קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5527
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 1:03 am
איך גיי זייער פאר אינטעליגענטע נאלעדש, און פאלעסיידס איז א לעבעדיגע ענסייקלאפּידיע.

ס׳איז זייער אינטערסאנט צו באקומען עכטע גוטע אינסיידס וואס ברענגט ארויס א פרישע פּריספּעקטיוו, וואס לייגט זאכן אין פלאץ.

למשל,
איך טראכט, און @פאלעסיידס ביטע זאג מיר צו עס קען מאכן סענס.
לגבי די אויל;
ס׳איז א פאקט א טראמפ האט אוועקגעשטעלט אמעריקאנע אויל געניג צו זיין סעלף סעפישענט און נאך עקספארטן אויך.
ביידן האט עס אפגעשטעלט.
איז מעגליך אז די דעמאקראטן זענען פוטין׳ס פּאפעט?
טראכט אריין א מינוט..
מ׳מאכט א גאנצע ראשע קאלוזשן צו פארמירן דעם דעת הקהל אז די דעמס זענען קעגן רוסלאנד, און אזוי פארדעקן ווען די דעמס שטעלן אפ די אףף-שאר אויל ריגס כדי פוטין זאל קענען בעסער פארקויפן רוסישע אויל, און קיינער וועט עס נישט צוזאמשטעלן…
אפשר איז די גאנצע טראמפ אינדייטמענט באצאלט דורך רוסלאנד?
ווארשיינליך איז ביידן׳ס געים פון נישט שיקן געהעריגע הילף, אויך קאנטראלירט דורך פוטין!
ווער קאלוד מיט רוסלאנד? טראמפ נישט. ביידן זיכער!
האסטו דא די פאקטן פאר די אויגן.
מ׳שיקט עברעמס אן געהעריגע ארמאר, פוטין רעגט זיך, בשעת די גאנצע זיך רעגן איז א געים צו פארדעקן.
ביידן זינגט די עסקעלעישן ניגון, און נאכדעם וואס פוטין האט שוין אריינגעביסן אין די נייע פראנט, און אנגעברענט א גאנצע ארמיי, געבט פוטין די גרינע ליכט פאר ביידן צו לאזן ניצן אמעריקאנע וואפן אין רוסלאנד נאר אויף רוסישע טארגעטס.
פאר פוטין איז עס שוין נישט מעלה אדער מוריד, ער האלט שוין לאנג אינמיטן בייסן שטיקער. יעצט איז שוין צו שפעט צו קענען זיי ארויסשטופן.
פוטין האט סוקסעספול צוריק געהאלטן און פארזיכערט זיינע סאלדאטן פון ווערן אראפגעפּינט אין רוסלאנד.
יעצט קען מען שוין ניצן וואפן. זיכער וועלן פייגערן עטליכע רוסן, אבער יעצט זענען זיי שוין איינגעגעסן.
כאפסט? ביידן פאלגט פוטין דאס גאנצע צייט!
אנגעהויבן פון אפערן א רייד, און ווייטער מיטן נישט לאזן אטאקירן אויל רעפיינעריס.

וועגן דעם טראסט איך נישט דעם גאנצן f16 פראגראם. ס׳איז א דשאוק וואס גייט נישט ארבייטן ווייל ס׳איז קאראפטירט די גאנצע פראגראם צו דינען דעם רוסישן צוועק.

אינטערסאנט אז דער באריס פון ענגלאנד וואס איז געווען פאר פוטין א עכטע שטער, איז עפעס פלוצלינג געפלויגן.

הלא דבר הוא.
קענסט גיין לערנען בחברותא מיט פלאשי..

נאר א ווערטל
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
אוועטאר
מיליטערישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 29, 2023 7:51 am
לאקאציע:The Pentagon

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטערישע עקספערט »

@הרב יואל קליין איי לייק די וועי וויאזוי די טראכסט, (די ניצט דיין קאפ צו צוזאמענשטעלן זאכן אויף א וועג וואס כמעט קיינער דא טוט נישט, זאכן דארפן מאכן סענס פאר דיר, און ווילאנג עס מאכט נישט סענס דרייט זיך די רויטע לעמפל אין קאפ אז עפעס קליקט נישט דא)

איך וואלט ענדישער געזאגט אז די דעמעקראטן זענען יוזפול אידיאטן ווי זאגן אז זיי ארבעטן פאר פוטין

ביידנס מהלך פון טראכטן איז אז פארוואס זאל זיך אמעריקא אריינמישן איבעראל איבער די וועלט, ביידן וויל גלייבן אז די וועלט קען אנגיין אן אמעריקא זיין די פאליציי איבער אנדערע, ביידן פרובירט צו טאן דאס וואס פלאשי וויל אז אמעריקע זאל טאן...

היינע טעמע דשופר היינע טעמע דמגילה...
תימן
גאזא-מד"י
רוסלאנד-אוקריינע (גיבן א וועג ארויס פאר זאלענסקי פון קיעוו, און איבערגעבן אוקריינע פאר פוטין אויף א גאלדענע טאץ)
צפון קארעא
טשיינע-טייוואן
נארד סטריעם פייפליין
ווענעזועלא
אפגאניסטאן
אראפנעמען די סאנקציעס פון איראן און זיי גיבן עקסעס צו צענדליגע ביליאנען דאלארן
און די ליסט גייט אסאך ווייטער...

למעשה ביי יעדע מעסאפ איבער די וועלט נאכן זען אז ער האט נישט קיין ברירה (צו ווייל למעשה איז נישט דא קיין לאנד וואס האט די רעסורסן צו אויפקלינען די מעס איבער די וועלט,(קוק וואס אמעריקא טוט אלס צו אריינשיקן עסן קיין גאזא) צו ווייל ער זעט אז אנדערע לענדער נעמען איבער אמעריקע'ס פאזיציע, (למשל פראנקרייך ביי אוקריינע.. טשיינע-אפגאניסטאן) און האט מורא זאכן גייען שנעלער ארויסגיין פון קאנטראל פראבירט ער צו פארשטאפן די לעכער פונעם שיף וואס זינקט, אבער חס ושלום פראבירן צו ארויפלייגן א נייע ענדשין אויפן שיף און עס פירן צום יבשה...

קוקנדיק פון די זייט וואס ביידן טוט איבערן וועלט, איז גאנץ איראניש מיטציהאלטען, ווי פון איין זייט וויל ער גארנישט טון איבערן וועלט, פון די אנדערע זייט ווען די מצב שרייט עד לב השמים פראבירט ער צו העלפן די ווייניגסטע שייך, און פראבירט צו אפטראגן, פארשטייט זיך אז איינמאל די מצב איז שוין אנגעמעסט קען ער שוין נישט אנטלויפן און דארף ווייטער פיטערן גאנץ גאזא... זאג איינער האט אן השגה ווילאנג אמעריקע'ס פאד סטעמפס פראגראם פאר גאזא גייט אנגיין?

