געפעכט מיט א קאר רענטעל אויף א טשארזש, וואס קען מען טוהן?
איך האב צוריק געטראגן די קאר צו א אנדערע לאקעישאן פון וואו כ'האב עס גענומען, און זיי האבן מיך געטארזשד א ריזיגע סכום, כמעט 4 מאל אזויפיהל.
מיין טענה איז, אז דער מענטש ביים קאונטער האט מיר געזאגט, אז געווענליך איז עס נישט מער ווי א "דראפ פי", מסתמא א הונדערטער, ווענדט זיך לויט די לאקאציע.
למעשה, איך באקום נישט פון זיי קיין געהעריגע ענטפער, מ'שיקט מיר פון איין עקסטענשאן צום צווייטן, יעדער איז מבטיח אז מ'גייט אריינקוקן אינעם פראבלעם.
למעשה, נאך פילע קאלס און אימעילס, קומט צוריק די ענטפער אזי די לאקאל אפיס פון וואו כ'האב עס גענומען, האט פארמאכט די קעיס מיט די החלטה אז זיי געבן מיר נישט צוריק די געלט.
איז נפשי בשאלתי, וואס נאך קען מען טוהן?