לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
א נייניקל
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - פרישע פאוסט ב' תרומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

וואסערפאל האט געשריבן: כ’וואלט פארגעשלאגן מ’זאל פון דא לאזן שלומי רעדן אליין, מ’זאל מאכן א באזונדער אשכול פאר קאמענטארן.

איך האלט נישט דערפון, פשוט וויל עס פארלירט דעם אויטענטישקייט.
איך וויל עפעס פרעגן אויף זיינע ווערטער, דארף איך אים קאפירן, און מ'פארט געווענליך שטארק אוועק
(חוץ אויב די ווילסט מאכן אז שלומי זאל אריינלייגן זיינע תגובות און 2 באזונדערע אשכולות, איינס נאר ער, און די צווייטע צו מגיב זיין)
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7338
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אויפן ערד אינטערן הימל

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - פרישע פאוסט ב' תרומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

א נייניקל האט געשריבן:

גאמ
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן

צוויבל קוגעל האט געשריבן:
דער הימלישע איד האט געשריבן:
צוויבל קוגעל האט געשריבן:
דער הימלישע איד האט געשריבן: WOW דאס איז מוראדיג, כקען נישט ווארטן פאר נאך,
גראדע פון א סטעידש האביך נישט מורא, שוין כמה פעמים גערעדט פאר א ציבור,
אבער מיט שפילן דארף איך דיין הילף, דהיינו איך קען שפילן אבער נישט מער, קארדס האלט איך מיר אינמיטן אויסלערנען,
געקויפט א קיבארד האביך וויניגער ווי א יאר צוריק און איך שפיל שוין היינט ווי א זיידע, (ווען כהאב עס געקויפט האביך נישט געקענט אפי כי לה'... אבער עפעס פלוצלינג איין טאג האביך אנגעהויבן שפילן גוט, און סווערט בעסער יעדן טאג.) קיינמאל גענומען לעסאנס, נאר מיינע פינגער שפילן.
איז ווי אזוי קען איך מיר די גרינגסטע אויסלערנען קארדס? און נאוטס, ווי אויך טאונס מיט סקעילס וכו....

ס'איז דא א באבובער איד אין בארא פארק וואס הייסט ווערצבערגער און ער האט אמאל געגעבן לעסענס פאר קיבאורד פאר פרי איך גיי טרייען דיר צו שאפן זיין האט ליין נאמבער איך האב מיר דארט אויסגעלערנט ליינען נאוטס
קאורדס האב איך שוין געקענט פון פארדעם אבער ער לערנט דאס אויכעט אויס

Wow שקויעך קענט וועיט

718-435-1923 פרעג אים צו די קענסט האבן פון אים זיין לעסענס פאר קיבורד סיי די פאפירן און סיי די audio דערפון

wow שכח באמת א דאנק
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
סא'סוד
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 1:21 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - פרישע פאוסט ב' תרומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סא'סוד »

אז מ'האט שוין דא ר' שלמה, כ'האב לעצטענס געהערט א רויע מוזיק טרעק צוטיילט איעדע אינסטרומענט, און כ'האב פארשטאנען אז קודם כל איז די קאָרדס די בעה"ב וואו צו פירן דיין נשמה/נפש/שפראך.
און בעיס גיטאר איז נישט די איינציגסטע צו דרייווען די באן פון די קארדס, עס קומט שטארק צוזאמען מיט פיאנא.
מיין שאלה איז, אויב למשל די קארדס אדער סיי וועלעכע אנדערע קבוצה טוט א פארגעשריבענע קנייטש וכדו', וועמענס שפראך רעפעזענטירט מען דא?
צו דען רעדסטו דיין שפראך נאר ווען דו קאלערסט ארויס פון די ליין? אדער אפי' ווען די גאנצע קבוצה זינגט קען מען דערהערן וואס די אינווידיאלע וויל ארויסברענגען?
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - פרישע פאוסט ב' תרומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

סא'סוד האט געשריבן: וועמענס שפראך רעפעזענטירט מען דא?
צו דען רעדסטו דיין שפראך נאר ווען דו קאלערסט ארויס פון די ליין? אדער אפי' ווען די גאנצע קבוצה זינגט קען מען דערהערן וואס די אינווידיאלע וויל ארויסברענגען?