טראמפ איז הונדערט פראצענט גערעכט ווען ער זאגט אז די וועלט לאכט פון ביידן

נאכדעם קומט צו די מעס אפ דא און לאנד
בארדער-איליגעל אימיגראנטן
אפשטעלן אויל
גלאבאל ווארעמינג
און די ליסט גוז אן... דאס איז אלעס צו צופרידן שטעלן זיינע קעלבער וואס ער האט אויפגעהאדעוועט, אז נישט קען ער פארלירן די וואלן.

טראמפס מהלך איז אז למעשה איז אמעריקא די סופער פאוער איבער די וועלט און אמעריקא גייט באצאלן וואן וועי אר די אדער אויב די וועלט איז איבער געדרייט, סוי איז עם ענדישער צו ניצן אלע טולס און די בוק און וואס איז נישט און די בוק צו זיכערמאכן אז אלע טראבל מעקערס זיצן איין + פאר אמעריקע'ס סעקיורעטי דארף ער זיכער מאכן אז די מערדער פוטין-דשינפינג זיצן איין..

און זיין מהלך איז אנצוהאלטן סטאבילעטי אן מלחמות דורך דיפלאמאטישע דרוק און דורך ווייזען פאר די וועלט ווי פייערפול אמעריקאס מיליטער איז,

און די בונס איז אז אמעריקע דארף נישט שפייזן גאנץ גאזא
דארף זיך נישט ספראווען מיט מיליאנען איליגעל אימיגראנטן
דארף נישט שיקן קיין אוקריינע הונדערטער ביליאנען פון אמעריקאנער טעקס פעיד דאלארן,
איראן האט נישט די געלט צו פינאנצירן כעזבאלא-כאמאס
און די ליסט גויז אן...
בעסעקלי א ווין ווין סיטואציע פאר אמעריקא, קאסט נישט אזויפיל געלט פאר אמעריקא און די וועלט איז סטאביל. (נעם אינאכט אז מיט די אלע געלטער וואס ביידן שיקן קיין טייוואן-מד"י-אוקריינע-גאזא און וועם נישט, באקומט ער ניטאמאל סטאבילעטי נאר אינסטעד רייסט מען זיך ארום)

שוין איך דארף לויפן..
America’s success is that you can talk about its failures, Russians failure is that you can only talk about its success
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3691
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

קענסט צולייגן קלינטאן׳ס ריסעט באטאן - פאר ווער עס גענדענקט.
דעמס זענען פאר פוטין.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3943
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

ישראל_הלוי האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 6:51 am
פרעזידענט פוטין האט געגעבן פאר צפון קארעא פירער קים דזשאנג אן א לוקסעריעזע קאר (אוראס לימאזין), א צערעמאנישע דאגער און א טיי סעט, סימבאלאזירענדיג זייערע נאענטע באציאונגען. דאס איז די צווייטע מאל דאס יאר וואס פוטין גיבט פאר קים א לימאזין. קים האט געלויבט פוטין אלס דער "טײערסטער פריינד" פונעם קארעאר פאלק.
האט ער כאטש שכל עס נישט צו ניצן?
פוטין טיילט נישט קיין קארס אומזינסט...
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
ישראל גאלדשטיין
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 11:29 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל גאלדשטיין »

פוטין קאלאכט?
Screenshot_20240619-125327_WhatsAppBusiness.jpg
Screenshot_20240619-125327_WhatsAppBusiness.jpg (171.47 KiB) געזען 486 מאל
אוועטאר
פליישיג
שר האלף
תגובות: 1667
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:00 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליישיג »

אינטערוויו: לייוו פון חארקוב אוקריינא: עס איז ב"ה אריבער א רוהיגער יום טוב שבועות, די מצב אין לאנד איז אסאך רוהיגער
ג' בהעלתך פ״ד

הרב משה מאשקאוויטש
3:39
https://www.yiddish24.com/interviews/12/107889


אינטערוויו: 150 פארשטייער פון מדינות איבער די גאנצע וועלט זענען זיך צוזאמגעקומען אויף א קאנפרענץ אין די שווייץ
ג' בהעלתך פ״ד

הרב יעקב דוב בלייך
5:58
https://www.yiddish24.com/interviews/12/107881
אוועטאר
פלאש באמבע
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:25 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאש באמבע »

געערטע פעליסעידס: ייש"כ פאר דיינע תגובות.
איך גיי פראבירן צו ענטפערן וואס מעגליך. שטיקל ביי שטיקל. וויפיל מיין ענגע צייט ערלויבט.
איך גיי נאר קלארשטעלן דא איין נקודה. איך קום בשום אופן נישט בארעכטיגען די רשעות פון רוסלאנד אדער עני לאנד. אבער וואס יא? אז די ניגון ווי כאילו אונז זעמער צדיקים, וואס סך הכל ווילן פארשפרייטן דעמאקראטיע, בשעת וואס אונזער צד האט בכלל נישט געטוהן אזעלעכע רשעותדיגע זאכן. דעי ניגון וויל איך אפפרעגן, ווייל דאס איז שקר וכזב! איינער וואס קוקט אויף אונזער אמעריקאנער היסטאריע מיט א אפענע בליק גייט זייער שנעל זעהן ווי אונזערע הענט זענען גארנישט אזוי ריין! כמעט יעדע זאך וואס אונז באשידיגען אנדערע האבן אונז געטוהן אקוראט די זעלבע נאר מיט אנדערע מיטלען. ממילא ווען עניבאדי שומפט קעגן רוסלאנד אבער מאכט זיך ווי כאילו אונז זענען ריין , וויל איך דאס באסטן.
אונזערע באמבעס און כעמישע וואפן, האבן אנגעזייט גענוג און נאך חורבן, און ווען אנדערע ווארפן פון פארטשעס, הארגענען אונז מיט אנדערע מיטלן. אונז זענען ס"ה מער איידעלע מאפיאנערן, נישט אפריקאנע רויבערס אדער אוקריינישע קאזאקן וואס הרג'נען מיט שטימפיגע מעסערס.
יא, איך וויל לעבן אין די שטערקסטע לאנד, אבער איך וועל אפענעהייט ארויסזאגן אז איך בין אין א לאנד וואס איז אויך די גרעסטע מאפיאנער, די גרעסטע וואפן פארקויפער, די גרעסטע חורבן אנזייער. איך בין אמת'דיג מיט די פאקטן, נישט אז אומבאקוועמע פאקטן ווערן אוועקגווישט צוליב בושה.
און ווי איידער זאגן קאנצפיראציעס אז די גאנצע לינקע מאשין ארבעט גאר פאר פוטין, אדער אז זיי זענען יוספול אידיאטן, קען מען זאגן די מער שכל'דיגע מהלך אז אונז זענען געווארן פארבלענדעט פון אונזערע אייגענע שטארקייט, אונזערע אייגענע פראפעגאנדא, אונזערע אייגענע גאוה, און האבן אויפגעהערט קוקן אויף די וועלט מיט א ניכטערע בליק. ממילא באגראבט מען זיך אין די אדמה אריין.

