ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1853
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

משה פערל האט געשריבן: ייש"כ נאכאמאל פאר די אלע חיזוק

יעדעס מאל וואס ס'קומט ארויף די שווערקייט פון נישט האבן וואטסעפפ פאר די ביזנעס, קום איך אהער שעפן חיזוק.

סאו לאמיר אויך האבן א חלק אין דעם..
אשריך ואשרי חלקך
און איך גלייב אז אסאך יודן האבן אויך גענומען חיזוק פון אייך.
כמים פנים אל פנים...!
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
How Is Your Day
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:22 pm

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך How Is Your Day »

משה פערל האט געשריבן: ייש"כ נאכאמאל פאר די אלע חיזוק

יעדעס מאל וואס ס'קומט ארויף די שווערקייט פון נישט האבן וואטסעפפ פאר די ביזנעס, קום איך אהער שעפן חיזוק.

העל מיר עס געבן פאר דער וואס פארדינט עס!
ערשט יעצט געליינט די אשכול פון אנהייב ביזן סוף, ס'לאזט זיך נישט גלייבן אז ס'דא אזעלכע אידן!
גייטס אן!
האלטס ענק שטארק!
"חזק חזק" האלטס ענק שטארק, "ונתחזק" וועלן מיר אלע געשטארקט ווערן!
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2495
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע:טשעכיי

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

שוין 3 טעג וואס איך וואלגער זיך ארום אן קיין מנוחה די אשכול האט מיר שרעקליך צעשאקלט "ווי בין איך"
אבער איך קען ליידער נישט אויפגעבן וואטסעפפ ווייל איך דארף עס פאר די ארבעט

אין ווי אויך ווער עס קען מיר ווייסט אז איך ליג זייער שטארק און נייעס וואס ליידער מאכט עס מיר חרוב ווייל איך געב אוועק גאנצע טעג אין נעכט אויף הבלים

ווער עס ווייסט איינע פון די שטארקע רייץ פון וואטסעפפ איז סטאטוס אין איינע פין די טאקטוקען פון סטאטוס איז די פינטעלע וואס קומט ארויף ווען עס איז דא נייע חידושים דעמאץ ווערט א רייץ צי קוקען די סטאטוס

די לעצטע דריי נעכט זייט איך האב געליינט די אשכול שלאף איך נישט אז רייסט פון מיר שטיקער וואס גייט זיין מיט מיר איך בין ראשו ורבו ושלחנו אין שטותים מיט הבלים עס מאכט חרוב מיין לעבן
אבער איך קען נישט איך קען ממש נישט איך בין ממש ציגעקלעבט דערצו

יעצט האב איך גענומען די שטארקייט אין MUTE סטאטוס איך ווייס אז עס איז ממש גארנישט צי די חברה דא וואס האבן און גאנצען אויף געגעבען וואטסעפפ אבער ווען עטס זאלטס וויסען ווי שווער עס קומט מיר אן וואלט עטס פארשטאנען מיין שווערע דורכגאנג

די אויבערשטער איך זאל זיך קענען האלטען
לעצט פארראכטן דורך שקר אום דאנערשטאג מאי 12, 2022 12:39 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מען האט געלייגט אויף מיר א געג ארדער
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3257
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע:יעצט בין איך דא

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

שקר האט געשריבן: שוין 3 טעג וואס איך וואלגער זיך ארום די אשכול האט מיר צעשאקלט
אבער איך קען זיך נישט אויפגעבן וואטסעפפ ווייל איך ארבעט א גאנצע טאג אויף וואטסעפפ

אין ווי אויך ווער עס קען מיר ווייסט אז איך לעב זייער שטארק אויף נייעס דאס מאכט מיר פריש

ווער עס ווייסט איינע פון די שטארקע רייץ פון וואטסעפפ איז סטאטוס אין איינע פין די טאקטוקען פון סטאטוס איז די פינטעלע וואס קומט ארויף ווען עס איז דא נייע חידושים דעמאץ ווערט א רייץ צי קוקען די סטאטוס

