Re: דיינע 10 שטערקסטע חזנות ניגונים
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:יוד אלף האט געשריבן:קוק גוטס האט געשריבן: ס'איז מיר א חידוש ... איך ליג אביסל אין חזנות אין איך פארשטיי נישט ווי אזוי קען זיין אז קיינער האט נישט געשריבן וועגן די ניגון טל תן פין יוסלע לענ"ד איז עס מוראדיג שטארק
אויסער די הנאה פון הערן א שיינע קאמפעזיציע וואס איז זיס פארן אויער,
עס זענען נאך א זאך וואס מאכט שפרינגען ביי חזנות, דאס איז די קונץ וואס ליגט דערין ART
אויב קענסטו מוזיק, און דו זעהסט א יצירה וואס איז וואונדערלעך געפלאכטן אדער טיפע קנייטשן,שפרינגסטו אונטער מיט א wow,
אויב קענסטו שטימע און דו הערסט א ילוד אשה ברענגט ארויס א האקעלע תנועה לייכטערהייט אדער א קאמפלעצירטע תנועה אדער א גוטן קרעכטץ מיטן פולסטן קאנטראל שפרינגסטו אונטער מיט נאך א wow
יעצט זעץ זיך צו א קי בארד און הער אויס יאסעלע'ס עד הנה,
טראכט ווי ער קריכט מיט יחד לב וגל אבן
די געבוי פון ברוך שמיה
גוט און קלאר געשריבן!
גאמ, ביי גשם הער אויס די "יקח נא" מעט מים, מ'קען דאך צוגיין ווי וואסער...