אלזא צום דיבאטע:
וועם גייט אהן די אמעריקאנע באזעס?
א שטיק איגנארענץ! עס גייט אהן פאר די אלע לענדער וואס ווערן באדראעט דורך זיי.
למשל טשיינע, רוסלאנד, איראן, סוריע, רוב אפריקא, רוב זיד אמעריקא, מער און מער די אראבישע לענדער. בעסיקלי רוב וועלט, האלט אז אמעריקאנע קומען נאר צו "הילף" ווען זיי גייען דיר ארויססאקן אדער קאנטרעלירן, פשוט און גראד. דאס איז די מציאות פון אלע אזויגערופענע גוטהארציגע הילף מיט באזעס. אדער פאר קאנטראל אדער צו סטראשען מיט שטערן.
כך היה דרכם פון ענגלאנד, האלאנד, פראנקרייך, שפאניע. ועוד. אין כל חדש תחת השמש
(פאר די היסטאריקער: עי' ערך פון די Dutch East India Company מיט זייערע באזעס אין די אינדו פאסיפיק)

למשל, האסט אפשר א בארעכטיגטע סיבה פארוואס אמעריקא איז אין סיריע אהן רשות? אדער אין גואם? וכו'
Those who don't know history are doomed to repeat it - History doesn't repeat itself but it rhymes

The devil is in the details
פאראיעריגער שניי
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

איז נישט גואם אמעריקע אליינס??
אוועטאר
פלאש באמבע
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:25 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאש באמבע »

אוקריינע איז נישט קיין פאפעט פון אמעריקא . אזוי????

סו ווען אונזערע פרעזידענט האט זיך געגרויסט ווי ער האט גערופן די הויפט פראסיקיוטאר וואס האט געבאדערט זיין טייערע זון און געסטראשעט אז אויב ביז אפאר שעה פארמאכט ער נישט די קעיס פארלירן זיי די ביליאנען פון אמעריקע? נישט קיין פאפעט?
סו ווען וויקטוריע נולאנד האט פאראויס געפלאנק די אויסשטעל מיט די אמטן פון די נייע אוקריינישע "דעמאקראטישע" רעגירונג נאך פאר די עלעקשענס איז בכלל פארגעקומען? נישט קיין פאפעט?
האסט אפשר נישט געהערט ווי לינזי גרעם זאגט פאר די וועלט אז די סיבה פארן העלפן אוקריינא איז ווייל אונז דארפן האבן צוטריט צו די אלע מיניראלן פון אוקריינא? נישט קיין פאפיט?

אייגענטלעך, ווער איז דען נישט קיין פאפיט?

מדינת ישראל וואס קען נישט מלחמה האלטן פאר די קיום פון זייער לאנד, נאר ווייל ביידען האלט פאר אן אילעקשן? נישט קיין פאפיט?

ביידן זאל מעלדן פארענט פון שולץ אז ער ביידן גייט פארמאכן די נארדסטרים פייפליין, און דערשטיקן דייטשלאנד'ס עקאנאמיע, נאר פאר די אמעריקאנע אינטערעסן. איז דייטשלאנד נישט קיין פאפעט?

ווער האט אויסגעזעקלט איירופא פון זייערע מיליטערישע כח, נאר כדי זיי צו צווינגען צו דארפן צוקומען צו די אמעריקאנע MIC דורך זאגן אוועקצוגעבן די איירופישע וואפן צו אוקריינא, פאר אויפטויש פון באקומען די אמעריקאנע וואפן? די איירופישע MIC וויינען פון וואס אמעריקא האט אנגעדרייט. נישט קיין פאפיט?

פאר די יודעי דבר איז ידוע אז די מטרה פון נאטא איז צווייפאכיג. איינס צו פארמיידן רוסלאנד פון אייננעמען איירופא, אבער פונקט אזוי וויכטיג, איז דאס פאר די מטרה אז רוסלאנד מיט איירופא זאלן זיך נישט קענען צאמנעמען אפילו עס וואלט זיי געגליסט. ווייל דאס איז קעגן אמעריקאנע אינטערעסע. איז דאס נישט קיין קאנטינענט פון פאפיטס?
Those who don't know history are doomed to repeat it - History doesn't repeat itself but it rhymes

The devil is in the details
פאראיעריגער שניי
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

איז נישט אין סיריע געווען די כאליפאט וואס האט געמאכט טעראר אטאקעס אין די גאנצע וועלט ווי אויכעט אמעריקע און בעיקר אייראפע?

איז נישט רוב סיריע אפעקטיוו נישט געווען אינטער די צענטראלע רעגירונג ווען מ'האט געעפענט דארט די באזעס??
אוועטאר
פלאש באמבע
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:25 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאש באמבע »

שרייבסט די פאלק האט ארויסגעטראסקעט יאנעקאוויטש
וועלעכע פאלק? זייט ווען איז א ווילדע אויפשטאנד אנגעפירט דורך מערב וועלט געספאנצערטע גרופעס בשותפות מיט ניו נאציס, א סימן וואס די פאלק וויל? הייסט דאס אז ווען ס'גפעלט אונז זענען גאר וואלן דיקטאטאריש, און געפעלשט. אבער אויפשטאנדען וואס געפעלט אונז זענען דעמאקראטיש? גוט צו וויסן. די הוטי'ס זענען נישט אזוי לאקי אז אמעריקא זאל האלטן אז אויפשטאנדן זענען די פאלקס רצון.

די אמת איז אויך, אז יאנעקאוויטש האט אפילו נישט געוועהן קעגן די מערב וועלט, ער האט נאר געטענה'ט אז ער וויל זיין גוט מיט ביידע זייטן סיי איירופא און סיי רוסלאנד, א זאך וואס אמעריקא האט בשום אין אופן נישט געוואלט. איז וואס? איז א לאנד נישט בארעכטיגט צו זיין גוט מיט א שכן? לויט אמעריקא נישט! הלנו או לצרנו!