די לעצטע דריי נעכט זייט איך האב געליינט די אשכול שלאף איך נישט אז רייסט פון מיר שטיקער וואס גייט זיין מיט מיר איך בין ראשו ורבו ושלחנו אין שטותים מיט הבלים עס מאכט חרוב מיין לעבן
אבער איך קען נישט איך קען ממש נישט איך בין ממש ציגעקלעבט דערצו

יעצט האב איך גענומען די שטארקייט אין MUTE סטאטוס איך ווייס אז עס איז ממש גארנישט צי די חברה דא וואס האבן און גאנצען אויף געגעבען וואטסעפפ אבער ווען עטס זאלטס וויסען ווי שווער עס קומט מיר אן וואלט עטס פארשטאנען מיין שווערע דורכגאנג

די אויבערשטער איך זאל זיך קענען האלטען

איך בין מיט דיר 100%
איך פלעג האבן סטאטוס, ס'איז שרעקליך אדיקטיוו!
מ'דארף האבן גאר שטארקע כוחות דאס צו בלאקן, די ערשטע פאר טעג פילט מען ווי מ'פארפאסט די נייעס אבער די רוהיגקייט נאכדעם איז נישט צום באשרייבן...

(דעיס איז חוץ די איבריגע פיר שעה וואס מ'פארדינט איבערן טאג)
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2495
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע:טשעכיי

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

איש האשכולות האט געשריבן:
שקר האט געשריבן: שוין 3 טעג וואס איך וואלגער זיך ארום די אשכול האט מיר צעשאקלט
אבער איך קען זיך נישט אויפגעבן וואטסעפפ ווייל איך ארבעט א גאנצע טאג אויף וואטסעפפ

אין ווי אויך ווער עס קען מיר ווייסט אז איך לעב זייער שטארק אויף נייעס דאס מאכט מיר פריש

ווער עס ווייסט איינע פון די שטארקע רייץ פון וואטסעפפ איז סטאטוס אין איינע פין די טאקטוקען פון סטאטוס איז די פינטעלע וואס קומט ארויף ווען עס איז דא נייע חידושים דעמאץ ווערט א רייץ צי קוקען די סטאטוס

די לעצטע דריי נעכט זייט איך האב געליינט די אשכול שלאף איך נישט אז רייסט פון מיר שטיקער וואס גייט זיין מיט מיר איך בין ראשו ורבו ושלחנו אין שטותים מיט הבלים עס מאכט חרוב מיין לעבן
אבער איך קען נישט איך קען ממש נישט איך בין ממש ציגעקלעבט דערצו

יעצט האב איך גענומען די שטארקייט אין MUTE סטאטוס איך ווייס אז עס איז ממש גארנישט צי די חברה דא וואס האבן און גאנצען אויף געגעבען וואטסעפפ אבער ווען עטס זאלטס וויסען ווי שווער עס קומט מיר אן וואלט עטס פארשטאנען מיין שווערע דורכגאנג

די אויבערשטער איך זאל זיך קענען האלטען

איך בין מיט דיר 100%
איך פלעג האבן סטאטוס, ס'איז שרעקליך אדיקטיוו!
מ'דארף האבן גאר שטארקע כוחות דאס צו בלאקן, די ערשטע פאר טעג פילט מען ווי מ'פארפאסט די נייעס אבער די רוהיגקייט נאכדעם איז נישט צום באשרייבן...

(דעיס איז חוץ די איבריגע פיר שעה וואס מ'פארדינט איבערן טאג)

איך שפיר איך גיי עס נישט קענען באווייזען איך קיי שיטראק
מען האט געלייגט אויף מיר א געג ארדער
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1853
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

שקר האט געשריבן: שוין 3 טעג וואס איך וואלגער זיך ארום די אשכול האט מיר צעשאקלט
אבער איך קען זיך נישט אויפגעבן וואטסעפפ ווייל איך ארבעט א גאנצע טאג אויף וואטסעפפ

אין ווי אויך ווער עס קען מיר ווייסט אז איך לעב זייער שטארק אויף נייעס דאס מאכט מיר פריש

