Re: נייעס מיט א שמייכל
די געטרייע מוטער איז געווען אויסן זיכער צו מאכן אז די טשעפנאק אין כתה וועלכע רויבט אוועק קינד'ס געטראנק וואס ער נעמט מיט זיך אין שולע באקומט זיין כוס התרעלה און פארגלוסט זיך מער נישט צו בארויבן איר זוהן
זי האט אריינגעמישט לימענע, זאלץ און עסיג אין די אומשולדיג אויסזעענדע געטראנק און ווען דאס קינד האט עס אן קיין אנדערע אפציע געמוזט גיבן פארן דיקטאטור אין קלאס האט יענער נאכנישט עספיעט אויסצוטרונקן די פולע געמויזעכטץ ווען עס האט אים אנגעהויבן איבלען און באפאלן א שטארקע קאפווייטאג און ערשטע הילף האבן אים אפגעפירט אין שפיטאל
די מוטער איז געווארן ארעסטירט פארן בייזוויליג פארפעסטיגן און קראנק מאכן א קינד און ארויסגעלאזט פאר טויזנט דאלאר בעיל