און וועמען נער'ט מען ווען מ'רעדט כאילו אוקריינע איז געווארן א מערב לאנד. עס איז געוועהן און געבליבן פון די מערסט קאראפטירטע לענדער אין די וועלט. טאקע ווייל אמעריקא האט געדארפט האבן אזא פאפיט לאנד נאנט צו רוסלאנד. טאקע מען זאל קענען אויפשטעלן bio labs אהן א איבערזיכט, מיט באוואפענטע מיליטערן וואס זענען אנגעפיקעוועט מיט נאצישע אידיאלן, טאקע צו קענען דארט לייגן נוקלארע שפיצן אלעס צו שטעכן און נערווירן די רוס. פונקט ווי זיי האבן געטוהן מיט די bio labs אין גרוזיע.

יא מען האט אין אוקריינא (בעפאר 2022) אויך אפגעשפארט נייעס סטאנציעס, פארשפארט פאליטישנס, געהארגט דזורנאליסטן, פונקט ווי אין קאמיניסטישע רוסלאנד און ווי אין אמעריקא 2024. אלע זענען גלייך. ווי איז אונזער שנאה צו דיקטארטארשאפט?
Those who don't know history are doomed to repeat it - History doesn't repeat itself but it rhymes

The devil is in the details
אוועטאר
פלאש באמבע
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:25 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאש באמבע »

מען האט געטראפען ביליאנען און קעש און גאלד אין יאנקעוויטשעס פאלאצען וואס איז געקומען פון אוקריינעס נאציאנאלע פארמעגענס

ווי כאילו דאס געשעהט נישט ביי אונז?
וואס וועט מען טרעפן ווען אונז וואלטן געקענט אנפאלן אונזערע פאליטישנס?
וויפיל פאליטישנ'ס זענען געווארן פלוצלינג מיליאנערן זייטן אריינגיין אין פאליטיקס?
וויפיל הייזער האט זעלענסקי ומשפחתו געקויפט?
(ד.א. פארוואס איז די דזורנאליסט וואס האט אויפגעדעקט די פאקטן בנוגע די הייזער פאר זעלענסקיס משפחה וואס זענען געקויפט געווארן אין מצרים, געטראפן געווארן טויט????)

איין זאך יא, אונזערע פאליטישנ'ס האבן דאס נישט אין גאלד מיט קעש, נאר אין ריעלעסטעיט, סטאקס......

וואס איז מיט די פאקט אז זעלענסקי פארקויפט ריזיגע שטיקער לאנד פאר אמעריקאנער קאמפאניס ווי בלעקראק וכדו' בשכר פאר געלט מיט שטיצע, איז דאס נישט קורופציע נוסח אמעריקא, ווען אמעריקאנע קאמפאניס קויפן אפ ריזיגע שטחים פון אוקריינע, צוליב א מלחמה וואס אמעריקא האט אנגעדרייט?.
די איבער 200 ביליון דאלער וואס מען שוקט צו אוקריינע וואס עס איז נישט דא קיין איבערזיכט, נא דאס איז נישט קורופציע? נע עס איז נישט דא קיין %10 פאר דע ביג גיי?

יא אונז האבן קאראפשן און אלע האבן, רוסלאנד אינקלודעד. אלע זענען גלייך. (הגם פוטין איז יעצט אויף א פרישע אנטי קורופציע בליץ. ונראה מה יהי' עם מלחומותיו.)
Those who don't know history are doomed to repeat it - History doesn't repeat itself but it rhymes

The devil is in the details
אוועטאר
פלאש באמבע
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:25 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאש באמבע »

די כארקאוו אפענסיווע איז לכאורה געווען מיט 52 טויזענט סאלדאטען באגלייט מיט דראונס און העווי גליידינג באמבעס וואס זיי שיסען אן רחמנות, און אויכט קרוז מיסעלס קינזעל מיסעלס מיט אלע כלי משחית וואס די רוסישע ארמיי האט און איר באנוץ
מיט אלע שיינע ווערטער בלייבט נאך אלץ די פאקט אז די כארקאוו אפענסיוו האט נישט קיין מעקענייזד בריגאדעס, דערווייל.
ניין זיי האבן נישט קיין שווערע טאנקן בריגאדעס אדער IFV'ס נאר לויזע יוניטס פון סאלדאטן. שפיל נישט תמים מיטן נוצן באמבעס אלץ א משל פון מעקענייזד בריגעדס, עס איז צוויי עקסטערע זאכן.
און די נומער 52 טויזענט, איז א אוקריינישע נומער נישט קיין נומער וואס איינער ווייסט באמת אז דאס איז די נומער פון רוסישע סאלדאטן.
Those who don't know history are doomed to repeat it - History doesn't repeat itself but it rhymes

The devil is in the details
אוועטאר
פלאש באמבע
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:25 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאש באמבע »

די סאלדאטען דארטען זענען געשיקט געווארען מיט גריינדינג טאקטיקען, נוסח ערשטע וועלט קריג ווי דו שרייבסט זייער קארעקט, א מיטעל וואס די מערב וועלט קען זיך נישט עפארדען, די רוסען האבען א גענצליך אויבערהאנט איבער אזא טול, איך בין געשאקט ווי די אוקריינער פייטען דעס צירוק.

זיי פייטן נישט צוריק, ווייל קעגן שעלס קען מען זיך נישט פייטן. זיי ווערן אויסגעשלאכטעט אין די שווערע טויזענטער, בשעת וואס רוסלאנד האלט זיך צו מינימאלע מענטשליכע פארלוסטן.
איך בין נישט קיין נביא, אבער געבויט אויף די געפאנגענע ראטע, די שעל ראטע, די מצב פון אוקריינישע מאבילזאציע, די מאסן בתי קברות אין גאנץ אוקריינא, איז דאס די מסקנה.

יא זיי זענען העראישע קעמפער, ווייל זיי זענען בעצם רוסיש! אוקריינע מיט רוסלאנד איז איין ראסע. כמובן.

איבערנוצען די אויסגעדראשענע ליגנט כאילו די רוסן מאכן בשיטה human waves אטאקעס העלפט נישט קיינעם פארשטיין די עכטע מצב. עס איז נישט דא קיין שום פרופ אויף אזא מציאות, הוילע פאנטאזיע פון די אוקריינישע פאנטאזירער.

עודך, די מערסט אמת'דיגע נומערן איז פון mediazona וואס דארטן זעהט מען נישט קיין שום ראי' צו ריזיגע רוסישע פארלוסטן.
Those who don't know history are doomed to repeat it - History doesn't repeat itself but it rhymes

The devil is in the details
אוועטאר
פלאש באמבע
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:25 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאש באמבע »

די וועלט העלפט בכלל נישט גענוג,
און ביידען העלפט זיכער נישט גענוג "זיין פאפעט אוקריינע"

נישט ווייל זי ווילן נישט נאר ווייל זיי קענען נישט האכקומען די פארלאנג. פשוט יעדע איז שוין מודה אין דעי פאקט.