זייער זייער א גוטע קשיא געפרעגט.

צו ענפערן דיין פראגע אין קורצן: קודם כל יא, יעדנ'ס טאלאנט מאכט א חילוקאפילו ווען ער זינגט די זעלבע זאך צוזאמען מיט נאך אפאר אירע, ס'איז אפשר שווערער צו איידענטיפייען פונקטליך 'וואס' אן אינדיווידואליסט טוט אויף אין א קווייער אבער די אינערליכע תוכן איז וואס ס'מאכט די חילוק, אפילו יעדער טוט טעקניקלי די זעלבע זאך. ס'זענען דא אזויפיהל כללים אין זינגען אז ס'פארלאנגט אזוי סאך מער ווי 'סתם' זינגען. די וועג וויאזוי מען קנייטשט דעם ניגון, די דיינעמיקס פון יעדנס וואויס, די טייט'נעס פון יעדן מעמבער וכו' וכו'.

דאס איז אלס געזאגט געווארן ווען מ'רעדט פון א קווייער. ווען מ'רעדט אבער פון א בענד וואו יעדער שפילט עפעס אנדערש (כ'רעד בעיקר פון רידעם פלעיערס וואו יעדער האט ממש א צווייטע ראללע) אידעך א זיכערע זאך אז יעדנס וואויס ווערט עקסטער געהערט, און ממילא ווען די בעיס גיטאר שפילט זיין פארט אפילו ווען עס שפילן דעמאלטס מיט נאך פינעף זעקס אנדערע אינסטרומענטן צוזאמען מיט אים, וועט זיך נאך אלס ארויסזעהן די אייגנארטיגקייט און פערסאנאליטי פונעם בעיס-פלעיער אפילו ווען ער קאלערט נישט ארויס פון די באקס. ס'זענען פארהאן מוזיקאנטן וואס שפילן פונקטליך וואס די בוק הייסט און לייגן נישט צו קיין עקסטערע ספייס, דערנאך זענען דא די מוזיקאנטן וואס לייגן אריין זייער גאנצע חיות און פערסאנאליטי אין זייער מוזיק, זייער סאונד איז יוניק און מ'קען זיי תיכף אידענטיפיצירן ווען זיי שפילן אויף א טרעק ווי נאר מען הייבט עס אן צו הערן (לאמיר נעמען א דוגמא פון דעם אלעמען באליבטן גיטאר שפילער אבי סינגולדה, ווער האט דען נישט ליב זיינע אפעטיטליכע שמאלציגע ליינס, מיר זענען דאך אלע אויפגעוואקסן מיט זיין סאונד. יעצט, אבי איז דוקא א מיוזישאן וואס האט אסאך אייגנארטיגע פלעיוואר און טעיסט, זיינע ליינס פארמאגן זיינע פינגער-פרינטס אלל אווער).

ודי בכך.
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7338
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אויפן ערד אינטערן הימל

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - פרישע פאוסט ב' תרומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

שלומי שפילמאן האט געשריבן:

פארוואס טאקע בוזטו געגאנגען צו בעיס גיטאר?

און די קענסט אנדערע אינסטרומענטן?
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - פרישע פאוסט ב' תרומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

דער הימלישע איד האט געשריבן: פארוואס טאקע בוזטו געגאנגען צו בעיס גיטאר?

א שמועס פאר א צווייטס מאל

דער הימלישע איד האט געשריבן: די קענסט אנדערע אינסטרומענטן?

יא.
איך שפיל רעגולער גיטאר (מעינלי אקוסטיק), און קיבאורד (ממש די בעיסיקס).
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7338
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אויפן ערד אינטערן הימל

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - פרישע פאוסט ב' תרומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

שלומי שפילמאן האט געשריבן:
דער הימלישע איד האט געשריבן: פארוואס טאקע בוזטו געגאנגען צו בעיס גיטאר?

א שמועס פאר א צווייטס מאל

דער הימלישע איד האט געשריבן: די קענסט אנדערע אינסטרומענטן?

