נייעס מיט א שמייכל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42318
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מוחאמעד יוסף איז א 43 יעריגער פאליציי אפיציר אינערהאלב די שיקאגאו פאליציי דעפארטמענט און טראגט אצינד אריין אן אנקלאגע אין געריכט אקעגן די דעפארטמענט וועלכע האט אפגעזאגט זיין פארלאנגט צו טוישן זיין ראסע אידענטיפיקאציע

דער אפיציר איז דערווייל רעגיסטרירט אלס ווייסע מאן וואס קומט פון די קאווקאזן און האט אריינגעטראגן א ביטע אז מען זאל אים רעכענען אלס אן אפריקאנע אמעריקאנע מצרי זאגנדיג אז ער האט צוגעשטעלט DNA באווייזן וואס האבן געפונען עגיפטישע יחוס אין זיין בלוט עקזעמפלארן

יוסף פון מצרים באקלאגט זיך אז די דעפארטמענט רעכנט די סטאטוסן פון בריות משונות באזירט אויף זייערע קאפריזן אנשטאט אויף זייער ביאלאגישע צוזאמשטעל אבער איגנארירט זיינע פארלאנגען אים צו קלאסיפיצירן אין די ראסע וואו ער געהער לויט פאקטישע באווייזן וואס ער האט צוגעשטעלט

ער באשולדיגט אז דאס דיסקרימינירט אקעגן אים צוליב וואס עס בלאקירט אים פון זיך אריינבאקומען אין די מינאריטעט געמיינדע אינערהאלב די דעפארטמענט וועלכע געניסט פון פיל בעסערע מעגליכקייטן און געלעגנהייטן צו שטייגן אין ראנג
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42318
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פלארידאקטוירים האבן סוקסעספול באוויזן אויסצוראטן א נעסט פון 150 לעבעדיגע דזשוקעס וועלכע האבן אומלעגאל אימיגרירט און זיך באזעצט אין די נאז קאנאלן פון א מאן אין דזשעקסאנוויל

די באשעפענישן וועלכע האבן גענעסטעוועט אין אפערירט אין די אקופטירטע טעריטאריע זענען געווען אין פארשידענע מאסן און טייל פון זיי אזוי גרויס ווי די אויבערשטע דריטל פון א זרת פינגער און בילדער פון די סצענע צייגן אז די שטח איז מער ווי גענוג גרויס צו אקאמאדירן די פלטים
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:30 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אויפן וועג
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 08, 2020 11:52 pm
לאקאציע:הנני בידך לבך

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפן וועג »

@הכל הבל באווייזט יעדעס מאל פון פריש צו איבעראשן די ליינער דא....


קיפ איט אפ!!!!!!!!!!


א גרויסען יישר כח פאר'ן צושטעלן כשר'ע פלעצער זיך אויסצוליפטערן ביסעלע פון די פילע סטרעס אין די ארבעט ב"ה.
הנני בידך לבד כחומר ביד היוצר
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1096
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

מיניטשער וועלט האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:08 am
*פרעזידענט ביידען ענטפערט בריוו פאר תלמידה פון בית רחל*

וויליאמסבורג - אלס טייל פון די לימודי חול אין די סאטמארער בית רחל מיידל וואס לערנען אין בנין ריספלער האבן די מיידלעך אפגעשיקט בריוון קיין וואשינגטאן צו די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, איינע פון די בריוון זענען אויסדערוועלט געווארן צו באקומען אן ענטפער.

אין די בריוו בעט די מיידל פונעם פרעזידענט צו שרייבן אביסל איבער זיך און איבער די ווייסע הויז, דער פרעזידענט האט אין א לענגערע בריוו פארציילט זיין לעבנס געשיכטע פון אלס קינד צו זיין פאטער וואס האט פארקויפט קארס אין דעלעווער ביז ווען ער אנגעקומען צום העכסטן פאסטן אין אמעריקע, ער האט אויך פארציילט איבער זיין פאמיליע און זיין הונט און קאץ, איבער די גרויסע צימערן אינעם ווייסן הויז, און איבער זיין ליבשאפט צו שאקאלאדן טשיפ אייזקרעם.