ווער עס ווייסט איינע פון די שטארקע רייץ פון וואטסעפפ איז סטאטוס אין איינע פין די טאקטוקען פון סטאטוס איז די פינטעלע וואס קומט ארויף ווען עס איז דא נייע חידושים דעמאץ ווערט א רייץ צי קוקען די סטאטוס

די לעצטע דריי נעכט זייט איך האב געליינט די אשכול שלאף איך נישט אז רייסט פון מיר שטיקער וואס גייט זיין מיט מיר איך בין ראשו ורבו ושלחנו אין שטותים מיט הבלים עס מאכט חרוב מיין לעבן
אבער איך קען נישט איך קען ממש נישט איך בין ממש ציגעקלעבט דערצו

יעצט האב איך גענומען די שטארקייט אין MUTE סטאטוס איך ווייס אז עס איז ממש גארנישט צי די חברה דא וואס האבן און גאנצען אויף געגעבען וואטסעפפ אבער ווען עטס זאלטס וויסען ווי שווער עס קומט מיר אן וואלט עטס פארשטאנען מיין שווערע דורכגאנג

די אויבערשטער איך זאל זיך קענען האלטען

וואו וואו אשריך ואשרי חלקך
דו ווייסט אליין נישט וואסערע נחת רוח דו מאכסט אין הימל (און אויך פאר דיר אליין) ווי שווערער ס'איז איז עס סאך מער ווערד, און די שכר פאר דעם איז ריזיג
#קיפ אן גאינג
חזק ואמץ!
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
balkishron
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע:ביים גמרא

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך balkishron »

How do u mute it?
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2495
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע:טשעכיי

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

balkishron האט געשריבן: How do u mute it?

דריק לאנג די סטאטוס קומט ארויף די אפציע mute
מען האט געלייגט אויף מיר א געג ארדער
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

שקר האט געשריבן: איך שפיר איך גיי עס נישט קענען באווייזען איך קיי שיטראק

אפילו אויב דו גייסט עס נישט קענען באווייזן פאר א חודש, גייסטו זיכער באקומען שכר פאר די צוויי וואכן וואס דו האסט עס יא באוויזן!! איך בין מתפלל פאר דיר אז דו זאלסט זיך קענען האלטן שטארק און ס'זאל יא האבן א קיום, און ס'זאל גיין מחיל אל חיל.

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיטן פינגער אויף דיר! אויף משה פערל! און אויף אלע אידן וואס האבן זיך מוסר נפש געווען אוועקצורייסן פון זיך. והריחו ביראת ה' ולא למראה עיניו ישפוט ולא למשמע אזניו יוכיח!

ווען ס'קומט אונטער א נסיון טראכט אז משיח קען דא זיין יעדן טאג, ווארט צו נאך א טאג. ס'לוינט זיך נישט צוריקצוגיין צום אלטן און פונקט זאל משיח אנקומען א טאג שפעטער...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1853
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
שקר האט געשריבן: איך שפיר איך גיי עס נישט קענען באווייזען איך קיי שיטראק

אפילו אויב דו גייסט עס נישט קענען באווייזן פאר א חודש, גייסטו זיכער באקומען שכר פאר די צוויי וואכן וואס דו האסט עס יא באוויזן!! איך בין מתפלל פאר דיר אז דו זאלסט זיך קענען האלטן שטארק און ס'זאל יא האבן א קיום, און ס'זאל גיין מחיל אל חיל.

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיטן פינגער אויף דיר! אויף משה פערל! און אויף אלע אידן וואס האבן זיך מוסר נפש געווען אוועקצורייסן פון זיך. והריחו ביראת ה' ולא למראה עיניו ישפוט ולא למשמע אזניו יוכיח!

ווען ס'קומט אונטער א נסיון טראכט אז משיח קען דא זיין יעדן טאג, ווארט צו נאך א טאג. ס'לוינט זיך נישט צוריקצוגיין צום אלטן און פונקט זאל משיח אנקומען א טאג שפעטער...