רוסלאנד טאר מען בשום אופן, נישט אונטערשאצען זיי זענען א געוויסע זין א וועלטס מאכט, ספעציעל ווען עס קומט צו מאניפילעשען און שפיאנאזש,
די וועלט האט נאכנישט געזעהן אזא אילעקשן מאניפולירער, עקאנאמישע מאניפולירער ווי אמעריקא, סו איך כאפ נישט וואס רוסלאנד איז דא ערגער.

רוסלאנד ליידט זייער שטארק פון קארופציע, און איך רעדט יעצט אין די לעצטע 25 יאר
רוסלאנד האט טאקע א גרויסע קורוציע פראבלעם. אבער פוטין ארבעט פעסט דאס אויסצוראטן (לאך לאך, דאס איז די פאקט, אפילו עס שטימט נישט מיט די image וואס אונז האבן אויף איהם) טאקע יענע קארופציע האט כצעט אונטערגעברענגט רוסלאנד אונטער די הענט פון די אמעריקאנער העלפערס אין די ניינציגע יארן!
Those who don't know history are doomed to repeat it - History doesn't repeat itself but it rhymes

The devil is in the details
אוועטאר
פלאש באמבע
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:25 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאש באמבע »

אויף די אן אייגענע שאצונג

1 - פוטין איז להדי' נישט ווילד (ער איז נישט קיין ביידן מיט זיינע ווילדע אויסברוכן, לאמיר אליין קוקען אין שפיגל) אונז האבן מזל אז דער ווילדע מענטשן ווי מעדוועדעוו אדג. זענען נישט ביים רידער. די גאנצע אומפאראנטפארטליכע התנהגות פון אמעריקא איז נאר מיט די חשבון ווייל מען פארלאזט זיך אז פוטין גייט שלינגן און נישט פלאצן.

2 – איך זעה נישט ווי די שפיאנאש פון אוקריינא זאל האבן געוועהן אזוי אפעקטיוו, אדרבה ברענג עפעס א משל. דע אלע טויזענטע מענטשן וואס זיי האבן ארעסטירט זענען געוועהן רוב פרא רוסישע מענטשן מיט פאליטישנס מיט דזורנאליסן און אפשר אויך אפאר שפיאנען. נישט איך און נישט דו ווייסן די אמת. אבער עס איז זייער גרינג צו ארעסטירן שונאים מיט די תירוץ פון שפיאנזש.
3 – די הילף פון טשיינע האט נישט קיין פרופ! קיינער קען נישט ווייזען אויף עפעס א מער ווי געווענליכע שייכות פון טשיינע צו די מלחמה. די גאנצע טשיינע באשילדיגונג איז א תירוץ פאר די אוקריינישע מערב וועלט דורך פאל, בנוסף צו א הכנה פאר די נעקסטע וויכטיגע מלחמה צווישן טשיינע מיט אמעריקא.

4 – בנוגע רוסלאנד סאבאטאזש, אדער יא אדער ניין. זיי האבן אבער די זעלבע רעכט ווי מדינת ישראל בנוגע איראן. כמובן.

5 – קיינער איז נישט אומזיגבאר, אבער יעדע וועלטמאכט איז אינטערגעגאנגן (ע"פ דרך הטבע) צוליב over streach, א זאך וואס אמעריקא וויל נישט איינזעהן אז זיי ליידן דערפין. רוסלאנד איז אסאך שטערקער ווי אונז ווילן איינזעהן, און אונז זענען היינט צו טאגס אסאך שוואכער ווי אונז זעמען גרייט מודה צו זיין.

6 – פאקט איז, אמעריקא סאנקציעט די גאנצא וועלט, רוסלאנד נישט. העקן סוויפט איז א זאך וואס אמעריקא וואלט געטוהן. רוסלאנד מיט בריקס ארבעטן העפטיג אויף א נייע פעימענט סיסטעם וואס גייט נישט זיין קיין שטעקן פאר די אמעריקאנע מאפיאנערן. זיי בעטן זיך מער נישט צו זיין אונזערע חברים, ס'איז נייע צייטן. בשעת וואס אונז האבן דאס גורם געוועהן.

7 – די צוויי לענדער זענען אריין אין נאטא, האבן זיך לדעתי אליין געשאסן אין פיס. זיי האבן פארלוירן אסאך עקאנאמישע ריוח. די גאנצע נוצן פון זיי פאר אמעריקא איז די צוטריט צו די ארקטיק וואסער וועגן. א פלאץ ווי אמעריקא וויל מער אריינשטעקן זייערע נאז. און די ארטיגע פאליטישנס האבן פארראטן זייער לאנדס אינטערעסן. בנוגע רוסלאנד מאכן זיי גאנץ ווייניג אויס.

8 – בנוגע אויל איז שוין העכסט צייט ארויסצוקריכן פון די דשאן מקעין איינרעדעניש אז רוסלאנד איז א פשוטע גאז סטאנציע מיט נוקלארע וואפן. רוסלאנדס עקאנאמיע איז ווייניגער און ווייניגער תלוי אין די אויל פארדינסטען. יא עס קען זיי שאטן אויל פרייזן, ווייניגער ווי מ'מיינט. חוץ מזה זענען די טעג פון אמעריקאנע אויל מעניפולאציע דורך סאודי אראביע האט זיך שוין געענדיגט! Get over it. קיינער קערט שוין נישט וואס זיי זאגן. MBS שפייט אונז אין פנים.

9 – אמעריקא האט מיט רוסלאנד יארן לאנד, שפיל נישט תמים. און די באנק רויבערייען ווייס איך נישט וואס דו רעדסט. סארי

10 – די תמימותדיגע אמעריקאנער יענקי מיינט אפשר אז די פרעזידענט איז באמת באלעבאס. אויב האט דיר תקופת טראמפ עפעס געוויזן איז אז יא די ביורוקראטיע טוישט זיך נישט פון איין אדמיניסטראציע צום אנדערען, און אז אויב די אלטגעזעצענע חברה ווילן נישט עפעס לייגן זיי פיסלעך אויף טריט און שריט. ווי ביי טראמפ! קום נישט דא לייקענען די מציאות פון אונזער קורופטירטע אזוי גערופענע דעמאקראטישע סיסטעם (דעי נושא דארף א גאנצע שמעס פאר זיך) טראמפ האט נישט געקענט טוהן וואס ער וויל ווייל די עכטע מנהיגים פון אמעריקא האבן איהם נישט געלאזט און נישט געפאלגט.
און יא אמעריקא ארבעט קעסל און כלים אונטערצוברענגן רוסלאנד פון די מאפא.
נ ישט אומזינסט האט די פוילישע דודא ארויסגעגעבן די סוד (ביי די מיעס דורך געפאלענע שייצע סאמיט) אז די מערב וועלט טרוימט צו צעטיילן רוסלאנד אין 200 חלקים, ווייל עס איז א cage פאר אלע עטנישע גרופעס וואס וואוינען דארט! דאס איז די פלאן דאס איז די מחשבה, עס איז נישט קיין לעכעריגקייט אדער א קאנספיראציע פון פוטין.

