ובנו ר' גדליהו אהרן הי"ד.
שושלת ליניץ-מאנאסטריטש
תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
מיילעך האט געשריבן: אוהל ומצבת הרה"ק ר' גדליהו מליניץ זי"עתלמיד הבעש"ט ומחסה"ק "תשואות חן"
כיון דאתית לידן אימר בי' מילתא: מ'זעהט אמאל אז איינער דרוקט איבער ספרים און ער האט נישט קיין אהנונג וואס ס'טוהט זיך מיט איהם, לדוגמא דער ספר תשו אות חן איז איבער געדרוקט געווארען מיט עטליכע יאהר צוריק בשם "תשו עות חן"
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5399
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
שמואל'יק'יל האט געשריבן: פון ווי איר האט גענומען אז הער הייסט אליהו יוסף?
מיללער האט געשריבן: שמואליק,
אויפן אוהל פונעם באפאלויער-ליניצער רבי שטייט אזוי דער נאמען ר' אליהו יוסף, עס איז שווער צו לייענען אויפן בילד אבער א געניטער אויג קען עס אויפכאפן (זעה בייגעלייגט)
איצטער באדארף מען שוין נישט קיין געניטער אויג, דא האט איר א קלארער בילד
מורשת חכמי אמעריקא
פייגא וואלקינסאן
מיללער האט געשריבן:מיללער האט געשריבן: איך האב מורא אז די טאכטער פאני וואלקינסאן איז נישט געווען צו ערליך, סיי פונעם נאמען און סיי די פאקט אז ער דערמאנט איר נישט אינעם ספר היובל.
בשורה טובה ומרנינה!!!!
איך האב יעצט אראפגעלייגט די טעלעפאון מיט א איד ר' בנימין וואלקינסאן הי"ו פון מישיגען, ער איז א זוהן פון די דערמאנטע מרס. וואלקינסאן!
דער אמת איז, זי איז געווען אן אייניקל פונעם מאנאסטריטשער רבי ר' יהושע העשיל, א טאכעטער פון ר' גדלי' אהרן הי"ד, זי איז געקומען קיין אמעריקא מיטן זיידען און אויפגעוואקסן ביי אים אין שטוב, דערפאר דערמאנט איר די טיימס בטעות אלס א טאכטער.
ער זאגט אז דער זיידע דערמאנט איר יא אינעם ספר היובל, און אז זי ווערט אויך דערמאנט אינעם פאפולערען ענגלישען בוך אויף יחוס פון דר. ניעל ראזענטאהל 'די אנבראקען טשעין'.
זי איז געווען אן ערליכע פרוי, זי האט חתונה געהאט מיט ר' חיים וואלקינסאן דאהי אין ניו-יארק, ר' חיים איז געווען א מאנאסטריטשער חסיד, זיי האבן שפעטער געוואונט אין וואשינגטאן, ר' חיים מיט זיין פרוי ליגען באהאלטן אינעם מאנטיפיורי סעמעטערי ביי די מאנאסטרישער חלקה.
דער ר' בנימין האט געארבעט מיט ש"ב ר' גדלי' אהרן ממאנאסטריטש אויפן זיידענס לעצטע ספר, ער האט א זוהן דוד נתנאל וועלכער איז א לויער אין מישיגען און ער געלאפן פאר סטעיט-סענאט דארט (זוכט דורך גוגל פאר מער אינפא.) עס זענען אויך פארהאן קינדער פון ר' חיים וואלקינסאן אין ארף ישראל.
לויט די רשימות פון ר' יצחק מאיר טווערסקי הייסט דער איד "בנציון" און זיין מאמע האט געהייסן "פייגא".
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5399
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
הרבנית שיינא פערל מקאנטיקוזיווא
ווי עס קוקט אויס איז די רביצין פון רבי פנחס מקאנטיקוזיווא ארויף שפעטער קיין ארץ ישראל.
דא זעט מען א באגריסונג ווען איר טאכטער הרבנית מירל מסקווירא-ב"פ איז אין יאר תרצ"ח געפארן פון אמעריקא קיין ארץ ישראל באזוכן די מאמע
http://www.jpress.org.il/Default/Script ... sc&sQuery= %u05d8%u05d1%u05e8%u05e1%u05e7%u05d9&rEntityType=&sSearchInAll=false&ViewMode=HTML
דא זעט מען א באגריסונג ווען איר טאכטער הרבנית מירל מסקווירא-ב"פ איז אין יאר תרצ"ח געפארן פון אמעריקא קיין ארץ ישראל באזוכן די מאמע
http://www.jpress.org.il/Default/Script ... sc&sQuery= %u05d8%u05d1%u05e8%u05e1%u05e7%u05d9&rEntityType=&sSearchInAll=false&ViewMode=HTML
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35935
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
מיללער האט געשריבן:בן בוזי האט געשריבן: לקיים מה שנאמר אל תמנע טוב שטעל איך דאס בילד למען השלימות
אויז אויסגעהאלטן עפ"י הלכה פאר מענער צו וואונטשן פאר א פרוי?
דאס מיינט אודאי אז מ'זאל שטיצן כנהוג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
הרבנית שיינא פערל מקאנטיקוזיווא
הרבנית שיינא פערל איז נפטר געווארן ו' טבת תש"ג
איר מאן רבי פנחס מקאנטיקוזיווא איז נפטר געווארן כ"ו אייר תרפ"ב
איר מאן רבי פנחס מקאנטיקוזיווא איז נפטר געווארן כ"ו אייר תרפ"ב
הרבנית ממאניסטריטש
האט איינער מער פרטים איבער די רביצין פון רבי יהושע העשיל ממאניסטריטש זצ"ל?