די מירער ישיבה אין גלות - בשנות הזעם

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1503
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

Re: די מירער ישיבה אין גלות - בשנות הזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהלום »

קאנטרי מאוד האט געשריבן: האב איך אמאל געהערט פון המגיד הרה"ג ר יהושע העשל הערשבערג שליט"א אז די מיר'ע אידן האבן געזאגט אז אין מיר האבן זיי געטראכט אז זיי זענען מקיים את התורה מעוני, אבער ווען זיי זענען געווען אן שאנכיי האבן זיי אנערקענט אז אין מיר זענען זיי געווען א מבטל תורה מעושר...

זיין טאטע הרה"ג ר' אברהם מרדכי ז"ל איז געווען אתלמיד פון חכמי לובלין און ער איז אויך געווען א שנכיי (צוזאמען מיט זיין גאר נאנטער ידיד ר' פנחס הירשפרונג פון מונטריאל)
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע:מאנטשעסטער

Re: די מירער ישיבה אין גלות - בשנות הזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

איך האלט אינמיטען ליינען די בוך פון הרב פנחס הירשפרינג, ער האט אזא זיסע פענע!!
א שאד ער שרייבט נישט אויף אייוועלט... ס'איז דא א אשכול איבער אים?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32054
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

גרינוויל תושב האט געשריבן: איך האלט אינמיטען ליינען די בוך פון הרב פנחס הירשפרינג, ער האט אזא זיסע פענע!!
א שאד ער שרייבט נישט אויף אייוועלט... ס'איז דא א אשכול איבער אים?

רבי פנחס הירשפרונג זצ"ל גאב"ד מאנטריאל - כ"ז טבת תשנ"ח
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע:מאנטשעסטער

תן לי יבנה וחכמיה - מיר'ע ישיבה אין גלות - גרינוויל תושב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

תן לי יבנה וחכמיה - מיר'ע ישיבה אין גלות - גרינוויל תושב - פארווארט

געשריבן דורך: ר' אלחנן יוסף הערצמאן זצ"ל

מירער ישיבה, וואס ציילט שוין בערך 207 יאר זינט איהר פריהסטער ענשטעהונג, האט פיל בייגעטראגען פאר'ן שיינקייט פון כלל ישראל מיט איהרע תלמידים, הן בכמות, הן באיכות.

היינט צוטאגס איז, צום ביישפיל, שווער צו קריגען איין באוואוסטע ישיבה דא אין אמעריקע, וואו איין צאל חשוב'ע ראשי ישיבות זאלן נישט זיין תלמידי ישיבת מיר.

די פראפאגאנדע פון מיר'ע ישיבה אויסערליך איז אבער שטענדיג געווען קלענער ווי די אמת'ע ווירקליכקייט פון איר גרויסע אינערליכער איכות. מיר'ע ישיבה האט פארמאגט תלמידים פון ארבע פינות העולם, אממערסטענס אויסלענדער זענען געווען פון אמעריקע. ווען זיי האבן גע'ענדיגט די ישיבה און אהיים געפארן, זענען פיל צוריקגעקומען מיט די פרויען אין ישיבת מיר לערנען, ווייל ארויסגייענדיג פון ישיבה, האט מען זיך אזוי שנעל נישט געקענט אראפלאזן אין דעם זינדיגען וועלטל. מען האט נישט געקענט געפינען קיין מנוחת הנפש, מען האט געמוזט צוריקומען אפילו פון אויסלאנד, און אפילו מיט דער משפחה.

קיין מענטש קען דאס נישט באגרייפן, ווי עס האט זיך אנטוויקלט אזא גרויסע רוח, אי אין לומדות, געהאט תלמידים, גאונים אין הלכה, אי צדיקים אין יראת שמים, פעסט געבויט אן וואקלענישען, מען האט אבער געמוזט לאנג זיין אין ישיבה מען זאל עס קענען פארשטיין, פילען, און, דער עיקר, אליין מיטלעבן.

עס איז דאך געווען איין גאנצע פאבריק, וואס האט צונומען אלע שרייפלעך פון גאנצן גייסטיגן אפאראט פון מענטשן. נישט נאר צונומען, נאר גערייניגט, געפוצט און צוריק צוזאמענגעשטעלט דעם מהות פון גרויסן מענטשן - איין גרויסן בעל מוח, און איין שטארקע, געזונטע הארץ אין איין ריינעם נפש.