יא.
איך שפיל רעגולער גיטאר (מעינלי אקוסטיק), און קיבאורד (ממש די בעיסיקס).

קען מען שפילן בעיס גיטאר אליין? אדער ס'האט נישט קיין טעם...
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - פרישע פאוסט ב' תרומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

געענטפערט אין אישי
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

פאוסט #3 - די 4 לעוועלס אוו עווערנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

פאוסט #3

א גוט יאר אייך.

אזויווי געשריבן אין פאוסט #2 וועלן מיר יעצט ארומרעדן איבער א גאר וויכטיגע און יסודות'דיגע קאנצעפט וואס רופט זיך ' די 4 לעוועלס פון עווערנעס'. אין אנדערע ווערטער – עס זענען פארהאן 4 לעוועלס וואס א מענטש גייט אדורך פון ווען ער באשליסט זיך אויסצולערנען א פרישע פאך ביז ווען ער איז שוין אויסגעצייכנט דערין. ווי דו וועסט זעהן אין די קומענדיגע שורות אז עפ"י רוב ווערן מענטשן סטאק ביי די ערשטע אדער צווייטע לעוועל, און דאס איז וואס מיר ווילן דא בעז"ה אטשיוון דורכ'ן עס אפיהרברענגען דא צום דורכשניטליכן המון עם וואס פיהל פון זיי מוטשענען זיך מיט דעם דאזיגן סטראגל פון נישט קענען זיך רוקן פון סטעפ 1 צו סטעפ 2. איר וועט נישט גלייבן וויפיל פראצענט פאון קאלס וואס רופן פאר מוזיק לעסאנס, הייבן זיך אן מיט 'איך האב שטארק חשק צו קענען שפילן אבער איך האב שוין פראבירט און עס גייט נישט' וכדומה.

און ווי אויבן ערווענט – די קאנצעפט איז נישט בלויז נוגע ביי מוזיק, עס איז נוגע ביי יעדע פעלד ווי ס'איז פארהאן א לערנינג פראסעס, אבער מיר וועלן דאס מציע זיין אויף א מוזיקאלישע שפראך כדי שירוץ הקורא בו:

העמער צוגיין צו די פלייש פונעם ענין:
פאלגענד זענען די 4 לעוועלס פון עווערנעס:

לעוועל 1:
Unconscious Not Knowing
אין יודיש – דו ווייסט נאכנישט אז ס'איז דא אסאך זאכן וואס דו ווייסט נאכנישט
הסבר
– דאס איז די צייט ווען דו מאכסט אפ אז דו ווילסט שפילן אן אינסטרומענט (צו אפשר גאר האסטו געקריגן אן אינסטרומענט אלס א מתנה) אבער דו ביסט נאך גענצליך אומוואוסנד וואס דאס גייט פארלאנגען פון דיר. דאס איז אן עקסייטינג סטעידזש, דו ביסט נאך עקסייטעד מיט דיין נייעם אינסטרומענט, דו שפיגלסט דיך מיט דיין ברענד—ניו סעקסעפאון צו גיטאר וכדומה און דיינע דמיונות פליען אינעם זיבעטן הימל אז ס'קומט גוטע צייטן, דו האלטסט דעם אינסטרומענט מיט די גרעסטע מאס תמימות און דו מאכסטעך ווי דו שפילסט שוין דערמיט כזקן וכרגיל, ס'איז א באנטש פאן.

לעוועל 2:
Conscious Not Knowing
אין יודיש – דו ווייסט שוין אז ס'זענען פארהאן אסאך זאכן וואס דו ווייסט נאכנישט
הסבר
– דעי לעוועל איז שוין ווייניגער עקסייטינג און אפילו אביסל פעינפול. דאס איז נאכדעם וואס דו האסט שוין באשלאסן זיך אריינצולייגן ראשו ורובו אינעם נייעם אינסטרומענט, האסט אנגעהויבן נעמען לעסאנס אדער ליינען בוקס און דו האסט שוין אנגעהויבן אביסל צו זעהן וואס אלס דו גייסט דארפן לערנען כדי צו קענען, די בוק האט אסאך שרעקעדיגע ווערטער, סקעילס, מאודס, שארפס, פלעטס, קוואדער נאוטס, מעידזשאר, מיינאר וכו'.. און די עקסייטמענט וואס דו האטס געהאט אינעם פריערדיגע לעוועל איז שוין יעצט ווייט נישט די זעלבע וויבאלד יעצט זעהט שוין דיין דמיון גאר א צווייטע בילד. שעות פון פרעקטיס און שווערע הארעוואניע. און – אינ'אמת'ן גערעדט – דא איז די פלאץ ווי רוב סטודענטס שטעלן זיך אפ (משפטים פיבער בלע"ז) און מ'ווערט אפגעשוואכט פון גיין פאראויס.

