שושלת ליניץ-מאנאסטריטש

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

שושלת ליניץ-מאנאסטריטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

היינט באנאכט איז יו"ד פון כ"ק הרה"ק ר' גדליהו אהרן ראבינאוויטש פון מאנאסטריטש אומאן הי"ד זיע"א - ג' אב תרע"ט.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אויס געגאנגען אויף זיין טאטן'ס הענט, זיין פאטער באשרייבט עס, א הארץ קאן צוגיין ליינענדיג די באשרייבונג.
ועמך כולם צדיקים
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

ווי שרייבט ער דאס?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אין איינע פון זיינע ספרים.
ועמך כולם צדיקים
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

כ'האב פארשטאנען אז אין אינע פון זיינע ספרים, אבער און וולעכע?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31440
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ביקסאד, תפרש דבריך, יאשר כוחך.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יאך שעהם זיך צו זאגען .......

יאך געדענק נישט אויף די מינוט, עס פעלט מיר איצטער אפאר וויכטיגע ספרים.
ועמך כולם צדיקים
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע:וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

אפשר זאגט איר מער פרטים, ווער איז געווען זיין טאטע? ווען איז ער נפטר געווארן?
וואס איז געווען די מעשה?
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ער איז געווען א זון פונעם נחלת יהושע, (ילקוט יהושע ועוד), רבי יהושע העשיל ב"ר יואל יצחק ראבינאוויטש זצ"ל. כ'מיין ער (ר' יהושע העשיל) איז פון רבי יונה לאנדא'ס פעיווארעט רבי'ס, ער האט געוואוינט דאהי אין אמעריקע איידער די וועלט קריג.

זיי זענען געווען אייניקלעך פונעם אפטער רב, דורך זינקוב, און פון רבי ר' פנחס'ל קאריצער דורך ר' שמואל אבא מסלאוויטא.

דער שורש הגזע איז דער 'תשואת חן', הרה"ק ר' גדלי' מלינץ זצוק"ל.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זארעכ,
זיי קערען זיך אפשר אויך אן צי די מילוואקי טווערסקיס?
the SCY is the limit
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

איך ווייס נישט. אבער וואס יא, דער רבי יהושע העשיל האט געהאט אן איידעם 'טווערסקי', אין שיקאגאו. דאכט זיך אבער אז יענער איז געווען א מאקרוב'ער אייניקל.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דער ריזען איך פרעג.
און מיין שכינות וואוינט איינער בן ציון טווערסקי. א זוהן פונעם טווערסקי דער פסיכיאלאג ווער עס האנדעלט מיט אלקאהאליקס.
יענער האט מיר אמאל געזאגט אז דער מענסעטריטשער איז געווען פאר איהם אן עלטער פעטער [עפעס אזוי]. איך געדענק אבער נישט פינטלעך וויא אזוי.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27076
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' זארעך,
ר' יהושע העשל ממאנאסטריטש דער בעל נחלת יהושע הנ"ל ליגט אינעם מאנטיפיורא ביה"ח אין קווינס ער איז נסתלק געווארן בשנת תרצ"ח, אויך ר' אליהו יוסף ראבינאוויטש מליניץ-באפאלאו איז פון די משפחה (מ'בעט ווער עס קען מער מסדר זיין די גזע, זאל געבן א האנט) ער איז ר' יונה לאנדאו'ס פעיוואריט רבי זייענדיג דער סאמער ערשטע חסידישע רבי קובע צו זיין משכנו על אדמת אמעריקא.

אין שיקאגו איז געווען א מקארובער רבי ר' יעקב יצחק ב"ר ישעי' טווערסקי, זאגסט אז ער איז געוווען אן איידעם ביים מאנאנסטריטשער רבי פון ניו יארק, קען זיין, ווער עס ווייסט זיין יחוס קיין טשערנאבל ווערט געבעטן צוצולייגן א פלייצע.