אויף קלארער דאס צו פארשטיין, קענען מיר דאס פארשטיין מיט פאלגענדעס: דאס יעדער מענטש דענקט און האלט, אז מיט זיין געבורט איז ער ווערט אנגערופן צו ווערן מיט דעם טיטל מענטש.

אבער אין מיר'ע ישיבה האט מען אנדערש געלערנט, אז עיר פרא איז ער געבוירן געווארן. מיט דעם איז ער נאך א קנאפער מיוחס, ווייל בעלי חיים ווערן אויך נאטערליך געבוירן. נאר דער עיקר איז, אז אדם יולד, דער אדם דארף ערשט געבוירן ווערן.

אין מיר'ע ישיבה, אז מען האט געזאגט אז איינער איז גוט און פרום, האט מען געפרעגט, פיל האט מען געארבעט אויף זיך וועגען דעם, ווייל פון זיך קומט עס נישט. נאר דערנער וואקסען פון זיך אליין, עפעס בעסער'ס מוז מען אקערן און זייען, דאן וואקסט עס.

נאר, קודם כל, האט מען געמוזט זיין א שטיק צייט אין ישיבה, אז עס זאל אנפאנגען צו בייסן דער געוויסען און צו מאטערען אויף צו ענטוויקלען איין כח התובע, אז מען מוז עפעס אנפאנגען צו טוהן, זעהענדיג גרויסע ריזן אין תורה ארום זיך, האט עס געמוזט ארויסרופען קנאת סופרים, כדי עס זאל צוקומען צו תרבה חכמה, האט מען זיך געמוזט באנוצען מיט דעם געהעריגן צוגאנג, ווי די גדולים וועלכע מען האט געשטרעבט צוצוקומען צו זייער מצב.

און כדי מ'זאל עס נאך קלארער פארשטיין, איז כדי צו דערמאנען איין ווארט פון מיר'ע משגיח, ר' יחזקאל לעווינשטיין זצ"ל. ער האט אמאל געזאגט: שטעלט זיך פאר, ווען די וועלט וואלט בעדארפן עסן על פי שכל, דאס הייסט, אז מ'זאל עסן נאר ווייל מ'פארשטייט אז אן עסן קען מען נישט לעבן, דאן וואלט די גאנצע וועלט כמעט געשטארבן פאר הונגער. אנדערש איז אבער, אז מען עסט, ווייל דער מענטש האט א כח התובע, עס הונגערט אים, זעהט מען טאקע די לאגע אנדערש.

היינט, אז דעם נפש דארף מען געבן עסן על פי שכל, קיין כח התובע פון הונגערן האט מען נישט געשאפן, איז דאך פשוט, אז דער נפש שטארבט פאר הונגער.

נאר וואו שאפט מען פארט דעם כח התובע פאר'ן נפש? נעמען איבערארבעטן דעם כח התובע פון גוף פאר'ן נפש, איז טאקע זייער שווער. אבער אז מ'געפינט זיך אין איין גרויסן דראנג פון נשמה דארשט פון א 500 תלמידים גדולים, און ווען עס קומט ימים נוראים, קומען נאך אפאר הונדערט גדולים, געוועזענע תלמידים, זעהענדיג זייער גדלות, און זיי האבן טאקע א כח התובע, ווייל אז נישט, פארוואס פארברויכט דער נפש אזויפיל גייסטיגע שפייז? ווירקט עס אויך אויף יעדן אנדערען, אנצופאנגען צו טראכטען אין א צווייטער ריכטונג, אז מיין נשמה איז אויך גענומען געווארן פון זעלבן הימל, און מיין נשמה וועט אויך דארפן צוריקגיין און אפגעבן דין וחשבון, עס רייסט זיך פיל מאל ספאנטאניש אדורך דער געשריי, געוואלד! וואס וועט זיין פון מיר? וואו האלט איך אין דער וועלט? דאס קלענסטע קרעמל פיהרט דאך אויך א קלארן חשבון, ווייסט קלאר וואו ער האלט אויף דער וועלט, ווייס איך דען, וואו איך האלט? פיל האב איך פון מיין צייט פערבראכט אויף נארישקייטן, פיל תפילות זענען נישט געווען בכוונה. וואו זענען מיינע טעג, חדשים און יארן, וואו זענען זיי? ווען וועל איך זיי קענען צוריקקריגען און צוריק געפונען, וויל תחיית המתים וועט נאר זיין אויף טויטע מענטשן, נישט אויף טויטע צייט, וואסערע בעל הבית בין איך אויף דעם בורא עולם'ס צייט, אויף זיין נשמה, אויף זיין וועלט, דאס מויל איז דען מיינס? איך מעג דען רעדן עפעס אויסער תורה, די פיס מעגן דען גיין, ערגעץ אנדערש, אויסער דעם בית המדרש? די גאנצע תפלה זכה פלעגט מען אזוי אפזאגן.