אלזא, פאר היינט בין שוין אויסגעלאפן פון צייט פאר יעצט. אפשר וועל איך נאך צונעמען די איבעריג און אפאר טעג ארום. איך האב ב"ה נישט די וועלטס צייט... יעדע פאר טעג אביסעלע נחת רוח.
ס"ה כמעט יעדע פאקט וואס דו שרייבסט האט א צווייטע זייט מטבע. וואס קען זיין אז עס איז א טעות אבער עס קען זיין אז עס איז יא גערעכט. יא, רוסלאנד האט א שרעקליכע עבר, אבער אמעריקא האט אויך. אמעריקא זייענדיג די וועלטס מאכט אין נייעס און מיט קאמיומיקעשן האט פארדעקט די אלע מיעסע מעשים מיט א שלייער פון דעמאקראטיע פארשפרייטונג וואס האט מצליח געוועהן צו פארווישן די אלע מעשים.
ס"ה זעה איך אז ווען עס קומט צו ,bio labs אמעריקאנע פוטשעס, מיט ריכטיגע דעטאלן פון היסטוריע ווייסטו עפעס נישט. אלזא איך ווייס זיכער נישט אלעס אבער אפשר דו אויך נישט, סו לאמיר ווייטער לאזן יעדעם ארויסברענגען זיינע דעות מיט כבוד אין רעספעקט.

באמת א ריזיגע ייש"כ פאר די מעגליכקייט. כה לחי!
Those who don't know history are doomed to repeat it - History doesn't repeat itself but it rhymes

The devil is in the details
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 22114
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

שוין וויאזוי זאגט יענער? סאיז דא א צווייטע זייט מטבע און פאר יעדעם איז דא די מעגליכקייט ווי וועם ער וויל האלטן, די שאלה איז צו די רוסן האלטן אויך אז סאיז דא א צווייטע זייט מטבע אבער מלאזט זיי עס נישט זאגן...
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5141
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

קודם א גרויסע ישר כח פאר נעמען די צייט און שרייבען אזוי סאך, עס קומט נישט אן גרינג,


במחילת כבודך בין איך מורא'דיג מחולק מיט דיין ציגאנג (בליק) און אפי' פאקטען אין דיין סובסטאנץ וואס די שרייבסט,

בעיקר בין איך מחולק טאקע מיט דיין יסודותדיגע בליק,
---
איך וועל די עיקר רעדען יעצט פון צוויי דריי זאכען,

1) רוסלאנד'ס היסטאריע האט א דירעקטע שייכות מיט וואס זיי טוען יעצט, סאיז איין לאנגע זאך, סהאט זיך קיינמאל נישט געטוישט און די צייט וואס זיי פרובירן דאס צו טוישען אין די אויגען פון די וועלט פאר פארשטענדליכע סיבות (און ווי אויך ארבעטען זיי שווער זיך מדמה זיין מיט אמעריקע, אין די צייט וואס זיי ווילען זיך נישט צישטעלען קיין כי הוא זה צו די וועלט )


2) איך בין מחולק וויאזוי דו מיט רוסלאנד אין טשיינע לייגען אראפ די אמעריקאנע היסטאריע ,

ווי ווינדערליך עס הערט זיך איז זייער בליק אויף אמעריקע די אנגענומענע בליק אין גאנץ אמעריקע, ווייל אויף דעם ארבעטען זיי שוין יארען, אזוי האלט מען אין אלע קאלעזשעס, אלע אזוי גערופענע עקספערטען און פראפעסארן , און אזוי האלט מען אין האליוואד און אזוי האלט מען אין אלע מעין סטרים מידיא,
און אזוי האלט אנטיפא,
אזוי האלט על שארפאטאן, אזוי האלטען אלע ציוניסטישע שישקעס ווען מען וויל אויסמעלקען די אמעריקאנע בהמות, און פארשטייט זיך אזוי האלטען אלע רוסישע באצאלטע אינטערנעט אינפלוענסערס ,

מיין זייט איז די חידוש!
די זייט פון אלע אנדערע אפענע קעפ דא וואס האבען נישט מורא צו סערווירען די אמת און עכטע נאליזש פאר די ציבור

אין וויבאלד די פאקטען זענען אנדערש ווי די רוסישע פראפאגאנדע מאכט עס אז מען דארף כסדר זאגען די ווערטער "אז סאיז צייט זיך צו עפענען די אויגען" און "אז אמעריקע איז שילדיג אין אלע צרות" און אז "מען באהאלט פון ענק די פאקטען" ,
דעס זענען ווערטער וועלכע פראפאגאנדיסטען האבען געמאכט,

איך זאג אז דאס איז א פאקט איך מיין נישט חוזק צו מאכעןפון דיר פון דיר פלאשי ,

יעדער איינער און אמעריקע האלט אז אמעריקע איז שולדיג און יעדע מלחמה וואס זיי האבען געהאלטען זייט די צווייטע וועלט קריג, (מיט די שוואכע תירוץ צימאל אז פון אונז עקספעקט מען מער , און ווען מען רעדט פון רוסלאנד פליצלינג זאגט מען נו וואס ווילסטו?)

