Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?
קה אכסוף
היום הרת עולם פון ר' יהושע ברויער שיחי' מלחין לבית סקווירא, (מ'וואלט געדארפט פארשפרייטן די ניגון איבער די וועלט, פירות המילות נישט פשוט)
אין אלגעמיין די ניגון וואס ברענגט מיר די מערסטע טרערן און התחזקות איז "א נשמה" פון הרה"ח ר' משה גאלדמאן ז"ל (דאס הערט מען אין א נויטיגע מינוט, אין די קאר, גרייט מיט טישוס, מ'וואשט זיך אויס די נשמה מ'קומט ארויס אויסגעוויינט, אויפגעפרישט, אההה!) זייענדיג סענסיטיוו צו מוזיק גיב איך אויך קרעדיט פאר משה לאופער, ער רייסט די קישקעס אויף די ניגון.
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)