*זעמל,* אידישע נייעס וואס איר זעהט נישט אין ערגעץ

*צו באקומען אויף סטאטוס קליקט דא:*
https://wa.me/message/GI5J7Z6IZJB2E1

*צו באקומען אויף די גרופעס קליקט דא:*
https://chat.whatsapp.com/D7BVrj2UuA75iq2VEKcM9O
איך האף אז ער האט נישט גערעדט איבער זיינע ציונות שיטות...
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
hoipt1
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hoipt1 »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:24 pm
פלארידאקטוירים האבן סוקסעספול באוויזן אויסצוראטן א נעסט פון 150 לעבעדיגע דזשוקעס וועלכע האבן אומלעגאל אימיגרירט און זיך באזעצט אין די נאז קאנאלן פון א מאן אין דזשעקסאנוויל

די באשעפענישן וועלכע האבן גענעסטעוועט אין אפערירט אין די אקופטירטע טעריטאריע זענען געווען אין פארשידענע מאסן און טייל פון זיי אזוי גרויס ווי די אויבערשטע דריטל פון א זרת פינגער און בילדער פון די סצענע צייגן אז די שטח איז מער ווי גענוג גרויס צו אקאמאדירן די פלטים
בילד ביטע
פאר די געסט א שטעך טראכט אפשר איז עס מחר
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42318
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:59 am
למען לא ניגע לריק


א פארנומענע פראנצויז האט פארברענגט 8 יאר צייט צוזאמצושטעלן מער פון 7 מיליאן שוועבלעך און אויפגעשטעלט א 23.6 מאדעל פון די אייפעל טאוער וועלנדיג ברעכן א רעקארד פון די גינעס בוך אבער די באאמטע האבן אים אצינד איינגעמאלדן אז ער דארף אנהויבן פונדאסניי צוליב וואס ער האט נישט גענוצט די ריכטיגע סארט שוועבלעך
באאמטע אנערקענען אז זיי זענען געווען צו שטרענג און באשליסן יא צוצוטיילן די קרעדיט פאר יענעם'ס דערגרייכונג
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42318
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די האועל קאונטי שעריף אין מיזורי פארשט אויס א פאל פון א 60 יעריגע מאן וועלכע איז געווארן אריינגעפירט אין שפיטאל נאכן פארלירן ביידע פיס אין א טראקטאר עקסידענט

די איינציגסטע באשטעטיגטע פאקט אין יענעם'ס ווערסיע איז אז ער איז פיסלאז אבער פילע פראגן זענען אויפגעשווימען אין די קעיס אריינגערעכנט אז די פיס זענען נישט צום געפונען און אז יענער איז שוין געווען פאראליזירט אויף די פיס נאך בעפאר די אינצידענט און עס הערט זיך מאדנע אז ער זאל האבן געארבעט מיט א טראקטאר

ווי עס שטעלט זיך ארויס האט ער אין יענע צייט געהאט צוגאסט א פארשוין פון פלארידא פאר וועם ער האט באצאהלט אפצוהאקן ביידע פיס מיט א האק און די פלאן איז געווען אז ווויבאלד די פיס זענען שוין סייווי נוצלאז וועט מען עס באזייטיגן פאריצירן א טראקטאר אינצידענט געשיכטע און קלעימען די אינשורענס פירמע

די שעריף קען אים נישט אנקלאגן מיט אינשורענס שווינדל זינט יענער האט נאכנישט פארכאפט צו פיילן די פאלשע אינשורענס קלעים אבער ער איז געווען אזוי אויפגעברויזט אויף די צייט פארשווענדעט צו פארשן די קעיס אז זיין אפיס האט געקלערט כאטש צו קלאגן דעם פארשוין פאר די פאלשע באריכט וואס ער האט פארציילט פאר די ערשטע הילף וואס זענען ערשינען צו זיין רוף