יוי זאגסטו גוט.. .דאס קען צוניץ קומען פאר יעדע זאך וואס מ'טראכט 'יא ניין יא ניין'... נישט נאר פאר וואטסעפפ
ייש'כ ייש'כ
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5742
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע:שיך
פארבינד זיך:

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

שקר האט געשריבן: איך שפיר איך גיי עס נישט קענען באווייזען איך קיי שיטראק

פארוואס בעטסטו נישט דער פילטער קאמפאני צי בלאקירן דער סטאטוס פאר דיר?

מיך ווערט יעצט א יאר זייט סטאטוס איז געבלאקט, ממש א מחי' (חוץ אז איך בין מער אויף אייוועלט, איין טאג וועט מען זיך מיזן נעמען דערויף)

דער ערשטע מתנה וואס איך האב געהאט איז געווען דער שעות כל גבי שעות פון די פאריעריגע ל"ג בעומר טראגעדיעס וואס איך וואלט פארפיסטעוויט אויף די סטאטוס.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6740
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

שקר??? א שטיק אמת!! שכרך הרבה מאוד! עוד יבוא יום ווען דו וועסט זעהן וויפול גזירות מ’האט אפגעווישט פון כלל ישראל לגמרי פון די א.ג. קליינע התגברות’ער, און וויפול שכר און תענוגים עס ווארט אונז אפ פאר דעם.
אני הוא הנער, נער המדבר
שׁטילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2017 10:00 pm

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁטילער »

שקר האט געשריבן: .

איך האב אינגאנצן אויפגעגעבן וואטסעפפ שוין א שטיק צייט צירוק איך ווייס אז די רעדסט נאר פון סטעטוס און סקען זיין די דארפסט עס טאקע פאר ביזנעס אויב אזוי איז אראפגיין פון סטעטוס און גרופס א געוואלדיגע זאך און די אלע זאכן וואס איך גיי שרייבן עפלייט אויך צו דעם

וויסן זאלסטו אז איך פארשטיי דיר אינגאנצן איך ווייס ווי אזוי דאס פילט
סאיז מיר געווען ביטער ביטער שווער מילד גערעדט,

כהאב לעצטענס געזאגט פאר איינעם אז סאיז מיר לכאורה געווען די שווערסטע אדער פון די שווערסטע טויש אין מיין לעבן, יא אזוי ווי די הערסט! כהאב אנפאנג ממש געפילט ווי עס פעלט מיר עפעס, כהאב געקלערט עטליכע מאל עס צירוקצילייגן אבער הודו לשם אז כהאב מיך געשטארקט! און היינט קען איך זאגן אז סאיז געווען די בעסטע דיסיזשען אין מיין לעבן!

בשעת מהאט דאס כאפט מען אפילו נישט וואס עס פעלט דיר, עס נעמט א שטיק צייט ביז מהויבט אן זיך אויפצוכאפן צו כאפן פון ווי מקימט וואסערע אדיקשאן און טיים קילער דאס איז, ווי שטארק דעיס איז נשפע אויף דיין מח א יעדע מינוט, אין דעמאלטס וויל מען שוין נישט צירוקגיין!
מיינע חברים זענען מיר היינט מקנא, עטליכע האמיר שוין געפרעגט פריוואט ווי אזוי כהאב דעיס געמאכט
(יא אפילו אנפאנג האבן זיי געלאכט פון מיר)

געדענק: יא סאיז ביטערלעך שווער אנפאנג! סקען נעמען אזא גיטע וואך צוויי זיך צו בארואיגן, אבער נאכדעם גייסטו נישט אויפהערן דאנקן אויף דעם! בדוק ומנוסה!
מבשרי אחזה ווי אויך פון רעדן מיט אנדערע וואס האבן דאס געטיען, איך האב נאכנישט געטראפן איינער זאל חרטה האבן דערפון

שכרך הרבה מאוד! ווי שווערער אלס מער איז די שכר! שטארק דיך! פון הימל וועט מען דיר העלפן!
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2077
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע:ניי מאשין

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

שקר האט געשריבן: שוין 3 טעג וואס איך וואלגער זיך ארום אן קיין מנוחה די אשכול האט מיר שרעקליך צעשאקלט "ווי בין איך"
אבער איך קען ליידער נישט אויפגעבן וואטסעפפ ווייל איך דארף עס פאר די ארבעט

