מוחאמעד יוסף איז א 43 יעריגער פאליציי אפיציר אינערהאלב די שיקאגאו פאליציי דעפארטמענט און טראגט אצינד אריין אן אנקלאגע אין געריכט אקעגן די דעפארטמענט וועלכע האט אפגעזאגט זיין פארלאנגט צו טוישן זיין ראסע אידענטיפיקאציע
דער אפיציר איז דערווייל רעגיסטרירט אלס ווייסע מאן וואס קומט פון די קאווקאזן און האט אריינגעטראגן א ביטע אז מען זאל אים רעכענען אלס אן אפריקאנע אמעריקאנע מצרי זאגנדיג אז ער האט צוגעשטעלט DNA באווייזן וואס האבן געפונען עגיפטישע יחוס אין זיין בלוט עקזעמפלארן
יוסף פון מצרים באקלאגט זיך אז די דעפארטמענט רעכנט די סטאטוסן פון בריות משונות באזירט אויף זייערע קאפריזן אנשטאט אויף זייער ביאלאגישע צוזאמשטעל אבער איגנארירט זיינע פארלאנגען אים צו קלאסיפיצירן אין די ראסע וואו ער געהער לויט פאקטישע באווייזן וואס ער האט צוגעשטעלט
ער באשולדיגט אז דאס דיסקרימינירט אקעגן אים צוליב וואס עס בלאקירט אים פון זיך אריינבאקומען אין די מינאריטעט געמיינדע אינערהאלב די דעפארטמענט וועלכע געניסט פון פיל בעסערע מעגליכקייטן און געלעגנהייטן צו שטייגן אין ראנג
פלארידאקטוירים האבן סוקסעספול באוויזן אויסצוראטן א נעסט פון 150 לעבעדיגע דזשוקעס וועלכע האבן אומלעגאל אימיגרירט און זיך באזעצט אין די נאז קאנאלן פון א מאן אין דזשעקסאנוויל
די באשעפענישן וועלכע האבן גענעסטעוועט אין אפערירט אין די אקופטירטע טעריטאריע זענען געווען אין פארשידענע מאסן און טייל פון זיי אזוי גרויס ווי די אויבערשטע דריטל פון א זרת פינגער און בילדער פון די סצענע צייגן אז די שטח איז מער ווי גענוג גרויס צו אקאמאדירן די פלטים
*פרעזידענט ביידען ענטפערט בריוו פאר תלמידה פון בית רחל*
וויליאמסבורג - אלס טייל פון די לימודי חול אין די סאטמארער בית רחל מיידל וואס לערנען אין בנין ריספלער האבן די מיידלעך אפגעשיקט בריוון קיין וואשינגטאן צו די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, איינע פון די בריוון זענען אויסדערוועלט געווארן צו באקומען אן ענטפער.
אין די בריוו בעט די מיידל פונעם פרעזידענט צו שרייבן אביסל איבער זיך און איבער די ווייסע הויז, דער פרעזידענט האט אין א לענגערע בריוו פארציילט זיין לעבנס געשיכטע פון אלס קינד צו זיין פאטער וואס האט פארקויפט קארס אין דעלעווער ביז ווען ער אנגעקומען צום העכסטן פאסטן אין אמעריקע, ער האט אויך פארציילט איבער זיין פאמיליע און זיין הונט און קאץ, איבער די גרויסע צימערן אינעם ווייסן הויז, און איבער זיין ליבשאפט צו שאקאלאדן טשיפ אייזקרעם.