עווענטועל האט די שעריף'ס אפיס באשלאסן אז צוליב שווערע קערפערליכע לאגע אין וועלכע יענער געפונט זיך וועט זיין אומפראקטיש פאר די טורמע באאמטע זיך צו דארפן ספראווען מיט יענעם'ס געברויכן און וועט דעריבער לאזן יענעם אפשימלען אין שפיטאל און דערנאך אין זיין אייגן בעט
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17394
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

בבחינת 'שקר אין לו רגלים'..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42318
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א דייטשע מיליאנער איז געווארן באצייכנט אלס די וועלטס קארגסטע מאן און די רעדע איז פון עימיצער וועלכע פארמאגט בלויז 16 דאלאר אין זיין באנק קאנטע

דער פענסיאנער האט עכט געהאט אביסל מער געלט אין די באנק אבער נארואוס ארויסגעצויגן נאנט צו א מיליאן דאלאר זיך איינצוהאנדלען זיין 10'טע הויז אבער לעבט אן עקסטרעם שפארזאם לעבן דורך אוועקלייגן ארטיקען וואס געווענליכע מענטשן וואלטן שוין לאנג אוועקגעווארפן

ער מאכט אן איינדרוק פון א טיפישע היימלאזע פארשוין און ערנערט זיך פון עסנווארג וואס ער זוכט אויס אין מיסט קאסטנס אויף די גאסן זאגנדגי אז ער געפונט דארט פראדוקטן אין א גוטע צושטאנד וואס אומפאראנטווארטליכע מענטשן טראסקען ארויס אין די צייט וואס מען וואלט דערמיט געקענט שפייזן גרויסע פאמיליעס

ער מאכט זיכער צו קויפן זיינע געביידעס אין די געגנט וואו ער וואוינט אז ער זאל נישט דארפן האבן קיין אויטא נאר קענען אהינפארן מיט זיין ביציקל און אליינס פארריכטן ווען עפעס צוברעכט זיך און נישט דארפן דינגען קיין ארבעטער עס צו טוהן

מיינסטנס פון זיינע אפארטמענטס שטייען ליידיג צוליב וואס די סטאנדארד רענט פרייזן וואס ער קען רעכענען דעקט ניטאמאהל די קאסטן אויפצוהאלטן די דירות און ווי ער זאגט דארף ער סייווי נישט די געלט וואס ער וואלט געקענט פארדינען זינט ער פירט א לעבנסשטייגער וואס מאכן אים נישט אנגעוויזן אויף אזויפיהלגעלט

די באנק אקאונט וואס איז אויף די מינוט ליידיג וועט זיך שנעל צוריק אנפולן דורך די פענסיע געהאלט וואס פליסן דארט אריין און ער נוצט בלויז (סיידען אויף צו קויפן נאך הייזער וואס זאלן פוסטעווען) ארום 5 יורא פער מאנאט אויף עסן געברויכן וואס ער געפונט נישט אין די געווענליכע מיסט קאסטנס

פון זיינע איינציגסטע אנדערע אויסגאבן איז די אינטערנעט פארבינדונג פאר זיין לעפטאפ אבער א סעלפאון פארמאגט ער נישט ווייל דאס וואלט פארברענגט א קיימא לן פון 10 יורא פער מאנאט

דער חולה פארברענגט די גרעסטע טייל פון טאג ארומצורייזן די שטאטישע גאסן און טרעפן ארטיקלען וואס מענטשן האבן ארויסגעווארפן און טראץ וואס ער האט נישט קיין נוצן פון זיי טוישט ער עס אין מיט זיינע שכנים וואס קענען עס נוצן און זיי באצאהלן אים מיט עסן וואס זיי דארפן מער נישט

דער 80 יעריגער פארמאגט נישט קיינע נאנטע קרובים און ער שפעקולירט נאך פאר וועם איבערצולזאן זיין פארמעגן זאגנדיג אז ער גלויבט נישט אז די ירושה וועט צופאלן צו די ווייטע קוזינעס וואס ער האט ווייל זיי וועלן זיך נישט ערלויבן צו באצאהלן די הויכע ירושה שטייער און ער טראכט איבערצולאזן טייל פון די פראפערטיס פאר די טענעטס וואס וואוינען דארט
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פיפיות
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 3:10 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיפיות »

1.jpg
1.jpg (109.7 KiB) געזען 10857 מאל
#ענגלישע גראדקייט

קרעדיט @update
viewtopic.php?p=4947791#p4947791
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42318
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צוויי סטודענטן אין טיילאנד זענען אויפגעקומען מיט א פרישע איינפאל ווי אזוי צו לייזן אפאר טאלער

די קליקע איז געווארן באקאנט מיט ריעל עסטעיט סוחרים וואס מוטשען זיך אנצופולן געוויסע דירות וועלכע זענען געווארן באקאנט אלס פראבלעמאטיש נאך וואס פריערדיגע איינוואוינער האבן געהאט פראבלעמען דארט וואס מען האט תולה געווען און צוגעשריבן צו בייזע גייסטער וועלכע שוועבן דארט ארום

די צוויי זענען נישט גרייט צו זאגן פאר אייך ויהי נועם אבער רעקלאמירט זייער נייע סערוויס פון איבערשלאפן אין די שדים הייזער און אויב שטייען זיי אויף לעבעדיג גיבן זיי ארויס ספעציעלע שדים פריי סערטיפיקאטן וואס איז מאשר די הויז אלס וואוינונג וואס איז נישט פארפעסטיגט מיט קיינע רוחות אדער סיי וועלכע אנדערע איבלען

דער קאפשטיק פון די די נייע ביזנעס בארימט זיך אז ער גרייט צו אקצעפטירן יעדע מיסטישע סארט סערוויס זינט ער שרעקט זיך נישט פון די סארט זאכן אבער זיין פריינד און קאלעגע אנערקענט גראדע יא אז ער ציטערט פון די חברה

ער ערקלערט אבער אז ער איז איינגעגאנגען אויף די מיסיע טאקע ווייל ער וויל זיך איבערצייגן אז זיי עקזיסטירן נישט אין גלייכצייטיג פארדינען געלט אבער אין פאל זיי זענען ווירקליך דא נעמט ער נישט קיינע שאנסן און אויב וועלן זיי באקומען אנהאטן פאר זייער סערוויס וועט ער קומען באוואפנט מיט קספעציעלע מזל קייטלעך און אנדערע געצייג וואס זאלן אים באהיטן
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך פעברואר 28, 2024 5:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4974
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 3:34 pm
די צוויי זענען נישט גרייט צו זאגן פאר אייך ויהי נועם אבער...
...יא א גוי איבערצושלאפן..
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

ראטשילד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:32 pm
מיניטשער וועלט האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:08 am
*פרעזידענט ביידען ענטפערט בריוו פאר תלמידה פון בית רחל*

וויליאמסבורג - אלס טייל פון די לימודי חול אין די סאטמארער בית רחל מיידל וואס לערנען אין בנין ריספלער האבן די מיידלעך אפגעשיקט בריוון קיין וואשינגטאן צו די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, איינע פון די בריוון זענען אויסדערוועלט געווארן צו באקומען אן ענטפער.

אין די בריוו בעט די מיידל פונעם פרעזידענט צו שרייבן אביסל איבער זיך און איבער די ווייסע הויז, דער פרעזידענט האט אין א לענגערע בריוו פארציילט זיין לעבנס געשיכטע פון אלס קינד צו זיין פאטער וואס האט פארקויפט קארס אין דעלעווער ביז ווען ער אנגעקומען צום העכסטן פאסטן אין אמעריקע, ער האט אויך פארציילט איבער זיין פאמיליע און זיין הונט און קאץ, איבער די גרויסע צימערן אינעם ווייסן הויז, און איבער זיין ליבשאפט צו שאקאלאדן טשיפ אייזקרעם.