אין ווי אויך ווער עס קען מיר ווייסט אז איך ליג זייער שטארק און נייעס וואס ליידער מאכט עס מיר חרוב ווייל איך געב אוועק גאנצע טעג אין נעכט אויף הבלים

ווער עס ווייסט איינע פון די שטארקע רייץ פון וואטסעפפ איז סטאטוס אין איינע פין די טאקטוקען פון סטאטוס איז די פינטעלע וואס קומט ארויף ווען עס איז דא נייע חידושים דעמאץ ווערט א רייץ צי קוקען די סטאטוס

די לעצטע דריי נעכט זייט איך האב געליינט די אשכול שלאף איך נישט אז רייסט פון מיר שטיקער וואס גייט זיין מיט מיר איך בין ראשו ורבו ושלחנו אין שטותים מיט הבלים עס מאכט חרוב מיין לעבן
אבער איך קען נישט איך קען ממש נישט איך בין ממש ציגעקלעבט דערצו

יעצט האב איך גענומען די שטארקייט אין MUTE סטאטוס איך ווייס אז עס איז ממש גארנישט צי די חברה דא וואס האבן און גאנצען אויף געגעבען וואטסעפפ אבער ווען עטס זאלטס וויסען ווי שווער עס קומט מיר אן וואלט עטס פארשטאנען מיין שווערע דורכגאנג

די אויבערשטער איך זאל זיך קענען האלטען

חזק ואמץ, געב נישט אויף.
איך ווייס נישט וואס
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5032
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

שקר האט געשריבן: די אויבערשטער איך זאל זיך קענען האלטען

איך האב געהאט א ענליכע נסיון, אבער ווי אנדערע האבן שוין געזאגט נאכן עס געבן א וואך צוויי שפירט מען ווי אן אנדערע מענטש!

עצה טובה, בלייב אויף מיוט פאר א וואך און גיי נאר אריין אין סטעטוס 2 3 מאל א טאג (נישט פארן דאווענען!), אזוי וועט כאטש די שלעפ דערצו אביסל נאכלאזן, דערנאך וועסטו אי"ה האבן די שטארקייט אינגאנצן אראפגיין, ס'לוינט זיך!
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע:אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

ס'קומט מיר טרערן לייענענדיג דעם אשכול

ב''ה איך האב נישט קיין וואטסאפ.

הייליגע אידן חזקו ואמצו! משיח ער איז שוין באלד דא.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6359
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

שקר האט געשריבן:
די אויבערשטער איך זאל זיך קענען האלטען

באמת וואלט איך דיר געוואלט שרייבן א לאנגע תגובה מיט חיזוק אבער צייט האבעך נישט, אבער פטור בלא כולם אי אפשר.

חזק ואמץ!
יעדער וואס האט גענומען די שריט בפרט אויב מען איז צוגעבינדן צו נייעס איז מעיד ווי שווער דאס קומט אן און וואספארא קרבן פארן רבוש"ע דאס איז!
יעדן טאג וואס דו קוקסט נישט קיין סטאטוס איז נאך א קרבן עולה פארן באשעפער!
הבא לטהר מסייעין אותו, לפני מי אתם מטהרין ומי מטהר אתכם אביכם שבשמים, געדענק אויף וועם דו ביזט דיר סומך און ווער געבט דיר כח, דאס אליינס געבט כח בס"ד.

לעצה טובה: איז בעסער צו בלאקן די סטעטוס ביים פילטער קאמפעני נישט צו זיך דארפן אליינס שלאגן מיט די נסיונות.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4385
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

שקר האט געשריבן: שוין 3 טעג וואס איך וואלגער זיך ארום אן קיין מנוחה די אשכול האט מיר שרעקליך צעשאקלט "ווי בין איך"
אבער איך קען ליידער נישט אויפגעבן וואטסעפפ ווייל איך דארף עס פאר די ארבעט