זייער אפט, נאך א מוסר שמועס פון משגיח, פלעגט מען ווערן ווי עלעקטריזירט, מען פלעגט שטיין, הונדערטער תלמידים איינגעפרעסט איינער צום צווייטען, אויף צו קענען כאפן איין ווארט פון מוסר און יראת שמים. עס זענען אויך געווען צייטן פון רבינו ירוחם זצ"ל אין מיר'ע ישיבה, אז אויף אייזערנע סלופעס, אין דער הייך, איז מען ארויפגעקראכען און דארט זיך ארומגעוויקעלט ארום דעם אייזערנעם סלופ, ווי א שלאנג, אויף צו הערן עפעס א ווארט פונעם משגיח. די לופט איז געווען אנגעשטרענגט, מען איז געווען אויף א צווייטער וועלט, מען האט געוואלט האלטן אט די ווארימקייט אויף שפעטער, ווייל נישט אלעמאל האט מען די געלעגענהייט, אז עס זאל זיך עפענען עפעס א פענסטער אין הימל, און קענען זעהן און שמעקן עפעס פון א בעסער לופט, מען דארף אויסנוצען די געלעגענהייט.

דאס איז געווען נארמאל 3 מאל א וואך, אין מיטן דער וואך, און פרייטאג און שבת קודש נאך דער שקיעה. ווער קען זיך דען פארשטעלן אט די גרויסע, גליקליכע מאמענטען פון לעבן, אפילו ווען שפעטער איז מען אביסל אראפגעפאלן, אבער די וועלט זאגט דאך, אז איין הרגש איז ווי א בליץ אינמיטן דער נאכט, כאטש אפילו עס ווערט גלייך פינסטער, אבער דעם וועג האט מען שוין דערזעהן.
אטעטשמענטס
ר' אלחנן יוסף הערצמאן.jpg
ר' אלחנן יוסף הערצמאן.jpg (25.04 KiB) געזען 30486 מאל
לעצט פארראכטן דורך גרינוויל תושב אום זונטאג יאנואר 30, 2022 6:16 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע:מאנטשעסטער

תן לי יבנה וחכמיה - מיר'ע ישיבה אין גלות - גרינוויל תושב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

תן לי יבנה וחכמיה - מיר'ע ישיבה אין גלות - גרינוויל תושב - פרק א'

די צוזאמארבעט פון דייטשלאנד מיט רוסלאנד

דער דאטום פון י"ז אלול שנת תרצ"ט לפ"ק איז טיף איינגעקריצט געווארן אין די היסטאריע פון די וועלט. דורות לאנג וועט מען געדענקען דעם טאג, וואס די דייטשע ארמיי אונטער די פירערשאפט פון זייער טייוולאנישן פירער ימ"ש, האבן אנגעגריפן אויף פוילן פון מערב זייט. אזוי האט זיך אנגעפאנגען א ים פון פארשידענע צרות, די גרויזאמע צווייטע וועלט קריג, (קוים פינעף און צוואנציג יאר נאך די ערשטע וועלט קריג), ווי סך הכל האבן צוויי און פערציג מיליאן מענטשן - ציווילע און מיליטערישע - פארלוירן זייערע לעבנס.