לעוועל 3
Conscious Knowing
אין יודיש – דו ווייסט (צו דו האלטסט) אז דו ווייסט שוין אסאך
הסבר
– דעי לעוועל איז שוין אביסל טריקי.. דאס איז ווען דו האלטסט שוין נאכן אריינלייגן שעות על גבי שעות פון פרעקטעס, דיינע ידיעות זענען שוין יעצט היבש אויסגעברייטערט. דו ביסט שוין נישט דערשראקן פון די אלע פרעמדע נעמען און מוזיקאלישע טערמס. דיין עקסייטמענט איז שוין גאר גרויס און דיין סעטיספעקציע גאר געשמאק, דו דרייסטעך שוין צווישן אנדערע קענער בקומה זקופה. דאס איז א לעוועל ווי פולע מוזיקאנטן ספענדן רוב פון זייער לעבן. די חסרון פון לעוועל 3 איז אז דו ביסט נאך ווייט פון נאטורליך, דו ביסט כסדר פארנומען צו שאוי-אפפ'ן מיטן שפילן אינטערעסאנטע שטיק (אדער ווי א גרויסע מיוזישאן רופט עס אן: שפילן מיט צופיהל צוקער..) און דו ביסט נאך ביזי א גאנצן צייט צו טראכטן וואס דו טוסט בשעת דו טוסט עס.

לעוועל 4
Unconscious Knowing
אין יודיש – דו געדענקסט שוין אפילו נישט צו זאגן וויפיל דו ווייסט אלץ, עס ליגט אין דיין סוב-קאנטשעס
הסבר
– דאס איז די לעוועל ווי דו קענסט שוין אזוי גוט אז דו דארפסט שוין מער נישט טראכטן דערוועגן, ס'שפילט זיך פון זיך אליינס. מ'קען דאס שטארק באמערקן ביי תלמידי חכמים, למשל א פרישע כולל יונגערמאן א למדן וואס לערנט פעסט הלכות שבת, ווען ס'קומט אים אויס צו פסק'ענען א שאלה פון הלכות מוקצה וועט ער נעמען גיסן טורי זהב'ס מיט מחצית השקל'ס עם כל הראשונים און אחרונים, פשוט ווייל ער געפונט דאס אלס א פאסיגע געלעגנהייט צו שניידן די פירות פון זיין שווערע הארעוואניע. ווידער אמאל וועט מען זעהן די גרעסערע תלמידי חכמים וואס האלטן שוין יארן נאכן האקן שטיקער יומם ולילה, ווען זיי פסק'ענען א שאלה וועלן זייערע תשובות עפ"י רוב זיין מינימאל און צו די פוינט, דאס איז לעוועל 4 בתפארתו.

וואס איז אינערעסאנט צו באמערקן איז, אז לעוועל 1 און לעוועל 4 האבן אסאך 'אין קאמען'. זיי זענען ביידע איגנארענט און ווייזן ארויס רואיגקייט ווען זיי שפילן אדער זינגען. זיי זענען נישט פארנומען טראכטן צו זיי זענען נישט אוו-טאן אדער וואספארא שטיקלעך זיי קענען יעצט אריינווארפן וכדומה. און דאס איז אונזער גאול אלס סטודענטס, צו שטרעבן אנצוקומען צו דאס וואס מיר האבן ארומגערעדט אינעם פאריגן ארטיקל " פרידאם".

המשך יבא אי"ה
הצלחה
לעצט פארראכטן דורך שלומי שפילמאן אום מיטוואך פעברואר 02, 2022 9:51 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: פאוסט #3 - די 4 לעוועלס אוו עווערנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

שלומי שפילמאן האט געשריבן: פאוסט #3

הצלחה

;l;p-;l;p-זייער זייער גוט און קלאר ארויסגעברענגט. גאר פליסיג און געשמאק געשריבן.
לעצט פארראכטן דורך כינור אום דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 1:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4980
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ד' תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

מוזיק איז שוין איינמאל א שפראך ביי שלמה..
זיין שפראך איז מורא'דיג!
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5520
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע:מחנה ישראל

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ד' תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

יוש איז דאס גוט צוזאם גענומען בכלל א גוטע נקודה צו וויסן אויפן לעבן אין אלע אינזיכטען... שכוח ר' שלמה!

איין זאך פארשטיי איך נישט לעוועל 1 איז פרידאם טאקע אבער פאר איין רגע, סשפילט זיך נישט.. פארוואס גלייכסטו אים צו לעוועל 4?
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ד' תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

נתן בן ופסי האט געשריבן: איין זאך פארשטיי איך נישט לעוועל 1 איז פרידאם טאקע אבער פאר איין רגע, סשפילט זיך נישט.. פארוואס גלייכסטו אים צו לעוועל 4?

ווייל ביידע שמייכלען.
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ד' תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

ר שלמה, איר האט נאך א פאך, די פאך פון איבערגעבן.
דאס איז לעוועל 5, פארשטיין די אנקאנטשעס וויסענשאפט און צוריקגיין צו איינער וואס האלט ביי פריערדיגע לעוועלס און עס איבערגעבן
fidler
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 14, 2021 3:44 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ד' תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fidler »

יוד אלף האט געשריבן: ר שלמה, איר האט נאך א פאך, די פאך פון איבערגעבן.
דאס איז לעוועל 5, פארשטיין די אנקאנטשעס וויסענשאפט און צוריקגיין צו איינער וואס האלט ביי פריערדיגע לעוועלס און עס איבערגעבן

איך מיין אין קורצן מיינט עס א טיטשער
ניין?
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ד' תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

fidler האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן: ר שלמה, איר האט נאך א פאך, די פאך פון איבערגעבן.
דאס איז לעוועל 5, פארשטיין די אנקאנטשעס וויסענשאפט און צוריקגיין צו איינער וואס האלט ביי פריערדיגע לעוועלס און עס איבערגעבן

איך מיין אין קורצן מיינט עס א טיטשער
ניין?

יא אבער נישט יעדע טיטשער האט עס ארויס. משא"כ ר שלמה האט דעם פאך אויך
fidler
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 14, 2021 3:44 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ד' תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fidler »

יוד אלף האט געשריבן:
fidler האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן: ר שלמה, איר האט נאך א פאך, די פאך פון איבערגעבן.
דאס איז לעוועל 5, פארשטיין די אנקאנטשעס וויסענשאפט און צוריקגיין צו איינער וואס האלט ביי פריערדיגע לעוועלס און עס איבערגעבן

איך מיין אין קורצן מיינט עס א טיטשער
ניין?

יא אבער נישט יעדע טיטשער האט עס ארויס. משא"כ ר שלמה האט דעם פאך אויך

אויב אזוי טאר מען צו אזא טיטשער נישט גיין
(I got you)
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ד' תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

יוד אלף האט געשריבן: ר שלמה, איר האט נאך א פאך, די פאך פון איבערגעבן.
דאס איז לעוועל 5, פארשטיין די אנקאנטשעס וויסענשאפט און צוריקגיין צו איינער וואס האלט ביי פריערדיגע לעוועלס און עס איבערגעבן

;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-

נישטא וואס צוצולייגן, רבי שלמה קומט אריין גאר קלאר, דעליווערט וואלידע פונקטן אין א לייכטן שפראך. כה לחי, מיר זענען זיך מחיה מיט איעדן ווארט.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ד' תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

יוד אלף האט געשריבן: דאס איז לעוועל 5, פארשטיין די אנקאנטשעס וויסענשאפט און צוריקגיין צו איינער וואס האלט ביי פריערדיגע לעוועלס און עס איבערגעבן

א יישר כח.