*זעמל,* אידישע נייעס וואס איר זעהט נישט אין ערגעץ

*צו באקומען אויף סטאטוס קליקט דא:*
https://wa.me/message/GI5J7Z6IZJB2E1

*צו באקומען אויף די גרופעס קליקט דא:*
https://chat.whatsapp.com/D7BVrj2UuA75iq2VEKcM9O
איך האף אז ער האט נישט גערעדט איבער זיינע ציונות שיטות...
איף בין שטארק באזארגט איבער זיין זכרון. ביי א באזוך אין ניו יארק האבעך אים געזען אריינרוקן וואנלע אייזקרים, #ער איז שוין נישט מיט אונז
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42318
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א 24 יעריגער האט זיך פארשטעלט ווי א פאליציי אפיציר און אריינשפאצירט אין די שאבאבו הויך שולע אין א שטאט אין אינדיע אין די צייט וואס סטודענטן האבן זיך געגרייט צו א גאר וויכטיגע פארהער וואס איז טייל פון וואס זיי דארפן אריבערגיין צו באקומען א סערטיפיקאט וואס באשטעטיגט אז זיי האבן זיך אויסגעצייכנט אין די לעקציעס

דער פארשוין האט געהאט א מיסיע צו באקומען צוטריט צו דיסטודענטן און ספעציפיש זיינס א שוועסטער און איר אריינרוימען אין אויער די ריכטיגע ענטפערס צו די פראגן צו פארזיכערן אז זי איז מצליח אין די בחינה

דער געטרייער ברודער האט זיך אבער אנגעשטויסן אין אן עכטע פאליציי אינספעקטאר און זיי שטאב וועלכע זענען ערשינען צו באאבאכטן די זיכערהייט און אונזער אפיציר האט זיך פרובירט צו האלטן רואיג און געמיטליך סאלוטירט די גרופע אבער די איבריג און אומגעווענטליכע פריינטליכקייט וואס ער האט זיי ארויסגעצוגט האט צולאזט די פוטער אויף זיין קאפ און געצויגן פארדאכטן איבער אים

זיי האבן אנגעהויבן פארזיכטיג באטראכטן זיין טראגע און און אויפגעפאסט פילע דיפערענצן צווישן זיין קליידונג און די געווענליכע פאלייצי אוניפארם און נאך אן אונטערזכונג האבן זייגעפונען אין זיינע קעשענעס בויגנס מיט פראגן און ענפטערס צו די פארהער וועלכע איז געווען אונטערוועגנס

עס איז נישט געווארן באריכטעט אויב מען האט גענוצט זיינע אייגענע קייטלעך אבער אזוי צו אזוי האט מען אים פארהאלטן און ארעסטירט און ער שטייט אויס א טורמע טערמין
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42318
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א מעקסיקאנע פרוי ווערט באשולדיגט אין באצאהלן געלט פאר א גרופע וואנדאלן וועלכע האבן אנגעשפריצט די ציכטיג ווייסע קלייד פון איר זוהן'ס כלה הארט בעפאר די חופה נאך וואס זי איז געווען אויסן אקעגן די שידוך

די שוויגער און ברודער'ס פונעם חתן האבן פון די ערשטע מינוט געקוקט מיט א קרום אויג אויף די שידוך זינט די כלה קומט נישט פון א פארמעגליכע פאמיליע און די צד החתן זענען די אייגנטומער פון א גוט גייענדיגע טויטן היים

די ברידער האבן פארפירט אז זי זוכט אריינצוקומען אין די משפחה בלויז צוליב זייער גוטע פינאנציעלע לאגע און נאך וואס די צוקונפטיגע שוועגערין האט אפגעווארפן אן אנבאט פון א שיינע סומע זיך אפצושאקלען פון זייער ברודער האבן זיי אנגעהויבן מיט די שאנטאזשירונגען און אויסגעשריבן די ווידערשפעניגע ברודער פון די ביזנעס
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42318
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

לא על אנש רחיצנא

א פרוי פון דרום קאראליינע וועלכע מוטשעט זיך מיט א זעלטענע סארט אלערגיע צו וואסער האט געגרונדעט א גרופע פון אנדערע מיט ענליכע ליידן

די באטרעפנדע זענען אזוי עמפינדליך אז בלויז קומען אין בארירונג מיט וואסער ברענגט זיך שמערצליכע הויט קראצעניש און זיי נעמען גאר זעלטן א שויער