ר' שמחה,
דער ערשטער הורנוסטייפלער רבי פון אמעריקא, ר' במציון יהודא לייב פון שיקאגו ב"ר מאטעלע מהורנוסטייפל איז געווען אן איידעם ביי ר' יצחק יואל ראבינאוויטש מקאנטינקיוזא אבי הנחלת יהושע ממאנאסטריטש אזוי ארום איז ער א טאקע געווען פעטער פאר די הורנוסטייפלער משפחה פון מילוואקי.
דער באפאלאו-ליניצער רבי איז געווען א שוואגער און חברותא מיט ר' מאטעלע הורנוסטייפלער, ממילא איז אויך ער א פעטער פאר זיי (איך וויס נישט וויזאוי ער איז געווען זיין שוואגער).

בייגעלייגט איז א בילד פונעם אוהל אין קווינס על קברו של הרה"צ ר' יהושע העשיל ממאנאסטריטש-ניו יארק (גענומען פון http://kevarim.wordpress.com/2008/01/15 ... abinowitz/ ]
אטעטשמענטס
manstricherrrrrrrrr.jpg
manstricherrrrrrrrr.jpg (33.65 KiB) געזען 6489 מאל
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

בייגעלייגט איז א בילד פונעם מקארובער רבי ר' יעקב יצחק טווערסקי פון שיקאגו, חתן ר' יהושע העשיל ממאנאסרויטש.

אגב לויט ווי איך געדענק איז דא א ספר דברי יהושע פונעם מאנאסטרויץ'ער רבין
אטעטשמענטס
IMG_0039%20%28Custom%29.jpg
לעצט פארראכטן דורך יאסל אום דינסטאג אוגוסט 05, 2008 10:39 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27076
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח ר' יאסל פאר די בילדער און אינסייטס, וועגן א ספר 'דברי יהושע' טרעף איך נישט ביי היברו-בוקס, אבער ר' זארעך האט שוין צוגעצייכנט דעם 'נחלת יהושע' פונעם מאנאסטריטשער רבי'ן ז"ל דאס געפונט זיך יא דארט.

ר' זארעך,
אויב איך מעג פרעגן, ר' גדלי' מליניץ דער תשואות חן, איז געווען פון וועלכע דור תלמידי בע"ש, און וויזאוי ציעט זיך די גזע אראפ צו מאנאסטריטש און באפאלא?
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

אויב דו מעגסט פרעגן? וואס א פראגע איז דאס? אז איך וועל נישט האבן וואס צו ענטפערן וועל איך זאגן "איני יודע".

הרה"ק רבי גדלי' מליניץ זצוק"ל איז געווען א תלמיד פונעם רבי'ן ר' בער כמדומה. דער ספר איז 'תשואת חן' איז פון די ראשוני ספרי החסידות און איז באצירט מיט אן הסכמה פונעם הייליגן בארדיטשובער. הרה"ק ר' אהרן מטשערנאבל זצוק"ל איז געווען אן איידעם ביי אים.

רבי גדלי' דאכט זיך רופט מען אויך אויף די משפחה נאמען 'ראבינאוויץ'. זיין זון איז געווען הרה"ק ר' יצחק יואל (הראשון) חתן רבי שמואל אבא מסאלוויטא, זיין זון איז געווען ר' גדלי' אהרן (הראשון) מליניץ, זיין זון איז געווען ר' יצחק יואל (השני) חתן רבי זושא מזינקוב (אפטא).

ר' יצחק יואל (השני) האט געהאט א זון ר' אברהם יהושע העשיל, הנ"ל. און יא, יעצט כאפ איך אז רבי בן ציון יהודה טברסקי בן ר' מרדכי דוב (ר' מאטעלע הארנסטייפלער), איז געווען אן איידעם ביי דעם ר' אברהם יושע העשיל.