אין ווי אויך ווער עס קען מיר ווייסט אז איך ליג זייער שטארק און נייעס וואס ליידער מאכט עס מיר חרוב ווייל איך געב אוועק גאנצע טעג אין נעכט אויף הבלים

ווער עס ווייסט איינע פון די שטארקע רייץ פון וואטסעפפ איז סטאטוס אין איינע פין די טאקטוקען פון סטאטוס איז די פינטעלע וואס קומט ארויף ווען עס איז דא נייע חידושים דעמאץ ווערט א רייץ צי קוקען די סטאטוס

די לעצטע דריי נעכט זייט איך האב געליינט די אשכול שלאף איך נישט אז רייסט פון מיר שטיקער וואס גייט זיין מיט מיר איך בין ראשו ורבו ושלחנו אין שטותים מיט הבלים עס מאכט חרוב מיין לעבן
אבער איך קען נישט איך קען ממש נישט איך בין ממש ציגעקלעבט דערצו

יעצט האב איך גענומען די שטארקייט אין MUTE סטאטוס איך ווייס אז עס איז ממש גארנישט צי די חברה דא וואס האבן און גאנצען אויף געגעבען וואטסעפפ אבער ווען עטס זאלטס וויסען ווי שווער עס קומט מיר אן וואלט עטס פארשטאנען מיין שווערע דורכגאנג

די אויבערשטער איך זאל זיך קענען האלטען

איך האב אויך וואטסעפ פאר ביזנעס און גראדע האב איך נישט קיין שום גרופס, נאר פאר ביזנעס.
איך האב געבלאקט סטעטוס עטליכע חדשים צוריק, איך פארשטיי דיר, ווי שווער סאיז
חזק ואמץ! גיי אן! נישט קיין חילוק ווי לאנג דו וועסט אנהאלטן גייסטו באקומען באצאלט אויבן פאר מיוטען, אההה טאטע אין הימל קוק אראפ און זעה דעם תגובה פון @שקר, קוק וואס דיינע קינדערלעך רייסן שטיקער פון זיך פאר דיינעט וועגן! ברענג שוין משיח!
(יא אין 2022 הייסט דאס געריסן שטיקער, איינער וואס האט קיין סטאטוס נישט געהאט גייט דאס נישט פארשטיין)

אלץ איינער וואס האט געבלאקט סטעטוס, עצה טובה קמ''ל
1) אויב גייסטו דאס נאר מיוטען גייסטו אייביג קענען צוריקגיין און קוקן, אויב ווילסטו סטאפן once for all, שיק אן אימעיל צו די פילטער קאמפעני זאל דיר בלאקן סטאטוס
2) עס גייט דיר זיין ביטער שווער די ערשטע צוויי וואכן, דו גייסט פילן א ליידיגקייט ווי דו פארפאסט עפעס, אבער נאך צוויי וואכן גייט דיר באפאלן א רוהיגקייט וואס דו האסט נישט געהאט זייט דו ביסט אויף סטאטוס, איינמאל דו גייסט מער נישט פילן דעם דראנג צו קוקן סטאטוס, רוהיגע טעג און נעכט.
3) איך ווייס נישט צו דו ארבעטסט אדער ביזט דיין אייגענע בעה''ב, טרעף עפעס אנצופילן די צייט וואס דו גייסט באקומען ווייל אויב גייט דאס זיין ליידיג גייסטו ווייטער פילן ווי עפעס פעלט דיר, מאך א שיעור, באשטים א צייט וואס דו ביסט אינדערהיים מיט די קינדערלעך אויפן קאוטש, נעם א טעסק אין דשאב/ביזנעס וואס וועט דיר נעמען נאך א שעה וכו', דאס דארף יעדער זיך אליינס קענען.
4) פאר נייעס איז אייוועלט בעסער ווי עני סטאטוס! אויב נייעס איז דיין אדיקשאן האסטו די אלטערנאטיוו, אבער! זיי פארזיכטיג נישט צו נעמען די אדיקשאן פון סטאטוס און טרענספערן קיין אייוועלט, די פראבלעמען מיט שמירת עינים וועסטו נישט האבן אויף אייוועלט, אבער די אדיקשאן קען צומאל זיין שטערקער, ביודעי ומכירי קאמינא, חברים וואס זענען געווען שטארק אקטיוו אויף סאציאלע מידיא און געמאכט א Force stop אבער זענען היינט נאך אסאך מער אקטיוו דא..

