אינטערוויו: חארקוב אוקריינא: די מצב אין אוקריינא איז גארנישט אזוי פשוט, די רוסין האבן ארומגענומען חארקוב, נעכטן זענען געפאלן 7 ראקעטן, "דא אין חארקוב לעבט מען אין שרעק, די רוסין קענען אריינקומען יעדע ליאדע מינוט" ד' אמר פ״ד
די מיג 31 דארף צו זיין פון זייער טייערסטע.. פארוואס האלטן זיי עס אין קריימיע?
יאפ.
אוקריינער באריכטן אז דאס איז די K ווערסיע וואס פירט קינזעל מיסילס.
אנדערע קלערן טאקע (און לכאורה מער מסתבר) אז דאס איז די BM וועריאנט וואס קען נישט פירן קיין קינזעל מיסילס. די וועריאנט האב איך שוין געזען עטליכע מאל פון די ספעציפישע באזע.
פרעזידענט פוטין האט געגעבן א רעדע אין כינע און ארומגערעדט איבער א צאל נושאים בנוגע די קריג. צווישן אנדערע זאגט פוטין אז די ציל ביי די גרעניצן איז נישט צו פרובירן צו איינעמען די שטאט כארקאוו. אזוי אויך זאגט פוטין אז די אנגריפן איז א רעאקציע צו אוקריינע'ס אטאקעס אריבער די בעלגאראד גרעניץ.
20240517_080513.jpg
גוט מארגן. וואלטעך געוואלט אפעלירן צו טוישן זיין נומען פון ״פרעזידענט פוטין״ צו פלעין פוטין. אדער מערדער פוטין. די ווארט ׳פרעזיטענט׳ irked מיר… - בנוגע דאס זאגן אז ער גייט ״נישט״ אייננעמען כארקאוו…. כא כא כא, דאס מיינט דאך פונקט פארקערט… נאר א נקמה פאר? שעפעלע…
מאביליזאציע אין אוקריינע גייט שוין אן זייט די מלחמה האט זיך אנגעהויבן, אוקריינע טרענירט טויזענטער סאלדאטן פאר די לעצטע האלב יאר, און פארמירן פרישע בריגאדעס. די יעצטיגע געזעץ צילט מער אויף אנטלאפענע אוקריינער וואס פארמאגן נישט קיין סטאטוס אין די לענדער צו ווי זיי זענען געגאנגען, אויך אז ארעסטאנטן מיט קלענערע שטראפן זאלן קענען דינען אין מיליטער, פארשטייט זיך מען גייט זיי געהעריג טרענירן.
ארום 5000 ארעסטאנטן האבן זיך שוין איינגעשריבן צו גיין דינען אין מיליטער, זייערע אפליקאציעס ווארטן צו ווערן באשטעטיגט.
די סיבה פון האבן די טרעינונג אין אוקריינע איז פארשטענדלעך סיי צוליבן האבן די סאלדאטן גרייט ווען מדארף זיי, זעהן טאקע אז זיי האבן די נויטיגע עקוויפמענט ביים גיין צום שלאכטפעלד, די אנדערע מעלה איז צו באקומען צווישן מיר און דיר נאך עיר דעפענס סיסטעמס וואס זאלן באשיצן די נאטא אפיצירן.
א סוקסעספעלע אונליין נייעס פובליקאציע זוכט א ענערגישע פארט-טיים סעילסמאן פאר עדס אין די מאנסי אומגעגנט גוט באצאלט פאר די פאסיגע קאנדידאט.