לעולם אז דו טראכסט אריין, מ'דארף נישט אזוי שווער ארבעטן צו פארשטיין עמיצן וואס האלט אויף א קלענערע לעוול ווי דו ווייל א מענטש לערנט כסדר פרישע זאכן, ממילא אפילו אויב לאמיר זאגן דו ביסט א פראפעשינאל אין מוזיק צו אין אקאונטינג וכדומה, וועסטו אבער נאך אלס דארפן זיין א מתחיל ביי אסאך אנדערע פעלער ווען דאס לעבן פארלאנגט זיך צו לערנען עפעס פריש אדער טוהן א זאך וואס מ'האט נאך נישט געהאט קיין טשענס צו קונה זיין נאלעדזש דערין פון פארדעם. צו דאס איז א נייע דזשאב, אדער א נייע עקספיריענס אין לעבן ווי חתונה מאכן א קינד וכדומה. דער מענטש הערט נישט אויף צו זיין א בעגינער כסדר..

ותכלית הידיעה שלא נדע (בשם מוהר"ן מברסלב).
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
אושר עד
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:22 pm
לאקאציע:בעיסמענט

Re: פאוסט #3 - די 4 לעוועלס אוו עווערנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושר עד »

שלומי שפילמאן האט געשריבן: פאוסט #3

א גוט יאר אייך.

אזויווי געשריבן אין פאוסט #2 וועלן מיר יעצט ארומרעדן איבער א גאר וויכטיגע און יסודות'דיגע קאנצעפט וואס רופט זיך ' די 4 לעוועלס פון עווערנעס'. אין אנדערע ווערטער ....

המשך יבא אי"ה
הצלחה

Wow wow אין מילים. לאז ארויס מוזיק, אזוי אין איין קורצע שיעור האסטו אזוי קלאר ארויסגעברענגט ווי די וועלט איז צוטיילט אין פיר קאטעגאריעס.

דאס איז א לעקציע וואס קען צונוצקומען אין יעדע הינזיכט, פשוט זיך אליינס צו מעסטן ווי מען שטייט און פארשטיין עני סוגיא וואס מען איז עוסק.
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: פאוסט #3 - די 4 לעוועלס אוו עווערנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

אושר עד האט געשריבן: דאס איז א לעקציע וואס קען צונוצקומען אין יעדע הינזיכט, פשוט זיך אליינס צו מעסטן ווי מען שטייט און פארשטיין עני סוגיא וואס מען איז עוסק.

הונדערט פראצענט!
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
א נייניקל
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ד' תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

א שאלה צו שלומי שלא מן הענין, פארוואס זעהט מען אסאך מאל א דראם מיט א פרקאשען?
און אויב א דראם קען נישט טון אזויפיל זאכן ווי א פראקאשען, דאן פארוואס בכלל א דראם?
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ד' תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

לא ראוי זה כראוי זה.. דראמס איז דראמס און פערקאשען איז פערקאשען (ווי זאגט יארמער רב: דריי אזייגער פארטאגס איז ביי אים דריי אזייגער פארטאגס.. אנע חכמות).

דראמס טוט אהערשטעלן א פאדאמענט פאר די רידעם (קוק, סנעיר, היי-העט) וואס דאס איז בכלל נישט די ארבעט פון א פערקאשעניסט. ואכמ"ל.

דרך אגב - הרב כינור האט מיר גע'אישי'ט מיט א לינק צו זיין אשכול מוזיקפידיע וואו לויט ווי ס'קוקט אויס האט ער דארט שוין געקאווערט מערסטנס טייל פון די בעיסיק ידיעות פאר מוזיק טעארי. ראה שם ותמצא נחת!
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פאוסט #3 - די 4 לעוועלס אוו עווערנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

שלומי שפילמאן האט געשריבן: פאוסט #3

wow!! געליינט אין איין אטעם, זיך גע'שפראכלאז'ט..!!! נישטא וואס צוצולייגן.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”