'גייט נאר קענען זען די גאלאריען קעגן איבער.

די בעסטע וואלט געווען אויסצודרייען מזרח צו ליע עוועניו (אזוי ווי נייטרא און נאך), אזוי האסטו גאלאריען אויף די יעצטיגע מזרח, מעריב און דרום און גענוג א גרויסע היכלַ פאר פארענטשעס.

Re: היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פלענער אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני

געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 12:47 pm
דורך ירקרקות
אראפנעמען די אריגינעלע ווייבער שול פון דרום, און בלויז לאזן די צוגעקומענע בית קויפמאן חלק.
דאן רוקן דעם ארון קודש צום צענטער פונ'ם בית מדרש צווישן די צוויי גאלעריען.
אראפנעמען די ווייבער שול אויף מערב - אויטאמאטיש ווערט דער פאליש א חלק פונ'ם בית המדרש.
(ליתר שאת פלאך מאכן דעם פאליש אויפ'ן זעלבן לעוועל ווי דעם ביהמ"ד - ווי איינער האט שוין פריער ערווענט)
א סימפל בעיסיק מאוו וואס קאסט נישט קיין סאך, און וועט מאכן א ריזן אימפאקט.
ס'גייט נישט צוקומען קיין זיץ פלעצער, אבער גייט מאכן דעם ביהמ"ד פיל מער פראקטיש און אויסנוצבאר.

Re: היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פלענער אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני

געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 12:51 pm
דורך קרית יואל פלייש
יצחק אייזיק האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן: לדעתי זאל מען אראפנעמען ביידע גאלעריען, העכער מאכן עטוואס די פאליש דאך, ארויפרוקן דריי שטאק גאלעריען אויפן גאנץ ברייט פונעם בנין

דריי שטאק גאלאריען אויף אזא שמאלע שטח וועט אויסזען ווי א הויכע סעווען לעיאר קעיק ברייט ווי א פינגער... ס'איז צו שמאל דערפאר און מ'גייט נישט קענען מיטהאלטן פון אונטן גארנישט, מ'גייט נאר קענען זען די גאלאריען קעגן איבער.

די בעסטע וואלט געווען אויסצודרייען מזרח צו ליע עוועניו (אזוי ווי נייטרא און נאך), אזוי האסטו גאלאריען אויף די יעצטיגע מזרח, מעריב און דרום און גענוג א גרויסע היכלַ פאר פארענטשעס.

דאס וועט קיינמאל נישט געשעהן.

מ'וועט קינמאל נישט פארדרייען די ארגענעלע ביהמ"ד ווי רביה"ק האט געדאוונט

Re: היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פלענער אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר - ראדני

געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:20 pm
דורך שנאפס
מ'האט צוגעזאגט פאר ר' ישראל זופניק ע"ה אז דער ארון קודש וועט זיין אינעם שטח וואס ער האט מנדב געווען

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: