abeg האט געשריבן:סטיטשינער האט געשריבן:abeg האט געשריבן:סטיטשינער האט געשריבן: די שאלה צו מען ברויך א ביהמ''ד אין צענטער פון שטאט אדער נישט ווענד זיך אין וואס איז די ציל פונעם ביהמ''ד. אויב זוכט מען אז די טיש פרייטאג צונאכטס און שלש סעודות יעדע וואך זאל זיין געפאקט, דאן דארף עס זיין אין צענטער. אבער אויב זוכט מען אז ימים טובים, שמחות און מאורעות זאלן זיין פיל, אבער א פלעינע שבת גייט קיינער נישט אן, דאן קען עס זיין ביים עק פון שטאט אויך.
די ציל פון א ביהמ''ד איז אז די גאנצע ציבור זאל זײן באקװעם אין זאלן קענען קימען דאװענען אין לערנען מיט א גישמאק װען אימער אין נישט דארפען זיך בארױגען פון א האלבע שעה װאק מיט די פיצלעך קינדער, (די ציל פון די יונגװארג אין פיקטשער מאכר איז אז ס׳זאל זײן פיל)
נו, הא גופא איז די שאלה. זוכט דען די ביהמ''ד אז מען זאל קומען יעדע וואך אפילו מען וואוינט אין א צווייטע געגענט? אויב יא ביסטו גערעכט. אדער זאלן זיי בלייבן אין זייערע באקוועמע געגענט בתי מדרשים, און פאר דריי פיר מאל א יאר איז זיך צו שלעפן א האלבע שעה נישט געפערליך.
הא גופא איז די שאלה ברױכט א קהילה פלאשען מעלאונעס פאר דריי פיר מאל א יאר?
אז דו פרעגסט מיך? ניין. אבער איך קען פארשטיין אז אנדערע האלטן אנדערש. בפרט ווען מען רעדט פון א קהילה וואס א פאר מעלונעס איז קליין געלט.