Re: אינטערוויא מיט ר' ישראל גאלדבערגער - מארץ ישראל - תלמיד רביה"ק מסאטמאר זי"ע 100 יאר אלט
זילבערווערק האט געשריבן: ווער קען אהער ברענגען די צייטונג אדער די בלאט, כ'געדענק נישט ווער פון זיי, וואס האט באשריבן ר' אביגדור נוימאן... (ארום פסח תש"פ)
אינטערעסאנט אויב דארט איז נישט געשטאנען הרה"ח רבי און שליט"א
דאס איז 'נארמאל' ווען מ'באשרייבט עלטערע אידן, וואס זענען געווען א תלמיד/מקורב צום הייליגן רבי זי"ע, און צוליב די שווערע דורכגענג קוקן זיי נעבעך אזוי אויס.
כידוע, פלעגט זיי דער רבי זי"ע אליין שטארק מקרב זיין, און צומאל אויך פארגעהאלטן, (ווארשיינליך געוואנדן לויט די מאס קירבה וואס זיי האבן געהאט צו אים בעפאר די מלחמה).
ס'איז ווערד א באזונדערע ארטיקל פאר זיך, און איך מיין אז ר' שמואל ראזנבערג צענזורירט נישט אין זיינע ארטיקלען מעשיות וויאזוי דער רבי זי"ע האט אויפגענומען תלמידים מיט ציוניסטישע מיליטערישע מונדירן.
ר יוסף לייב יאקאב האט אויך געהאט היבש אזעלכע אינטערוויס און לעצטנס דערמאנט איינער וויאזוי די רבי האט עם אויפגענומען און מער איז עם שוין נישט געווען באקוועם צוריק צו קומען