אלזא הער א חידוש, איך האב אויך אמאל געהאלטען ווי דיר, נאכגעזאגט די אלע טאלקינג פוינטס, אייביג געזוכט א תירוץ פארוואס די גלויבען אז אמעריקע איז אייביג שילדיג און די וועלטס פראבלעמען שטימט נישט איך פלעג עס מיישב זיין בדוחק מיט גרויס פייער און ברען, אבער למעשה דעס איז ביז מען זעט דעם פשוטען אמת,

אדרבה סאיז נישט פאפולער די אמת, בכלל נישט, פארקערט, רוסלאנד און טשיינעס ווערסיע איז סאך מער פאפולער אין די וועלט, אין אייראפע, אין אמעריקע, אין מדינת ישראל און פארשטייט זיך דא אויף אייוועלט, און ווי נישט

קוק צירוק אויף אלע תגובות דא וועסטו זען,

פרעג א עמך פארוואס אמעריקע איז אריין אין איראק וועסטו גראד באקומען א תירוץ, סהייסט? פאר די אויל, קען אפי זיין אז טראמפ וועט דיר דאס אויך ענטפערן, און טאמער וועסטו נעמען א קאלקולעטער און רעכענען וויפיל די מלחמה האט געקאסט פאר אמעריקע א טאג און וויפיל מען קען מאכען פון אויל פאר פופציג יאר אויב אמעריקע זאל עס נעמען, וועסטו זען אז לא דובים ולא יער,
והשנית, נעמט דען אמעריקע איראקס אויל פאר אומזיסט? נעמען זיי עס אפילו פאר ביליגער?
ענטפערען ווערטער ווי "זיי נישט נאאיוו" איז נישט אינטערעסאנט , איך דארף פלעינע פאקטען, און עכטע, נישט סתם האלב אריינגעווארפענע ווערטער וואס האט טאקע א גערוך אבער נישט קיין מציאות,

3) אוי וועגען בלעק ראק מאך מיך יעצט נישט אנפאנגען (דאונט געט מי סטארעט)מיט די רוסישע בולבולים וואס איז איגען, א געמישטע רוסישע קאנספיראציעס געבויעט אויף אלטע רוסישע קאמוניסטישע פראפאגאנדע אויפציבויען א שנאה קעגען די רייכע, די בורזשאווע אידישע קאמפעניס, בלוט זויגערס וועלכע מאכען געלט אויף די חשבון פון די פויערען, און זיי שטייען אונטער יעדע מלחמה, אבער סהאט גארנישט מיט די מאכט הונגעריגע צאר.. פליז איך האב נישט קיין צייט קיין גאנצע נאכט צו דיסקאסטען יעדע רוסישע געמויזאכטס, יא איך האב עס שוין געהערט פון זיי צוואנציג יאר צירוק צען יאר צירוק און יעצט ביי די אוקריינע מלחמה האבען זיי פארפלייצט די אינטערנעט צו האלטען זייערע חסידים פארשטאפט און צומישט,

אלזא איך האב באמת נישט קיין צייט אריינציגיין אין דעטאלען, אבער סאיז נישט קיין נייע זאך נישט קיין חידוש,

אבער לאמיך דיך העלפען נעוויגעטען אין די געים פון רוסישע סמאקינג מירערס ,
אויב דארפסטו א שטיקעל קאמפוס ווען די ווילסט יא שוין וויסען די אמת,
אויב ברענדט מען יעדע שטיק צייט א מעשה כאי סאיז ניי זאלסטו וויסען אז סאיז פראפאגאנדע מיט א ציל,

4) עס וואלט געפאסט איך זאל זאגען אז יא, איך לייקען נישט אמעריקאנע היסטאריע בלא בלא,
איך בין אבער נישט קיין פאליטישען, און איך האב נישט קיין קאריער אין די גויאישע מידיא ממילא דארף איך נישט זאגען און פארשפרייטען זאכען וואס איך גלייב אליין נישט דערין ווייל עס קען שאטען פאר מיין קאריער,

די מציאות איז די אמעריקאנע היסטאריע איז נישט רעלעוואנט צו די רציחות וואס רוסלאנד טוט יעצט און בוטשא אואדיווקע,

פינטעל ער דארף אויפהערען פאר די זעלבע סיבה פארוואס יעדע רוצח דארף אויפגעבען, ער איז יעצט די טעמע ווייל ער קען יעצט ארויסנעמען די סאלדאטען!! און עס ווערט שטיל און אוקריינע היינט,

ער קען דרייען אהער ער קען דרייען אהין, די איינציגסטע זאך וואס עס קען געשען צו רוסלאנד איז עס זאל ווערען דעמאקראטיש אדער האלב דעמאקראטיש, און נאר פון דעם האט ער מורא, נאר פארדעם איז ער אריין און אוקריינע!

ער איז נישט קיין צד בכלל פאר אמעריקע ווען ער טשעפעט נישט די וועלטס ארדענונג,
ער איז נישט אמעריקעס קאמפעטישען,
ענגלאנד איז, פראנקרייך איז

זיי האבען סוקסעפול אראפגעלייגט די לעצטע 70 יאר כאי די וועלט דארף זיין געבעלענסט,
אמעריקע פון איין זייט און רוסלאנד פון די אנדערע זייט, און אן די לעכטיגע קאמפעטישען וועט ממש די וועלט אונטער גיין..
נאו ווארדס!!

סאיז סך פשוטער ווי דעם, עס איז דא לענדער און מענטשען וואס זיי ווילען טון יעדעס פארברעכען אויפן בוק אין זיך אויפפירען ווי די גוטע צייטען פון די טונקעלע מיטעל אלטער, דאס איז די חילוקי דעה אין גארנישט אנדערש,

זיי זענען נאך צירוק געבליבען זיי ווילען אפשר צירוק בויען די גלארייכע טעג פון די רוימישע פערטע רייך,
אפשר איז עס א גוטע זאך, אפשר איז עס אפילו גערעכט איך נעם יעצט נישט קיין שטעלונג,
אבער דאס איז עס מען דארף עס נישט מאכען קאמפליצירט מיט כל ערליי קאנספיראציעס

6) ווי אמעריקע איז נישט גערעכט קען איך דיך זאגען וואס זייערע עוולות זענען קען איך דיך אויך זאגען,

וואס דארף זיך רוסלאנד טוישען??
לאמיר נישט פארדרייען כסדר די טאפיק אונז וועלמיר רעדען פון די מערב פון די ראטשיילדס א צווייטע מאל, מקען ווערען קאנפיוזט דערפון


7) די איינציגסטע סיבה פארוואס די עולם אויף די וועלט טוישט יעצט די מיינדט, און עפענען זיך די אויגען, איז ווייל די אוקריינע מלחמה -אויף א אייראפעישע לאנד- איז נישט קיין מלחמה אויף אפאר -ווייט פון די אויגען- טשעטשניע בארבערדעלטע מענטשען , וועלכע מען האט גרינג געקענט פעינטען די טעראריסטען נאמען אויף זיי

אוקריינע פייט צירוק פארזיכטיג די פראפאגאנדע, זיי זענען געוועזענע אונטערגעדרוקטע סאוויעטישע און זיי ווייסען אז זיי מוזען אויף אלע קאסטען צירוק פייטען די פראפאגאנדע אסאך פון די גענעראלען זענען געוועזענע קאמעראדען פון די רוסען אדער זענען אפשר געווען אפילו העכער אין ראנג, (זיי ארבעטען אבער יעצט פאר א אנדערע סיסטעם,)

