Re: נייעס מיט א שמייכל
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: הבל, מעכטיג, הערשט איצט געמערק דאס אשכול, ס'צייט זאלסט עפענען א נאטיפיקאציע אשכול איבער אלע דיינע נייע אשכולות
יישר!
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: הבל, מעכטיג, הערשט איצט געמערק דאס אשכול, ס'צייט זאלסט עפענען א נאטיפיקאציע אשכול איבער אלע דיינע נייע אשכולות
הכל הבל האט געשריבן: קאנגרעס דעבאטירט היינט א ביל וועלכע קען בענעפיטירן טראמפ
די ביל זוכט צו פארבאטן דיסקרימינאציע אין די האוזינג אינדוסטריע און אקעגן ארבעטער באזירט אויף די וועלכע האר זיי האבן און איבער די סטיל וועלכע זיי פארקעמען עס
א פרייליכן שושן פורים און א לעכטיגן שבת!
הכל הבל האט געשריבן: די טרעזשוראר אין וויליאמסאן קאונטי אילינאי איז עשלי גאט און לויפט פאר ווידערערוויילונג אבער שטייט אויס א פריימערי פארמעסט דורך עימיצער מיטן נאמען עשלי גאט
א צופאל? נישט ממש נאר יענע האט אפיציעל געטוישט איר ארגינעלע נאמען וועלכע איז געווען ערין פערי צו זיין די זעלבע פון איר אפאנענט און ביידע וועלן קאנדידירן אויפן בעלאט מיטן זעלבן נאמען
פאר אונז אידן איז עס נישט ווערד מער ווי א שמייכל און מיר גלויבן בלויז אין איין אמת'ע ג-ט
עפעס אנדערש האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן: די טרעזשוראר אין וויליאמסאן קאונטי אילינאי איז עשלי גאט און לויפט פאר ווידערערוויילונג אבער שטייט אויס א פריימערי פארמעסט דורך עימיצער מיטן נאמען עשלי גאט
א צופאל? נישט ממש נאר יענע האט אפיציעל געטוישט איר ארגינעלע נאמען וועלכע איז געווען ערין פערי צו זיין די זעלבע פון איר אפאנענט און ביידע וועלן קאנדידירן אויפן בעלאט מיטן זעלבן נאמען
פאר אונז אידן איז עס נישט ווערד מער ווי א שמייכל און מיר גלויבן בלויז אין איין אמת'ע ג-ט
וויאזוי וועט מען וויסן פאר וועמען מען האט געשטימט?
(איך פרעג, ווייל איך האב געהאט געטראכט פון דעם געדאנק).
הכל הבל האט געשריבן: נאך זיין אגרעסיווע פארהער אויף די ריכטער דזשיקסאן פארלאפענע מיטוואך איז סענאטאר קרוז אויפגעכאפט געווארן נאכקוקנדיג זיין נאמען אויף טוויטער וועלנדיג מעסטן די רעאקציע
הכל הבל האט געשריבן: ניו העמפשיר גאווערנאר קריס סונונו (ר) איז געפרעגט געווארן אויב טראמפ איז נישט מיט אלעמען און זאגט אז ער קען נישט זאגן אז ער איז גענוג צודרייט אז מען וואלט אים אריינגעשטעלט אין א נארן הויז אבער גענוג צופידלט אז אויב וואלט ער דארט געווען וואלט מען אים נישט ארויסגעלאזט

הכל הבל האט געשריבן: די פייער דעפארטמענט אין ברינען וואשינגטאן סטעיט האבן ערהאלטן א רוף פון א פרוי אין אירע פערציגער יארן וועלכע האט זיך געבעטן אז מען זאל איר ארויסראטעווען נאכן ווען געשטראנדעט אין א בית הכבוד
די אינצידענט האט פאסירט ווען זי האט באסזוכט ביי די אלימפיק נאציאנאלע ווואלד און איר טעלעפאן איז אריינגעפאלן אהין און זי האט עס פרובירט צו ראטעווען און עווענטועל האט זי זיך געמוזט פארבונדן מיט שטריק וועלכע מען נוצט איינצובונדן הינט אבער ביי א געוויסע פונקט האט זי אריינגעטראסקעט ראשה למטה זיך טרעפנדיג גאנץ אונטן
אונטן אינעם פובליק ארויסגאנג איינריכטונג האט מען איר מזמין געווען די רפואה למכה טרעפנדיג דארט איר געזוכטע טעלעפאן וועלכע האט איר ערמעגליכט צו אלארמירן פאר הילף ומבטן שאול שועתי נאכן פארוויילן דארט פאר ארום 20-15 מינוט און ווען ערשטע הילף איז ערשינען האט מען איר צוגעבונדן צו שטריק און ארויסגעצויגן פון דארט געזונט און פריש
הכל הבל האט געשריבן: האט מען איר צוגעבונדן צו שטריק און ארויסגעצויגן פון דארט פריש
הכל הבל האט געשריבן: קאנעטיקוט סטעיט הויז באשטעטיגט צו באצייכענען די לאלי פאפ אלץ די אפיציעלע סטעט צוקערל
הכל הבל האט געשריבן: א 72 יעריגע מאן פון טיילאנד האט ענדגילטיג באשלאסן צו פארברענען די געביין פון זיין פארשטארבענע פרוי
די פרוי איז שוין אפגעשטארבן פאר מער פון צוויי יאר צענדליג צוריק אבער דער געטרייע מאן האט זך נישט געקענט אפגעזעגענען פון איר און און איר געהאלטן אין זיין היים רעדנדיג און שמועסנדיג מיט איר ווי גלייך זי וואלט ווען געלעבט
מעגליך אז ער האט געוואלט האבן די פארגעניגן פון קענען פאסן באשלוסן און האבן די לעצטע ווארט אין שטוב און נישט געהאט קיין געלעגנהייט אין אירע לעבנסטעג
דורש אל המתים
הכל הבל האט געשריבן: מען ווארט נאך צו זעהן וואס עס גייט זיך אויסקאכן ביי די אלגעמיינע וואלן אין די פארמעסט אין ארעגאן'ס פיפטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וואו א ליבעראלע קאנדידאט האט באזיגט דעם מעסיגן דעמאקראט אין די פריימערי אבער סופרי גיטין האלטן אן א נאנטע אויג אויף ווער עס וועט עווענטועל זיגן
ביז דערווייל האבן אלע 5 וועלכע געהאלטן די זיץ זיך צושיידט פון זייערע פרויען אין די צייט וואס זיי האבן סערווירט אין קאנגרעס