ווייניגער ווי א וואך צייט, איז שוין די פוילישע ארמיי געווען אינגאנצן צושמעטערט און צושטיקלט. דערווייל האט די דייטשע ארמיי זיי נאך נאכגעיאגט, און אויפ'ן וועג האבן זיי איבערגעלאזט חורבנות און שריפות, און סתם אזוי גע'הרג'עט און געפלינדערט, אזוי ווי דער סדר פון דעם טרויעריג בארימטן ארמיי. נאר אין די הויפשטאט ווארשע האט די פוילישע ווידערשטאנד אנגעהאלטן אביסל לענגער, ביז בערך סוכות פון יאר ת"ש.

יארן לאנג האבן זיך די דייטשן געגרייט צו דעם קריג, און זיי האבן פאר דעם ציל פראדוצירט אלע סארט ערליי וואפן. די אמוניציע פאבריקן האבן געארבעט אין פולן טעמפא. דאס גאנצע דייטשע פאלק האט מען יארן לאנג אויסגעשולט מיליטעריש מאניווערן, בשעת די איבריגע ארומיגע לענדער זענען ווי געשלאפן און האבן נישט געוואלט וויסן דעם אמת. אזוי איז נישט קיין וואונדער אז די פוילישע ווידערשטאנד קעגן די דייטשן, איז געווען א נישטיגע און א לעכערליכע.

אין די זעלבע צייט וואס די דייטשן זענען אריין אין מערב פוילן, האבן די רוסן אריינמארשירט אין מזרח פוילן. נאכדעם וואס די פוילישע ארמיי איז שוין געווען א באזיגטער, האבן שוין די רוסן נישט אנגעטראפן אפילו א מינימאלע ווידערשטאנד, און זיי האבן שוין גארנישט געטראפן פון די פוילישע ארמיי. אזוי האבן די רוסן באקומען האלב פון פוילן אן קיין שום איבערשטרענגונג און בלוט פארגיסונג, און אפילו אן חורבנות און געלט שאדן.

אין דעם מזרח טייל פון פוילן איז אויך געווען אריינגערעכנט די ליטווישע חלק פון פוילן, וואו עס איז דעמאלטס געווען קאנצעטרירט רוב ליטווישע ישיבות, ווי ראדין, ביאליסטיק, קאמעניץ, בראנאוויטש, קלעצק, סלאנים, מיר, גראדנע, ווילנע און נאך.

*

ווען די צוויי מיליטערן האבן זיך צוזאם געטראפן, האט מען צוטיילט פוילן. די מזרח זייט האט רוסלאנד אפיציעל אנעקסירט, און די מערב זייט האט דייטשלאנד אנעקסירט. אזוי ארום האט פוילן אויפגעהערט צו עקזיסטירן אלס מלוכה. עס איז געווארן אפגעווישט פון די מאפע.

די טיילונג פון פוילן איז געווען לויט א פאראויס באשטימטע פלאן און א פונקטליכע מאפע וואס איז געווען צוגעשטימט פון ביידע צדדים, רוסלאנד און דייטשלאנד, נאך אסאך פריער. אויב די דייטשע ארמיי איז אריין אביסל טיפער ווי די אפיציעלע ליניע, האט זי דערנאך צוריק אפגעטרעטן פאר רוסלאנד, און אזוי אויך פארקערט.

די שטאט בריסק איז געווען די רוסישע גרעניץ, צו רוסלאנד. מערב זייט פון די שטאט איז געווארן דייטשלאנד.
אטעטשמענטס
Invasion_of_Poland-1939.png
Invasion_of_Poland-1939.png (235 KiB) געזען 31891 מאל
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע:מאנטשעסטער

תן לי יבנה וחכמיה - מיר'ע ישיבה אין גלות - גרינוויל תושב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

מיין באשרייבונג איז צאמגענומען פון בערך 20 צייטונגען, אויסגאבעס, ביכער.
אויב האט איר א קאפירייט טענה, שרייבט מיר א אישי, ש'כח און האט הנאה!
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע:מאנטשעסטער

Re: די מירער ישיבה אין גלות - בשנות הזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

איך בין שאקירט פון וואס איך האב יעצט אויסגעפונען, איך בין געווען זיכער אז די פראכטפולע בית הכנסת בית אהרן אין שאנכיי וואו די מיר'ע ישיבה האט זיך אויפגעהאלטן, שטייט נאך.
איך האב געטראכט אז ווען טשיינע וועט עפענען די טויערן וואס איז נאך פארמאכט פון אנפאנג קאראנע, וועל איך דארט אפשטאטען א באזוך, ווער איך יעצט געוואר אז מ'האט צעווארפן די שול אין תשמ"ה!
די נארישע כינעזער!
אטעטשמענטס
Beth_Aharon_Synagogue.jpg
Beth_Aharon_Synagogue.jpg (218.41 KiB) געזען 30524 מאל
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: די מירער ישיבה אין גלות - בשנות הזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

