Sour dough חלה
כ'ווייס נישט אויב ס'זאל ווערן אנגערופן א 'טרענד' אדער גאר א פיינע און וויכטיגע אפגרעיד, אבער אין די לעצטע געציילטע יארן, און אין די לעצטע יאר אליין בכפלי כפלים, האט זיך פארשפרייט (דאהי אין ניו יארק זיכער) די זויערע חלות וואס ווערט שוין היינט פארקויפט אין רוב בעקערייען און נאכמער דורך פריוואטע מענטשען וועלכע זאגן צו אז 'נאר' זייערע איז די 'עכטע' זויערע טייג וועלכע מאכט די מאגן פארדייען בעסער די שבת סעודות.
דער שווערט קודש קדשים אז אן דעם טוט זיך א חורבן אינעם גוף נאך א שבת סעודה און די מאגן טיילט מיט איר עגמת נפש מיט אירע חברים הדרים העיר אחת..., בשעת אנדער שרייען לאז מיר צוריה, אלע יארן איז מיר גוט געווען אזוי, כ'האב עס דורכגעלעבט ביז היינט וועל איז ווייטער לעבן בעז"ה...
וואס איז די עקפיריענס פונעם היגע עולם איבער דעם?
און אויב די עולם קען אריינקומען ווער האט 'טאקע' די בעסטע...