זעט אויס אז טשערנאבל האט זיך עטליכע מאל משדך געווען מיט די משפחה.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ווער האטעם גע'הרג'עט, אז מ'שרייבט הי"ד? און אז מ'וועט שוין דאס שרייבן וועלעך אי"ה שוין פארשטיין דעם אויסדרוק אין "טאטענ'ס הענד".
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27076
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זארעך,
דו ביסט פארפארן ר' בנציון יהודה לייב מהורנוסטייפל איז געווען אן איידעם ביי ר' יצחק יואל (השני).

א יישר-כח פאר די דעטאלן.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

נו, דו האסט מיך דאך דאס דערמאנט. איך מיין אז דא איז דא א שטיקל צעמושעניש. ר' יצחק יואל'ס איידעם איז געווען ר' בנציון ב"ר מרדכי מהורנסטייפל, און ר' יהושע העשיל'ס ('אברהם' איז לכאורה א טעות שיצא ממני)איידעם איז געווען ר' יעקב יצחק משיקאגאו. איך מיין אז מיר זאגן די זעלבע זאך וכמו שכתבת לעיל.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

זארעכפעפער האט געשריבן: הרה"ק רבי גדלי' מליניץ זצוק"ל איז געווען א תלמיד פונעם רבי'ן ר' בער כמדומה. דער ספר איז 'תשואת חן' איז פון די ראשוני ספרי החסידות און איז באצירט מיט אן הסכמה פונעם הייליגן בארדיטשובער. הרה"ק ר' אהרן מטשערנאבל זצוק"ל איז געווען אן איידעם ביי אים.
הרה"ק בעל תשואות חן איז געווען א תלמיד פון בעש"ט, און ער איז א כלי ראשון פון תורת רבו, באקאנט איז ביי חסידים אז ער האט זיך נישט געוואלט משדך זיין מיט דעם טשערנאביל'ער מגיד הרה"ק ר' מרדכי ווי באלד ער איז נישט געווען ביים בעש"ט, האט דער מאור עינים געזאגט אז ער וועט אונטער שרייבן דעם תנאים און זיין דער עומד מצד נכדו החתן האט דער תשואות חן מסכים געווען צו שליסן שידוך ווי באלד דער מאור עינים איז אויך געווען ביים בעש"ט.
ועמך כולם צדיקים
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

יישר כח ידידנו הבקי והידען נפלא ר' ביקסאד שליט"א. ישלם ה' פעלך על כל הטוב שעשית עמנו, להעניק אותנו מאוצרך הטוב בכל עת ועידן, ובפרט בעניני חסידות והמסתעף.

דער תשואת חן איז דאך געבוירן הערשט אין די סוף ת' יארן, לערך תצז-ח, טא קומט אויס אז ער איז געווען ממש א יונגערמאן, אין די אנהויב צוואנציגער יארן, ווען ער איז געזעסן בצילא דמהימנותא בבני היכלא דמרן הבעש"ט (הבעשה"ק עלה למרום בשנת תק"ך), און איז ער טאקע נישט געווען מחברייא קדישא של הרבי ר' בער?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

על פי חשבון איז ער יא געווען פון די חבריא ביים גרויסן מגיד, אבער ער איז נאך געווען ביים בעש"ט.
לעצט פארראכטן דורך ביקסאד אום דינסטאג אוגוסט 05, 2008 2:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27076
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב אויך אזוי געדענקט ווי ביקסאדער רב שרייבט אז ער איז געווען פון די אריגינעלע תלמידי בע"ש, פארדעם האב איך טאקע געפרעגט.

זארעך,
מיר זאגן יעצט די זעלבע זאך.

למעשה פעלט אונז נאך חומר איבער דעם בעל האשכול ר' גדלי' אהרן ב"ר יהושע העשיל, וואס איז געווען די מעשה, איז פארהאן עפעס דורות פון אים?

