Re: האחים ראשי משפחת לעפקאוויטש
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:שמעלקא האט געשריבן:כאניש וואס צו טון האט געשריבן: דאכט זיך מיר אז אין 'ר' מאיר אומר' פון ר' מאיר שטיין שטייט אז ר' יעקב יוחנן'ס פאטער האט געהייסן ר' טובי'.
איך האב נישט דעם 'ר' מאיר אומר', אדרבה קוקט וויאזוי עס שטייט דארט און לאז וויסן.
איר זענט גערעכט, איבערגעקוקט שטייט טאקע יוסף יהודה (יוסף לייב)
----
אגב, דארט שטייט די אויספיר אביסל אנדערשט, שטייט דארט אז ער איז געזעצן אליינס מיט די ב"ב ביים סדר, ווען אינמיטן נאכט איז דער שכן געקומען קלאפן אין פענסטער אז ער וויל בארגן עפעס.
ר' יוסף לייב האט גראד פארשטאנען אז עפעס שטומט נישט דא, ווייל ס'איז שפעט אינמיטן נאכט וואס עפעס קומט דער גוי יעצט קלאפן?
האט ער געבעטן זיין ווייב צו גיין אין א אנדערן צומער, און ער איז ארויס צום 'שכן' און זאגט איהם 'דו מוזט מיר העלפן, דער צאנזער רב האט געזאגט אז נאר דו קענסט מיר העלפן', דער 'גוי' האט נישט געוואלט וויסן פון וואס ער רעדט... ביז ער האט איהם שטארק געמוטשעט האט ער געפרעגט 'נו מיט וואס זאל איך דיר העלפן?', האט ר' יוסף לייב געזאגט 'איך וויל 12 שבטים', האט דער 'גוי' געזאגט '12 קען איך נישט, אבער 11 קען איך', און דער שכן איז נעלם געווארן.
למעשה האט ער געהאט 11 זוהן אין 1 טאכטער.
די מעשה שטימט למעשה נישט מיטן צאנזער רב