Re: "לעיק-פראנט" נייע היימישע יישוב אין פלארידע
א דאנק אייך פארן זיך איינהאלטן פין אראפרייסן באמת'דיג שיין פין אייך!!!!מאטל שניידער האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 15, 2024 5:39 pmאיך וויל נישט אראפרייסן, כ'האלט מיך איין. הער אויס דעם אפדעיט, זאג מיר וואס "מ'הערט"?
לאמיר זאגן אז ער זאגט נישט גארנישט דארטן וואס איז אבער דא למען השם אראפצירייסן וועגן דעים?
לאמיר אייך געבן צי פארשטיין וואס דעי אפדעיט איז:
עס איז דא א הינדערט צי 2 הינדערט (איך בין נישט קיין אינסיידער סאו איך ווייס נישט קיין נאמבער'ס) וואס האבן שוין געמאכט א החלטה מיטן אויבערשטענס הילף אין מיטן רבין'ס כח זיך אויפציהייבן אין מופן, יעצט דעי מענטשן זענען אבוויעסלי נישט פין די ערב רב וואס זיכן צי אראפרייסן (אין האלטן זיך איין....) וכ"ו וכ"ו ווייל ווען יא וואלטן זיי נישט געמאכט די החלטה כמובן. זיי זענען גרייט צי ווארטן מיט געדילד אין זיי פארשטייען אז זאכן נעמען לענגער ווי מען מיינט עס קען טאקע זיין פראסטערעיטינג יא אמת (אין מענטשן האבן שוין ארויסגעבעקט דערוועגן) אבער מען ווארט שיין אין די ליניע ווי א וואוילע טאטע'לע ביז עס וועט פאלן אין פלאץ אין די צייט וועט זיין רייף
יעצט דעי אפדעיט איז בסך הכל געמאכט צי מודיע זיין פאר די עולם אז די זאך איז נישט איינגעשלאפן אין די אינוועסטירער זענען נאך נישט געגאנגען באנקראט אין מען ארבעט ווייטער אויף אלע פראנטן!
דעטס איט!
(טעאריע: די זאך איז געגאנגען שלאפן, די אינוועסטירס האבן באנקראטירט! זיי ווילן אריינער'ן דעים ציבור צי סיינען קאנטרעקט אין דורך דעים בגנב'נען דעם עולם אין צירוק מאכן זייער שאדן! קרעדיט@ טאקער קארלעסאן )
יעדע מענטש/חסידות/קרייז האט זיך זיין "מאיר'קע" און זיין "ציונות"