Re: Sour dough חלה
מ׳דארף האבן כאטשיג א tablespoon סטארטערBorough Park האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 2:02 pmקען מיך איינער אויסלערנען וויאזוי מ’מאכט sour dough חלה?
מ׳קען נאר ניצן געבאטעלטע וואסער און אויפגעקאכטע וואסער (פאר ווארעם וואסער) און גיטע קוואליטי מעל - קאמפעניס quality אדער king Arthur בעפארצוגט.
בעסט צי ניצן נאר פלעסטיק אדער האלצערנע געשיר
אינגרידיענס
1 tablespoon סטארטער
560 גראם מעל
50 גראם whole wheat מעל
410 גראם וואסער
10 גראם זאלץ
כאטשיג 6 שעה פארן אנהייבן (קען זיין די נאכט פריער) לייג צו 60 גראם וואסער און 60 גראם מעל. מיש עס גיט אויס.
6 שעה שפעטער
לייג און א bowl אריין 325 גראם ווארעם וואסער און 100 גראם פון די סטארטער. מיש אויס די סטארטער מיט די וואסער ביז עס ווערט רינעדיג.
לייג צו 450 גראם מעל און 50 גראם whole wheat מעל. קנעט ביז עס ווערט א טייג און לאז זיצן פאר 30 מינוט.
לייג צו 10 גראם זאלץ און 25 גראם וואסער און מיש עס אויס (ס׳גייט ווערן א נאסע טייג) און לאז זיצן פאר 30 מינוט.
מען דארף מאכן stretch and fold פינעף מאל, אפגערוקט 30 מינוט (לאז זיצן 30 מינוט צווישן איינס און די אנדערע)
סטרעטש ענד פאלד:
מ׳מאכט נאס די הענט, מ׳כאפט אן איין זייט פון די טייג, סטערטש די טייג אויף ארויף ביז ווי ס׳גייט אבער עס זאל זיך נישט צו רייסן, פאלד עס ארויף אויף די טייג, טי די זעלבע זאך ארום די טייג ביז אלע זייטן זענען געווארן געסטרעטשט (געווענליך 3 מאל).
שפריץ מעל אויפן טיש און לייג ארויף די טייג דערויף און לאז זיצן פאר 20 מינוט.
מאך די טייג און א באלי:
די חלק טייג וואס איז געלעגן אונטען פון די bowl איז שענער ווי די אויבערשטע חלק (וואס מ׳האט געמאכט סטרעטש ענד פאלד), ארבעט אויף די אויבערשטע חלק. סטרעטש ענד פאלד נאר די זייטן (רעכטס און לינקס), דערנאך ראלל די טייג (פון אויבן אראפ) צו באדעקן די פאלדס.
לייג עס אריין און א benetton (די נישט שיינע זייט אויף ארויף), לייג עס אריין און א 2 gal זיפלאק בעג און לאז זיצן פאר 2 שעה. דערנאך לייג עס און פרידזשידער פאר 1-3 טעג.
ווען גרייט צו באקן
פריהיט אויבן צו 500
גיס אויס די טייג (נישט שיינע זייט אויף אראפ) פון די בענעטאן ארויף אויף א פארשמענט פעיפער.
לייג עס אריין און א Dutch oven.
לייג אריין אין אויבן פאר 20-22 מינוט אויף 500
ריק אראפ אויבן צו 450 און באק פאר נאך 30 מינוט.
נעם ארויס די חלה פון די Dutch oven, נעם אראפ די פארשמענט פעיפער און לאז זיצן איבערגעדרייטערהייט זיך אפצוקילן.
מיט א גוטען אפעטיט