ווי אויך זיצען דארטען פילע אייראפעישע אגענטורען -פון די אי יו- וואס האלטען אלעס מיט, אין רעקארדירען אלעס,

אסאך מאל איז דא אסאך זיראוס אויסגעשורה'ט, אבער נאר איינמאל דארף אנקומען איין איינסער און די גאנצע שורה ווערט פון א גרויסע זיראו א מיליאן,
די סיבה פארוואס די וועלט עפענט זיך די אויגען איז ווייל מהאט שוין געהערט פון די כעמישע אטאקעס און סיריע וכו אבער יעצט רינט עס איבער די פראפאגאנדע

אפי יעצט לייקענען זיי דאך שטיין אין ביין די גאנצע בוטשא אירפין און זאגען כדרכם אז סאיז בלויזע אמעריקאנע פאבריקאציעס
אדער בלויזע אוקריינישע נאצישע פאבריקאציעס

(סווענדט זיך וועמען זיי ווילען העצען קעגען וועמען)


8) רוסלאנד האט שוין די לעצטע דרייסיג יאר געהאט פינעף אפענע מלחמות ווי זיי האבען פארברענט גאנצעטע שטעט, די מערב נישט, פינטעל,
יא און א מלחמה איז דא ביטערע געשעעניש, אבער סאיז דעמאלטס זייער גרינג צו זאגען יענער טוט די זעלבע,

אויב וועט מען אריינגיין אין א ווערטער שפיל איז עס אויסמאטערענד ציללאז אין סאיז א דיססערוויס פאר די אמת,
אויב איז נישט אמת אז אמעריקע האט געטון און אפגאניסטאן, גראנאדא, פאנאמא, דעס וואס די רוסען טוען לכתחילה שבלכתחילה און סערבינצע טשעטשניע סיריע בוטשע, איז עס געטוישט פאקטען, און סאיז רעלעוואנט

לענדער האבען א רעכט מלחמה צו האבען,

ווען וואגנער רוצחים אדער טשעטשניע באנדעס ווילען רציחה לשם רציחה אן קיין שום אקאנטעבילעטי און טון וואס זיי ווילען, כהער, אבער עס טוישט נישט קיין פאקטען,

ווילסטו דען מדמה זיין די דייטשע עס עס זייט צו די אמעריקאנע זייט ביי די צווייטע וועלט מלחמה?

וואס ווילען די רוסען זאגען, אז יעדער איז מאפיא? יעדער איז די זעלבע רוצחים? ממש?

אויב ווערסטו למשל געוואר אז די רוסען זענען יא באגאנגען שוידערליכע רציחות,
לאמיר זאגען אז די זעסט עס קלאר, גייט זיך עפעס טוישען ביי דיר?
גייסט טוישען דיין מיינד?




שוין איך דארף לויפען ,
לעצט פארראכטן דורך פאלעסיידס אום דאנערשטאג יוני 20, 2024 12:58 am, פארראכטן געווארן 5 מאל.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5141
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

די עולם אינזשויט די די דעבאטע?

מען האט עס שוין דאס דורך געקייט א שיינע פאר מאל במשך די לעצטע צוויי דריי יאר?
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3691
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

פלאשי,
נייס דשאב.

האסט אזוי פארדרייט פאקטן, אזאנס צוזאמגעקניפט, אז איך זאל צונעמען יעדע שורה וואס דו שרייבסט און אלעס אויפקנייטשן, וועט עס נעמען לאנגע בלעטער.
אויב איך זאל עס היילייטן מיט קאלירן, וואלט עס אויסגעזעהן ווי קאלערינג בוק געפירקעלט אן קיין מהלך.
דיינע סטאנדארטן און השקפות זענען אזוי מין אינקאנסיסטענט אז ס'איז ממש שרעקליך. דו דרייסט ארום דעם מוח ווי א סילינג פען אזש די קאפ טוט וויי... בעסער געזאגט, נישט מעגליך צו האלטן קאפ.

ביידעוועי, ס'האט דיר קיינער נישט געפרעגט אויב דו האסט יא אדער נישט צייט. דו ניצט עס ווי כאילו דו האסט דעם ענטפער פאר יעדע זאך, נאר די צייט ערלויבט נישט... אבער דו שרייבסט... סאו, האסט יא צייט, אדער נישט צייט?

וואס מיינסטו מיט די ווערטער: באמת א ריזיגע ייש"כ פאר די מעגליכקייט. כה לחי!

פוטין שיקט א יישר כח אז ער האט א פלאטפארמע צו לופטערן?

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 22114
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פאלעסיידס האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:05 pm
די עולם אינזשויט די די דעבאטע?

מען האט עס שוין דאס דורך געקייט א שיינע פאר מאל במשך די לעצטע צוויי דריי יאר?
יא סאיז אינטערעסאנט אז די קומסט נאך אריין יעדע מאל ענטפערן מיט א רואיגקייט
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6949
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

פאלעסיידס האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:05 pm
די עולם אינזשויט די די דעבאטע?

מען האט עס שוין דאס דורך געקייט א שיינע פאר מאל במשך די לעצטע צוויי דריי יאר?
גראדע יא. ספעציעל יעצט ווען עס איז אן ערוואקסענע נארמאלע שמועס אן פערזענליכע אטאקעס, זייער אינפארמאטיוו און אינטערסאנט צו הערן אלע פרטים
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3691
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

פאלעסיידס האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:05 pm
די עולם אינזשויט די די דעבאטע?

מען האט עס שוין דאס דורך געקייט א שיינע פאר מאל במשך די לעצטע צוויי דריי יאר?
די לעוועל פון רויע רוסישע אינפלוענסד שמועסן, מיין איך איז די ערשטע מאל.
און נאכאמאל א יישר כח. דיין ריפליי צו אויפקנייטשן און אויסקלארן פלאשי'ס דיסטארדעט צוזאמגעווארפן האבמל דשאמבל, איז מיר א קאלט גלעזעל וואסער מיט היימישע לימענע זאפט.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
רואה חשבונות
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואה חשבונות »

@שאינו יודע פארוואס עפעס "שאוט אפ" @הרב יואל קליין זאגט דאך אזוי גוט!

ווי אויך הרב @פאלעסיידס מיט אביסל מער אריכות!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6949
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

רואה חשבונות האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:21 pm
@שאינו יודע פארוואס עפעס "שאוט אפ" @הרב יואל קליין זאגט דאך אזוי גוט!
ווייל איך האב שוין גראדואירט קינדערגארטן. פערזענליכע אטאקעס גיסו נישט צו צום שמועס און עס איז קיינעם נישט נוגע
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”