Re: Anxiety
די שרייבסט דאך אזוי גיטאייגענארטיקע טעאריע האט געשריבן: ↑ דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 8:45 amאסאך האבן דא אנגעפרעגט אין די עמקות פון די ווארט פון ד"ר דעוויד האקינס עס איז א טיפע ווארט, און אפשר טאקע נישט אייביג רעלעוואנט ביי יעדער מינע פחד, מ'קען מאריך זיין אינדעם וואס ער האט געמיינט, וועלכע מינע פחד, ווייל עס איז דאך דא ענגזייעטי פחד מגור און נאך וואס אלעס מיינט עפעס אנדרעש עיין מלבי"ם משלי.
איך וויל דא זאגן מיין מהלך צו מסביר זיין ענגזייעטי און פחד.. און דאס איז, אז דער פחד ווערט מיט די כח פון פייט אר פלייט, אנטלויפן אדער מלחמה האלטן. (וואס אגב האב איך געטראפן א מצודות אין דברי הימים וואס זאגט דאס קלאר, לאנג ביפאר די פסיכעלאגישע וועלט) וואס פייט אר פלייט איז בעצם א קאנטראל מעקעניזם, אדער צו קאנטראלן די זאך זאל נישט אנקומען צו דיר, אדער צו קאנטראלן דיר זאלסט נישט אנקומען צו דער זאך, און אזוי וועט דער זאך נישט אנקומען צו דיר. קומט אויס אז דער פחד איז א וועג פון ווילן און פראבירן צו קאנטראלן עפעס א זאך אז עס זאל נישט פאסירן. און דער מענטש וואקסענדיג אויף וויל און מיינט אז ער קען און דארף, קאנטראלירן די מציאות אינדרויסן פון זיך. ממילא נוצט ער דער קאנטראל מעקעניזם וואס הייסט פחד אדער ענגזייעטי וואס ארבעט מיט פייט אר פלייט צו קאנטראלירן די מציאות, קומט אויס דער מענטש האט א פחד פון פארלירן קאנטראל וואס די פחד איז אויך א וועג פון קאנטראלן צו קענען קאנטראלן. יעצט עס קען זיין שווער פאר א מענטש צו קאנשעסל"י אנערקענן אז ער וויל דא טיף טיף קאנטראלן א זאך. ער וועט שרייען "איך"? "איך וויל קאנטראלן"? "נאר א נארסיסט וויל קאנטראלן".. "דו ווילסט מיך זאגן אז איך בין א מעניפילעטער"? אבער דער ביטערער אמת איז יא, אונז אלע ווילן און מיינען נעבעך אז מיר דארפן און קענען קאנטראלן. ווען דער מענטש אנערקענט אז ער וויל דא עפעס קאנטראלן און ער אנערקענט אז ער קען נישט קאנטראלן ווייל דאס איז דער אמת, דעמאלס קומט די ישועה, ווייל דעמאלס קען ער נאכלאזן אויף דער פחד, דעמאלס קען ער דערהערן און פראקטעזירן ביטחון אינעם אייבערשטער, ווייל ביז דאן קען מען לערנען פון ביטחון און ווען עס קומט למעשה ווייסטו דאך וואס פאסירט.... פארשטייט זיך אז ער האט די ענגזייעטי און פחד ווייל ער וויל נאך פראבירן צו קאנטראלן.. איך קען מאריך זיין אינדעם און עס ליגט דא יסודות פאר ווער ס'פארשטייט... איך האב שוין געשריבן אסאך אינדעם, און עס איבער געגעבן פאר קליענטן מיט אסאך הצלחה תלי"ת, אפשר איין טאג וועט עס ארויסקומען צום פאבליק בס"ד
דאס איז די ביטערע מציאות, מען קען זיך פון דעם נישט ארויסדרייען, עס איז אזוי ווי די זאגסט, פייט אר פלייט!עס איז זייער שווער פאר אונז דאס אויפצוגעבן, און מסכים צו זיין אויף דעם, ווייל דאס מאכט א מענטש שפירן אזוי שוואך (וואלנערבע"ל בלע"ז)
אבער אמת'דיג נאר דאס איז וואס דער נפש דארף, דאס איז די שפייז פון די נפש, ער וויל שפירן וואלנערב"ל, ער וויל שפירן שוואך, און ער וויל שפירן אז עס איז דא א העכערע מציאות פון אים וואס קאנטראלירט אלעס,
ווען א מענטש קען צוקימען צו שפירן ביי זיך צו ווי שוואך ער איז, און ווי לימעטע"ד ער איז, דערמאלט איז ער זוכה צו שפירן די אמת'ע שטארקייט וואס קומט פונעם אויבערשטן אליין עס איז געטליך און משונה'דיגע סעקירעט"י וואס איז אסאך זיסער פון די אלע דמיונות וואס א מענטש מיינט אז ער קען קאנטראלירן
אגב אויף די לעצטע שטיקל פון דיין תגובה ווי די שרייבסט פון ביטחון, וויל איך פשוט צולייגן, אז אסאך מענטשן וואז פראבירן צו לעבן מיט ביטחון אבער עס מאכט נישט קיין רושם אויף זיי, נאר אדרבה עס קומט צו א פונקט ווי עס קראכט, דאס איז אויך צוליב דעם וואס מען נעמט די אמונה און ביטחון אלס א מיטל וויאזי זיך אן עצה צוגעבן מיט די ענקזייעטי"י, און א וועג וויאזוי צו פייטן דערמיט, און זיי טוען זיך אן א פאנצער מיטן נאמען 'ביטחון', אבער די מציאות איז אז ווילאנג זיי וועלן נישט מסכים זיין צו שפירן די וואלנערבעלט"י ביי זיך, וועלן זיי אלץ צורוקומען צו די זעלבע פלאץ ווי זיי זענען געווען, ווייל פון דאס קען מען נישט אנטלויפן, די רבש"ע האט צייט,