העכסט אינטערסאנט!! ברענג נאך!!!
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3428
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: די מירער ישיבה אין גלות - בשנות הזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

גרינוויל תושב האט געשריבן: צעווארפן די שול אין תשמ"ה!
די נארישע כינעזער!

ביי מיר ערגעץ אין קדקוד, האב איך געליינט פון הרב אי"ה זצ"ל אן הערליכע מאמר אויף השגחת הבורא איבער דעם קאפיטל פון היסטאריע
יישר כח פאר אריינארבעטן שטיקער היסטאריע, מיר/אסאך אנדערע ווילן טרעפן דא א שיינער מספר פון בלעטער.
דער אייבערשטער זאל אייך צושיקן אלעס וואס איר ברויך האבן פארדעם. הצלחה. אמן.
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3428
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: תן לי יבנה וחכמיה - מיר'ע ישיבה אין גלות - גרינוויל תושב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

גרינוויל תושב האט געשריבן: וועל איך עס נאך היינט מאכן צום "שר האלף" ראנג?

ווער א שר האלף, דא, ביטע!
געגאנגען, יישר כח. מיר און נאך אנדערע ווארטן דערויף.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: די מירער ישיבה אין גלות - בשנות הזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יצחק אייזיק האט געשריבן: העכסט אינטערסאנט!! ברענג נאך!!!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע:מאנטשעסטער

Re: די מירער ישיבה אין גלות - בשנות הזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

מ'האט מיר ברוך השם פיין צו'געפיקסט...
הרב איינס האט אריינגעלייגט מיין באשרייבונג אינעם שרייבער, יעצט וועל איך מוזן שרייבן דא יעדע וואך...
אזעלכע פראבלעמען אויף אלע כינעזער...
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע:מאנטשעסטער

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

קנאפער ידען האט געשריבן:
גרינוויל תושב האט געשריבן: ערשטנס, שיר מיר עס אין אישי, ווייל מיין פילטער לאזט עס נישט דורך.
צווייטענס, איך האב קיינמאל געזעהן די בוך וואס דו ברענגסט מיר, דאס איז זיין ערשטע ווערסיע פון תש"י.
ס'איז דא איינס וואס ער האט ארויסגעגעבן, אין יאר תשס"ב מיט 304 עמודים

אינאייוועגס, דא האט איר די דעקל פון די קונטרס וואס דו האסט געברענגט

דא איז דער קליינער ביכל (געשיקט אויך אין פריוואט):
מירער ישיבה אין גלות: הרב אלחנן יוסף הערצמאן

אינטערסאנט, ס'פעלט פונעם ביכל, עמוד 10 און 11
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע:מאנטשעסטער

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

גרינוויל תושב האט געשריבן:

כ'וואלט מיר געפריידט, אויב איינער קען מיר אפירברענגען די פעלענדע בלעטער
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3428
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: די מירער ישיבה אין גלות - בשנות הזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

פעיק ניוז האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן: העכסט אינטערסאנט!! ברענג נאך!!!

גרינוויל תושב האט געשריבן: .... יעצט וועל איך מוזן שרייבן דא יעדע וואך...

מיר ווארטן מיט געדולד, הצלחה וברכה אין דיינע ווערק
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע:מאנטשעסטער

Re: די מירער ישיבה אין גלות - בשנות הזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

פאנטאזיע פליער האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן: העכסט אינטערסאנט!! ברענג נאך!!!

גרינוויל תושב האט געשריבן: .... יעצט וועל איך מוזן שרייבן דא יעדע וואך...