אגב, זענען היינט פארהאן רבנים ואדמורי"ם מגזע ליניץ?
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

א. רבי יצחק הדיין מפאלנאה. בנו
ב. רבי גדליה מליניץ. נלב"ע כ"ט כסלו תקס"ד. חתן (בזיוו"ש) רבי משה טשארטאריער אחיו של רבי צבי מקאמנקא. בשנות נעוריו היה כה פעמים אצל אור שבעת המים מרן הבעש"ט הק' זיע"א שחיבבו מאוד. תלמידו של רבי אריה לייב "המוכיח" מפאלנאה. רב באוסטרופול, מירופול, ליניץ. מחבר: "תשואות חן". בניו
ג1. רבי שמואל יהודה לייב מליניץ. נולד בשנת תקמ"ב. נלב"ע י"ט כסליו תקע"ח. (מבניו: רבי שלמה מגראנוב חתן רבי יצחק מגראנוב (זלאטשאב)).
ג2. רבי יצחק יואל מליניץ. נולד בשנת תקנ"ג. נלב"ע כ"ה חשון תקפ"ח. חתן רבי יעקבקא מלובערטאב. מילא את מקום אחיו רבי שמואל יהודה לייב (ג1) כרב בליניץ, אולם גם הוא נפטר בצעירותו. (מבניו: רבי אלטר יוסף אליהו מליפאוויץ. נולד בשנת תקפ"א. נלב"ע י' אייר תר"י. חתן רבי אפרים זלמן אב"ד ביאלא-פולין, חתנו של רבי אריה לייב מבענדער. "היה מפורסם בערי אוקראיינא לירא ודחיל ומופלג מאוד"). בנו
ד. רבי גדליה אהרן מליניץ. נולד בשנת תקע"ה. נלב"ע ט"ו בשבט תרל"ח. חתן רבי שמואל אברהם אבא מסלאווטא (קאריץ). משנת תקצ"ט אדמו"ר בליניץ, ממנה עבר בשנת תרי"ב לסוקוליבקא. בשנת תרכ"ח הוכר לברוח לפודול-אילואי שברומניא ובה נסתלק. ספרו: "חן אהרן". (מבניו: 1. רבי יוסף אב"ד באהפאלי, חתן רבי יעקב ישראל מטשערקאס (טשערנאביל). 2. רבי פנחס מסוקוליבקא הי"ד. נולד בשנת תר"ב. נרצח ע"י האוקראיינים בז' אב תרע"ט. חתן רבי יעקב יוסף הארנשטיין. כיהן כ-40 שנה ברבנות של סוקוליבקא, והיה ידוע בגדלותו בתורה). בנו
ה. רבי יצחק יואל מקנטיקוזיבא. נולד ט"ז שבט ת"ר. נלב"ע כ"ד תמוז תרמ"ה. חתן רבי משולם זושא מזינקוב (אפטא). מעטים ורעים היו שנות חייו. סבל ממחלות ורדיפות. משנת תרכ"ג רב בליניץ. בתרכ"ט נאסר ע"י השלטון הרוסי והוגלה לכמה ערים ברוסיא. בתרל"א רב בייקטרינוסלב והיה תחת פיקוח המשטרה. בתרל"ד שוחרר ועבר לקנטיקוזיבא. בניו
ו1. רבי יהושע העשיל ממאנאסטריטש. נולד כ"ה אדר תר"כ. נלב"ע כ"ו ניסן תרצ"ח. חתן דודו רבי פנחס מסוקוליבקא הנ"ל. אדמו"ר במאנאסטריטש ואומאן. סבל רבות בעת הפרעות ברוסיא. בשנת תרפ"ד הגיע לארה"ב. מחבר פורה. ספריו: "דברי יהושע", "תורת אבות", נחלת יהושע", תורת יהושע", ערכי יהושע". בניו
ז1. רבי גדליה אהרן הי"ד. נולד בשנת תר"מ. נהרג ג' אב תרע"ט. חתן: (בזוו"ר) רבי ישראל שלום יוסף פרידמן בעל ה"פאר ישראל" מבאהוש. (בזוו"ש) רבי ברוך מאיר מאזארניץ (טשערנאביל). אמרותיו בקונטרס "זכר אהרן" הנספח לספר "דברי יהושע" מאביו. בנו (מזיוו"ש)