הכל הבלהאט געשריבן:↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:24 pm
פלארידאקטוירים האבן סוקסעספול באוויזן אויסצוראטן א נעסט פון 150 לעבעדיגע דזשוקעס וועלכע האבן אומלעגאל אימיגרירט און זיך באזעצט אין די נאז קאנאלן פון א מאן אין דזשעקסאנוויל
די באשעפענישן וועלכע האבן גענעסטעוועט אין אפערירט אין די אקופטירטע טעריטאריע זענען געווען אין פארשידענע מאסן און טייל פון זיי אזוי גרויס ווי די אויבערשטע דריטל פון א זרת פינגער און בילדער פון די סצענע צייגן אז די שטח איז מער ווי גענוג גרויס צו אקאמאדירן די פלטים
די האועל קאונטי שעריף אין מיזורי פארשט אויס א פאל פון א 60 יעריגע מאן וועלכע איז געווארן אריינגעפירט אין שפיטאל נאכן פארלירן ביידע פיס אין א טראקטאר עקסידענט
די איינציגסטע באשטעטיגטע פאקט אין יענעם'ס ווערסיע איז אז ער איז פיסלאז אבער פילע פראגן זענען אויפגעשווימען אין די קעיס אריינגערעכנט אז די פיס זענען נישט צום געפונען און אז יענער איז שוין געווען פאראליזירט אויף די פיס נאך בעפאר די אינצידענט און עס הערט זיך מאדנע אז ער זאל האבן געארבעט מיט א טראקטאר
ווי עס שטעלט זיך ארויס האט ער אין יענע צייט געהאט צוגאסט א פארשוין פון פלארידא פאר וועם ער האט באצאהלט אפצוהאקן ביידע פיס מיט א האק און די פלאן איז געווען אז ווויבאלד די פיס זענען שוין סייווי נוצלאז וועט מען עס באזייטיגן פאריצירן א טראקטאר אינצידענט געשיכטע און קלעימען די אינשורענס פירמע
די שעריף קען אים נישט אנקלאגן מיט אינשורענס שווינדל זינט יענער האט נאכנישט פארכאפט צו פיילן די פאלשע אינשורענס קלעים אבער ער איז געווען אזוי אויפגעברויזט אויף די צייט פארשווענדעט צו פארשן די קעיס אז זיין אפיס האט געקלערט כאטש צו קלאגן דעם פארשוין פאר די פאלשע באריכט וואס ער האט פארציילט פאר די ערשטע הילף וואס זענען ערשינען צו זיין רוף
עווענטועל האט די שעריף'ס אפיס באשלאסן אז צוליב שווערע קערפערליכע לאגע אין וועלכע יענער געפונט זיך וועט זיין אומפראקטיש פאר די טורמע באאמטע זיך צו דארפן ספראווען מיט יענעם'ס געברויכן און וועט דעריבער לאזן יענעם אפשימלען אין שפיטאל און דערנאך אין זיין אייגן בעט
די צוויי זענען נישט גרייט צו זאגן פאר אייך ויהי נועם אבער רעקלאמירט זייער נייע סערוויס פון איבערשלאפן אין די שדים הייזער און אויב שטייען זיי אויף לעבעדיג גיבן זיי ארויס ספעציעלע שדים פריי סערטיפיקאטן וואס איז מאשר די הויז אלס וואוינונג וואס איז נישט פארפעסטיגט מיט קיינע רוחות אדער סיי וועלכע אנדערע איבלען
דער קאפשטיק פון די די נייע ביזנעס בארימט זיך אז ער גרייט צו אקצעפטירן יעדע מיסטישע סארט סערוויס זינט ער שרעקט זיך נישט פון די סארט זאכן אבער זיין פריינד און קאלעגע אנערקענט גראדע יא אז ער ציטערט פון די חברה
הכל הבלהאט געשריבן:↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 3:34 pm
די צוויי זענען נישט גרייט צו זאגן פאר אייך ויהי נועם אבער...
...יא א גוי איבערצושלאפן..
as of my info.
מפתח הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו... (איל משולש להגר''א מווילנא)
*פרעזידענט ביידען ענטפערט בריוו פאר תלמידה פון בית רחל*
וויליאמסבורג - אלס טייל פון די לימודי חול אין די סאטמארער בית רחל מיידל וואס לערנען אין בנין ריספלער האבן די מיידלעך אפגעשיקט בריוון קיין וואשינגטאן צו די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, איינע פון די בריוון זענען אויסדערוועלט געווארן צו באקומען אן ענטפער.