מיר ווארטן מיט געדולד, הצלחה וברכה אין דיינע ווערק

ס'פעלט מיר צוויי עמודים פון ר' אלחנן יוסף'ס אריינפיר, כ'ווייס נישט וואס צו טוהן יעצט.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32054
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

גרינוויל תושב האט געשריבן:
גרינוויל תושב האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
גרינוויל תושב האט געשריבן: ערשטנס, שיר מיר עס אין אישי, ווייל מיין פילטער לאזט עס נישט דורך.
צווייטענס, איך האב קיינמאל געזעהן די בוך וואס דו ברענגסט מיר, דאס איז זיין ערשטע ווערסיע פון תש"י.
ס'איז דא איינס וואס ער האט ארויסגעגעבן, אין יאר תשס"ב מיט 304 עמודים

אינאייוועגס, דא האט איר די דעקל פון די קונטרס וואס דו האסט געברענגט

דא איז דער קליינער ביכל (געשיקט אויך אין פריוואט):
מירער ישיבה אין גלות: הרב אלחנן יוסף הערצמאן

אינטערסאנט, ס'פעלט פונעם ביכל, עמוד 10 און 11

כ'וואלט מיר געפריידט, אויב איינער קען מיר אפירברענגען די פעלענדע בלעטער

נאדיר (פון דא https://beta.otzar.org/#/b/181981/p/11/ ... 4590056191 ):
בלאט 10
בלאט 11
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע:מאנטשעסטער

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

קנאפער ידען האט געשריבן:
גרינוויל תושב האט געשריבן:
גרינוויל תושב האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
גרינוויל תושב האט געשריבן: ערשטנס, שיר מיר עס אין אישי, ווייל מיין פילטער לאזט עס נישט דורך.
צווייטענס, איך האב קיינמאל געזעהן די בוך וואס דו ברענגסט מיר, דאס איז זיין ערשטע ווערסיע פון תש"י.
ס'איז דא איינס וואס ער האט ארויסגעגעבן, אין יאר תשס"ב מיט 304 עמודים

אינאייוועגס, דא האט איר די דעקל פון די קונטרס וואס דו האסט געברענגט

דא איז דער קליינער ביכל (געשיקט אויך אין פריוואט):
מירער ישיבה אין גלות: הרב אלחנן יוסף הערצמאן

אינטערסאנט, ס'פעלט פונעם ביכל, עמוד 10 און 11

כ'וואלט מיר געפריידט, אויב איינער קען מיר אפירברענגען די פעלענדע בלעטער

נאדיר (פון דא https://beta.otzar.org/#/b/181981/p/11/ ... 4590056191 ):
בלאט 10
בלאט 11

זאלט איר זייין גע'בענטשט!
(מיין לעצטע תגובה פאר שבת, האטס אלע א פרייליכע שבת!)
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: די מירער ישיבה אין גלות - בשנות הזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

גא"ש זייער שיין שכח.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע:מאנטשעסטער

Re: די מירער ישיבה אין גלות - בשנות הזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

ס'קומט יעצט פאר א אוקשען פאר אסאך אנטיקן, צווישן דעם איז אויך דא אפאר ספרים געדרוקט אין שאנכיי
https://moreshet.bidspirit.com/?demoMode=1&lang=he#home
אטעטשמענטס
moreshet_81222_001.jpg
moreshet_81222_001.jpg (167.75 KiB) געזען 29993 מאל
moreshet_81223_001.jpg
moreshet_81223_001.jpg (213.18 KiB) געזען 29993 מאל
מיסתפינא
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 12:24 pm

Re: די מירער ישיבה אין גלות - בשנות הזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסתפינא »

גרינוויל תושב האט געשריבן: ס'קומט יעצט פאר א אוקשען פאר אסאך אנטיקן, צווישן דעם איז אויך דא אפאר ספרים געדרוקט אין שאנכיי
https://moreshet.bidspirit.com/?demoMode=1&lang=he#home

איז דאס דער באקאנטער קאנטערווערסיאלער דרוק? (בלוט ש"ס)
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע:מאנטשעסטער

Re: די מירער ישיבה אין גלות - בשנות הזעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

גרינוויל תושב האט געשריבן: ס'קומט יעצט פאר א אוקשען פאר אסאך אנטיקן, צווישן דעם איז אויך דא אפאר ספרים געדרוקט אין שאנכיי
https://moreshet.bidspirit.com/?demoMode=1&lang=he#home

ברוך השם, איך האב שוין די צוויי ספרים ביי מיר אינדערהיים!
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”