ח. רבי יצחק יואל ממאנאסטריטש. נולד בשנת תרס"ט. נלב"ע כ"ד חשון תשמ"ז. חתן רבי יוסף תאומים. ממלא מקום זקנו באדמורו"ת בארה"ב. בנו
ט. רבי גדליה אהרן ראבינאוויטש ממאנאסטריטש. ר"מ בפילאדעלפיא. עלה לארה"ק והשתקע בעיר העתיקה בירושלים, בה עומד בראש כולל ע"ש אביו. תקופה מסויימת כיהן כראש ישיבה במוסקובה. מחבר: "נוה צדיקים" על הגש"פ.
ז2. רבי יעקב משולם זוסיא ממאנאסטריטש. נולד בשנת תרס"א. נלב"ע ח' סיון תשל"ב. חתן דודו רבי פנחס מקנטיקוזיבא (להלן ו2). אדמו"ר בפילאדעלפיא, בה התגורר שנים רבות. עלה לארה"ק והתיישב ברמת גן.
ו2. רבי פנחס מקנטיקוזיבא. נולד בשנת תרכ"א. נלב"ע כ"ו אייר תרפ"ב. חתן רבי מרדכי דובער מטאמאשפיל (ליובאוויטש). מחבר: "עבודת יצחק" עה"ת. (מבניו: רבי אהרן ראבינאוויטש, רב בתל אביב). בניו
ז3. רבי יעקב ישראל מחארסאן. נולד י' אייר תר"מ. נלב"ע ט"ו חשון תש"ב. חתן רבי שלמה זלמינא מראשקאב. משנת תר"ע אדמו"ר בחארסאן. בשנת תרפ"ג עבר לאודיסא. בתרפ"ה עלה לארה"ק. מפורסם כגדול בתורה וחכם. תורתו בספר "שארית יעקב".
ז4. רבי שמואל אבא מזולקוב הי"ד. נולד בשנת תרמ"ד. נספה בשואה בשנת תש"ג. חתן רבי נפתלי מנאווריא (בעלזא). בשנת תרס"ו התמנה כאדמו"ר בזולקוב ורבים היו חסידיו.
ז5. רבי מנחם נחום מקנטיקוזיבא. נולד בשנת תרמ"ז. נלב"ע כ"ג אדר ב' תשי"ט. חתן רבי יוסף מקוידינאב. ממלא מקום אביו בווסניזנסק ואח"כ באודיסא שם שימש גם ברבנות. בשנת תרצ"ד עלה לארה"ק ושימש כאב"ד חיפה. ספרו" "מחשבת נחום".
ו3. רבי משולם זוסיא מארעל. נולד בשנת תרכ"ט. נלב"ע י"ג אדר תר"פ. חתן רבי אברהם שמואל מברזנא (סטעפין). בנו
ז6. רבי בן ציון יוסף מארעל. נלב"ע ט"ו כסליו תשכ"ח. חתן דודו רבי פנחס מקנטיקוזיבא (לעיל ו2). משנת תר"צ אדמו"ר. התגורר שנים רבות בארה"ב. משנת תשכ"ז אדמו"ר בגבעתיים.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27076
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מורא'דיג א הערצליכען דאנק אייך ר' שמואליק פאר די פרטים, זייער שיין מסודר.

אלעס וואס האט מיר געפעלט בין איך דא געוואור געווארן אין איין תגובה, כולל וויאזוי דער באפאלויער-ליניצער רבי איז געווען א שוואגער מיט ר' מאטעלע הורנוסטייפלער, ביידע זענען געווען איידימער ביי ר' יעקב ישראל מטשערקאס.

(איך טויש דעם שם האשכול צו 'שושלת ליניץ-מאנאסטריטש')
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”