אויב גייסטו מצליח זיין זיך ארויסצודרייען פון פילן דעם דראנג צו קוקן סטאטוס גייסטו זיך עקלען פון צוריקזעהן אין די זעלבע שיך. טריי עס אויס, וועסט הנאה האבן בזה ובבא!
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20492
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

עמיקא וטמירא האט געשריבן: אזא הערליכע אשכול פארדינט זיך דאס פאדערשטע אויבן אן זיץ אין וועלטעל
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
א תורה'דיגע בעל הבית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 31, 2021 6:00 pm

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א תורה'דיגע בעל הבית »

בלייב געזונט האט געשריבן:
שקר האט געשריבן: שוין 3 טעג וואס איך וואלגער זיך ארום אן קיין מנוחה די אשכול האט מיר שרעקליך צעשאקלט "ווי בין איך"
אבער איך קען ליידער נישט אויפגעבן וואטסעפפ ווייל איך דארף עס פאר די ארבעט

אין ווי אויך ווער עס קען מיר ווייסט אז איך ליג זייער שטארק און נייעס וואס ליידער מאכט עס מיר חרוב ווייל איך געב אוועק גאנצע טעג אין נעכט אויף הבלים

ווער עס ווייסט איינע פון די שטארקע רייץ פון וואטסעפפ איז סטאטוס אין איינע פין די טאקטוקען פון סטאטוס איז די פינטעלע וואס קומט ארויף ווען עס איז דא נייע חידושים דעמאץ ווערט א רייץ צי קוקען די סטאטוס

די לעצטע דריי נעכט זייט איך האב געליינט די אשכול שלאף איך נישט אז רייסט פון מיר שטיקער וואס גייט זיין מיט מיר איך בין ראשו ורבו ושלחנו אין שטותים מיט הבלים עס מאכט חרוב מיין לעבן
אבער איך קען נישט איך קען ממש נישט איך בין ממש ציגעקלעבט דערצו

יעצט האב איך גענומען די שטארקייט אין MUTE סטאטוס איך ווייס אז עס איז ממש גארנישט צי די חברה דא וואס האבן און גאנצען אויף געגעבען וואטסעפפ אבער ווען עטס זאלטס וויסען ווי שווער עס קומט מיר אן וואלט עטס פארשטאנען מיין שווערע דורכגאנג

די אויבערשטער איך זאל זיך קענען האלטען

איך האב אויך וואטסעפ פאר ביזנעס און גראדע האב איך נישט קיין שום גרופס, נאר פאר ביזנעס.
איך האב געבלאקט סטעטוס עטליכע חדשים צוריק, איך פארשטיי דיר, ווי שווער סאיז
חזק ואמץ! גיי אן! נישט קיין חילוק ווי לאנג דו וועסט אנהאלטן גייסטו באקומען באצאלט אויבן פאר מיוטען, אההה טאטע אין הימל קוק אראפ און זעה דעם תגובה פון @שקר, קוק וואס דיינע קינדערלעך רייסן שטיקער פון זיך פאר דיינעט וועגן! ברענג שוין משיח!
(יא אין 2022 הייסט דאס געריסן שטיקער, איינער וואס האט קיין סטאטוס נישט געהאט גייט דאס נישט פארשטיין)