אין די בריוו בעט די מיידל פונעם פרעזידענט צו שרייבן אביסל איבער זיך און איבער די ווייסע הויז, דער פרעזידענט האט אין א לענגערע בריוו פארציילט זיין לעבנס געשיכטע פון אלס קינד צו זיין פאטער וואס האט פארקויפט קארס אין דעלעווער ביז ווען ער אנגעקומען צום העכסטן פאסטן אין אמעריקע, ער האט אויך פארציילט איבער זיין פאמיליע און זיין הונט און קאץ, איבער די גרויסע צימערן אינעם ווייסן הויז, און איבער זיין ליבשאפט צו שאקאלאדן טשיפ אייזקרעם.
א 24 יעריגער האט זיך פארשטעלט ווי א פאליציי אפיציר און אריינשפאצירט אין די שאבאבו הויך שולע אין א שטאט אין אינדיע אין די צייט וואס סטודענטן האבן זיך געגרייט צו א גאר וויכטיגע פארהער וואס איז טייל פון וואס זיי דארפן אריבערגיין צו באקומען א סערטיפיקאט וואס באשטעטיגט אז זיי האבן זיך אויסגעצייכנט אין די לעקציעס
דער פארשוין האט געהאט א מיסיע צו באקומען צוטריט צו דיסטודענטן און ספעציפיש זיינס א שוועסטער און איר אריינרוימען אין אויער די ריכטיגע ענטפערס צו די פראגן צו פארזיכערן אז זי איז מצליח אין די בחינה
דער געטרייער ברודער האט זיך אבער אנגעשטויסן אין אן עכטע פאליציי אינספעקטאר און זיי שטאב וועלכע זענען ערשינען צו באאבאכטן די זיכערהייט און אונזער אפיציר האט זיך פרובירט צו האלטן רואיג און געמיטליך סאלוטירט די גרופע אבער די איבריג און אומגעווענטליכע פריינטליכקייט וואס ער האט זיי ארויסגעצוגט האט צולאזט די פוטער אויף זיין קאפ און געצויגן פארדאכטן איבער אים
זיי האבן אנגעהויבן פארזיכטיג באטראכטן זיין טראגע און און אויפגעפאסט פילע דיפערענצן צווישן זיין קליידונג און די געווענליכע פאלייצי אוניפארם און נאך אן אונטערזכונג האבן זייגעפונען אין זיינע קעשענעס בויגנס מיט פראגן און ענפטערס צו די פארהער וועלכע איז געווען אונטערוועגנס
א מעקסיקאנע פרוי ווערט באשולדיגט אין באצאהלן געלט פאר א גרופע וואנדאלן וועלכע האבן אנגעשפריצט די ציכטיג ווייסע קלייד פון איר זוהן'ס כלה הארט בעפאר די חופה נאך וואס זי איז געווען אויסן אקעגן די שידוך
די שוויגער און ברודער'ס פונעם חתן האבן פון די ערשטע מינוט געקוקט מיט א קרום אויג אויף די שידוך זינט די כלה קומט נישט פון א פארמעגליכע פאמיליע און די צד החתן זענען די אייגנטומער פון א גוט גייענדיגע טויטן היים
די ברידער האבן פארפירט אז זי זוכט אריינצוקומען אין די משפחה בלויז צוליב זייער גוטע פינאנציעלע לאגע און נאך וואס די צוקונפטיגע שוועגערין האט אפגעווארפן אן אנבאט פון א שיינע סומע זיך אפצושאקלען פון זייער ברודער האבן זיי אנגעהויבן מיט די שאנטאזשירונגען און אויסגעשריבן די ווידערשפעניגע ברודער פון די ביזנעס
א שטורעם איז אנטשטאנען אין אקלאהאומא ווען עלטערן האבן אויפגעהויבן א וויי געשריי אקעגן די שולע דיסטריקט נאך א רעקארדירונג וואס האט געצייגט ווי אזוי די קינדער נעמען אנטייל אין א פראגראם ווען די שולע האט אפגעהאלטן אין איר אזויגערופענע פילאנטראפיע וואך
אלס טייל פון די אקטיוויטעטן האבן די קינדער וועלכע האבן וואלונטירט זיך צו באטייליגן אינעם שפיל אפגעלעקט ניס פוטער און טשאקאלאדע וואס איז געווען ארויפגעשמירט אויף די דיקע פיס פינגער פון אנדערע סטודענטן