די פראבלעם איז אז דאס זיך נישט ארומוואשן שטעלט זיי אויס צו מער קערפער שוויץ און די שווייס זעלבסט ברענגט די זעלבע רעאקציע
אוועטאר
שקר גמור
שר האלף
תגובות: 1055
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר גמור »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 05, 2024 12:02 pm
לא על אנש רחיצנא

א פרוי פון דרום קאראליינע וועלכע מוטשעט זיך מיט א זעלטענע סארט אלערגיע צו וואסער האט געגרונדעט א גרופע פון אנדערע מיט ענליכע ליידן

די באטרעפנדע זענען אזוי עמפינדליך אז בלויז קומען אין בארירונג מיט וואסער ברענגט זיך שמערצליכע הויט קראצעניש און זיי נעמען גאר זעלטן א שויער

די פראבלעם איז אז דאס זיך נישט ארומוואשן שטעלט זיי אויס צו מער קערפער שוויץ און די שווייס זעלבסט ברענגט די זעלבע רעאקציע
לא על 'איתתא' רחיצנא...
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42318
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ונמצא צבי שמור בתוכו

א הערש איז באמערקט געווארן ארומקלעטערן מיט זיין קאפ שטעקן אין א פלאסטישע קאנטעינאר אבער ביז האט אלארמירט פאר הילף איז ער פארשוואונדן געווארן צוריק אריין צווישן די בוימער און הויכע גראזן

אצינד מיט 12 טאג שפעטער האט מען אים ווידער געזעהן און דאסמאהל האט מען אים באצייטנס פארהאלטן און באמערקט א שפאלט וואס ער האט באוויזן צו לעכערן אין די כלי אז ער זאל קענען אטעמען און עסן אין די צייט וואס ער איז פארכאפט אין זיין צעל

רעטונג לייט האבן פארזיכטיג באזייטיגט די ענגע שטריימל און באפרייט די באשעפעניש צוריק צו די וויזן
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 11:26 am
ונמצא צבי שמור בתוכו

א הערש איז באמערקט געווארן ארומקלעטערן מיט זיין קאפ שטעקן אין א פלאסטישע קאנטעינאר אבער ביז האט אלארמירט פאר הילף איז ער פארשוואונדן געווארן צוריק אריין צווישן די בוימער און הויכע גראזן

אצינד מיט 12 טאג שפעטער האט מען אים ווידער געזעהן און דאסמאהל האט מען אים באצייטנס פארהאלטן און באמערקט א שפאלט וואס ער האט באוויזן צו לעכערן אין די כלי אז ער זאל קענען אטעמען און עסן אין די צייט וואס ער איז פארכאפט אין זיין צעל

רעטונג לייט האבן פארזיכטיג באזייטיגט די ענגע שטריימל און באפרייט די באשעפעניש צוריק צו די וויזן
שכח אווי אייביג!

מ'פאסמאסקעווע מיר זיך יעדן טאג פון פריש!

*וויזע
!Vox Populi, Vox Dei
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 11:26 am
ונמצא צבי שמור בתוכו

א הערש איז באמערקט געווארן ארומקלעטערן מיט זיין קאפ שטעקן אין א פלאסטישע קאנטעינאר אבער ביז האט אלארמירט פאר הילף איז ער פארשוואונדן געווארן צוריק אריין צווישן די בוימער און הויכע גראזן

אצינד מיט 12 טאג שפעטער האט מען אים ווידער געזעהן און דאסמאהל האט מען אים באצייטנס פארהאלטן און באמערקט א שפאלט וואס ער האט באוויזן צו לעכערן אין די כלי אז ער זאל קענען אטעמען און עסן אין די צייט וואס ער איז פארכאפט אין זיין צעל

רעטונג לייט האבן פארזיכטיג באזייטיגט די ענגע שטריימל און באפרייט די באשעפעניש צוריק צו די וויזן
אן אדווערטייזמענט פאר מיללער שטריימל
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42318
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