אלץ איינער וואס האט געבלאקט סטעטוס, עצה טובה קמ''ל
1) אויב גייסטו דאס נאר מיוטען גייסטו אייביג קענען צוריקגיין און קוקן, אויב ווילסטו סטאפן once for all, שיק אן אימעיל צו די פילטער קאמפעני זאל דיר בלאקן סטאטוס
2) עס גייט דיר זיין ביטער שווער די ערשטע צוויי וואכן, דו גייסט פילן א ליידיגקייט ווי דו פארפאסט עפעס, אבער נאך צוויי וואכן גייט דיר באפאלן א רוהיגקייט וואס דו האסט נישט געהאט זייט דו ביסט אויף סטאטוס, איינמאל דו גייסט מער נישט פילן דעם דראנג צו קוקן סטאטוס, רוהיגע טעג און נעכט.
3) איך ווייס נישט צו דו ארבעטסט אדער ביזט דיין אייגענע בעה''ב, טרעף עפעס אנצופילן די צייט וואס דו גייסט באקומען ווייל אויב גייט דאס זיין ליידיג גייסטו ווייטער פילן ווי עפעס פעלט דיר, מאך א שיעור, באשטים א צייט וואס דו ביסט אינדערהיים מיט די קינדערלעך אויפן קאוטש, נעם א טעסק אין דשאב/ביזנעס וואס וועט דיר נעמען נאך א שעה וכו', דאס דארף יעדער זיך אליינס קענען.
4) פאר נייעס איז אייוועלט בעסער ווי עני סטאטוס! אויב נייעס איז דיין אדיקשאן האסטו די אלטערנאטיוו, אבער! זיי פארזיכטיג נישט צו נעמען די אדיקשאן פון סטאטוס און טרענספערן קיין אייוועלט, די פראבלעמען מיט שמירת עינים וועסטו נישט האבן אויף אייוועלט, אבער די אדיקשאן קען צומאל זיין שטערקער, ביודעי ומכירי קאמינא, חברים וואס זענען געווען שטארק אקטיוו אויף סאציאלע מידיא און געמאכט א Force stop אבער זענען היינט נאך אסאך מער אקטיוו דא..

אויב גייסטו מצליח זיין זיך ארויסצודרייען פון פילן דעם דראנג צו קוקן סטאטוס גייסטו זיך עקלען פון צוריקזעהן אין די זעלבע שיך. טריי עס אויס, וועסט הנאה האבן בזה ובבא!

שטאק
דברים נכונים שפתים ישק
איך בין שטאלץ צו זיין א תורה'דיגע בעל הבית!
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2495
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע:טשעכיי

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

שווערע טאג אדורך
מען האט געלייגט אויף מיר א געג ארדער
How Is Your Day
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:22 pm

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך How Is Your Day »

ברוך השם סאיז דורך!!!

How Is Your Day האט געשריבן: ברוך השם סאיז דורך!!!

"שקר החן" מיט אזעלעכע אידן ווי "שקר" איי איז דאס א חן.....
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 22114
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

ברוך השם כהאב נישט די תאוה פון צוריקנעמען וואטסאפ
כהאלט שוין באלד 2 חדשים
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2155
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע:אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: ובתוך רבים אהללנו.. אויפגעגעבן וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

שקר האט געשריבן: שווערע טאג אדורך

ביסט א שטארקע חיזוק פאר יעדן אין זיינע נסיונות.

אפשר איז טאקע גוט לחזק ולהתחזק אריינצוקומען דא יעדןטאג צוויי אפדעיטן ווי די שטארקסט זיך אין די נסיון.

דער היילגיער קאצקער האט געזאגט אז די כח פונעם יצר הרע איז בלויז דמיון, ער מאכט דעם מענטש שפירן ווי מען קען נישט אן די זאך פונעם נסיון. (עסאיז אזוי ביי יעדע סארט נסיון). אבער וי נאר דער מענטש מאכט ביי זיך אפ מיט א שטארקייט אז 'עד כאן' עס איז מער נישטא, ווערט פלוצלינג די נסיון פארשווינדן.

מען טייטשט דערמיט די פסוק ווי שלמה המלך שטעלט אוועק די מעשה מיטן שטאט און די מוראדיג שטארקע חומות ומגדלים וואס מען האט נישט געקענט באזיגן עד שבא חכם והצילם. פרעגט מען אז לכאורה האטשלמה המלך אויסגעלאזט די עיקר פון די מעשה, וויאזוי האט דער חכם זיי געראטעוועט? נאר דער חכם האט טאקע דאס געזאגט אז אין כאן לא מוגדלים ולא חומות "עס איז בלויז דמיון"!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”