רגל על לשונו


א שטורעם איז אנטשטאנען אין אקלאהאומא ווען עלטערן האבן אויפגעהויבן א וויי געשריי אקעגן די שולע דיסטריקט נאך א רעקארדירונג וואס האט געצייגט ווי אזוי די קינדער נעמען אנטייל אין א פראגראם ווען די שולע האט אפגעהאלטן אין איר אזויגערופענע פילאנטראפיע וואך

אלס טייל פון די אקטיוויטעטן האבן די קינדער וועלכע האבן וואלונטירט זיך צו באטייליגן אינעם שפיל אפגעלעקט ניס פוטער און טשאקאלאדע וואס איז געווען ארויפגעשמירט אויף די דיקע פיס פינגער פון אנדערע סטודענטן

די פראיעקט האט אריינגעברענגט 152 טויזנט דאלאר וואס איז געגאנגען פאר וואוילטעטיגע צוועקן
זייצפריילעך
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 08, 2022 2:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייצפריילעך »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 05, 2024 12:02 pm
לא על אנש רחיצנא

א פרוי פון דרום קאראליינע וועלכע מוטשעט זיך מיט א זעלטענע סארט אלערגיע צו וואסער האט געגרונדעט א גרופע פון אנדערע מיט ענליכע ליידן

די באטרעפנדע זענען אזוי עמפינדליך אז בלויז קומען אין בארירונג מיט וואסער ברענגט זיך שמערצליכע הויט קראצעניש און זיי נעמען גאר זעלטן א שויער

די פראבלעם איז אז דאס זיך נישט ארומוואשן שטעלט זיי אויס צו מער קערפער שוויץ און די שווייס זעלבסט ברענגט די זעלבע רעאקציע
impossible
ס֥וֹף דָּבָ֖ר הַכֹּ֣ל נִשְׁמָ֑ע אֶת־הָֽאֱ' יְרָא֙ וְאֶת־מִצְוֹתָ֣יו שְׁמ֔וֹר כִּי־זֶ֖ה כָּל־הָֽאָדָֽם
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42318
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פראמינענטע קליידונג נעץ שלאגט פאר א 20 פראצענט דיסקאונט פאר קאנסומער וועלכע נעמען אנטייל אין זייער ראסע איינשלוס קורס וואס לערנט מענטשן צו דולדן און רעספעקטירן מינאריטעטן

גייט די קומענדיגע שטריימעל סעיל זיין מער צוגענגליך פאר די וועלכע זענען גרייט האבן א טעגליכע שיעור אין מוסר?
אוועטאר
קאלטער
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 7:43 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלטער »

זייצפריילעך האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 12:19 am
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 05, 2024 12:02 pm
לא על אנש רחיצנא

א פרוי פון דרום קאראליינע וועלכע מוטשעט זיך מיט א זעלטענע סארט אלערגיע צו וואסער האט געגרונדעט א גרופע פון אנדערע מיט ענליכע ליידן

די באטרעפנדע זענען אזוי עמפינדליך אז בלויז קומען אין בארירונג מיט וואסער ברענגט זיך שמערצליכע הויט קראצעניש און זיי נעמען גאר זעלטן א שויער

די פראבלעם איז אז דאס זיך נישט ארומוואשן שטעלט זיי אויס צו מער קערפער שוויץ און די שווייס זעלבסט ברענגט די זעלבע רעאקציע
impossible
Screenshot_20240307_095038_Chrome.jpg
Screenshot_20240307_095038_Chrome.jpg (134.45 KiB) געזען 771 מאל
אין עוד מלבדו!!!!!
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42318
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עס איז איינגעפירט אז רייכע פיגורן פארטיילן געלט און געשאנקן אין די צייט וואס זיי מאכן א שמחה

ווי עס שיינט איז עס געווען א פרייליכע געשעעניש פאר די געוועזענע פרוי פון דזשעף בעזאס איבערצומישן די בלאט און אצינד ווען די אפיציעלע שיידונג פראצעדור איז קאמפלעט האט זי באשלאסן צו פייערן די מאמענט מיטן ביישטייערן 14 ביליאן דאלאר צווישן מער פון 1600 וואוליטעטיגע ארגאנאזאציעס
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”