לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?
מיין נאמען איז שלמה אלעזר (א.ק.א. שלומי) שפילמאן פון קרית יואל. עטליכע פון ענק געדענקען מיר מסתמא אלס דער בעיס גיטאר שפילער פון די פריילעך בענד (תשע"ד - תשפ"א). עס איז אן אמת'ע געשמאק זיך צו געפונען אויף אייוועלט, א כשר'ע פלאטפארמע פאר היימישע יודן, מיט אנע שיעור אוצרות און נוצבארע ידיעות ברוחניות ובגשמיות.
די סיבה פארוואס מיר האבן זיך ארויפגעסיינט דא אויף אייוועלט איז ווי פאלגענד.
דער מסבב כל הסיבות האט צוגעפירט אז איך זאל לעצטנס פארנומען ווערן מיטן אויסלערנען מוזיק פאר יודישע קינדער וואס זוכן ארויסצוברענגען זייער טאלאנט אויף אן אינסטרומענט. איז מיר געקומען אויפן געדאנק דעם שבת אז אפשר וואלט כדי געווען אביסל מיטצוטיילן מיטן עולם פארשידענע אינטערעסאנטע קאנצעפטן וואס איז מיר אויסגעקומען צו לערנען במשך די פארגאנגענע יארן איבער די חכמת המוזיקה און ס'קען שטארק צונוץ קומען פארן עולם דאהי וועלכע זוכן אביסעלע פרישע ידיעות אין די נושא.
==========
בעפאר איך הייב אן מיינע ווערטער, וואלט איך זייער נייגעריג געווען צו הערן פונעם ציבור, וואס איז דאס מוזיק?אויב איינער קען מיר מסביר זיין פון וואס באשטייט מוזיק?
- אסאך אירע ענטפערן אז מוזיק באשטייט פון נאטן
אסאך אירע ענטפערן אז מוזיק באשטייט פון רידעם
אסאך אירע ענטפערן אז מוזיק באשטייט פון סקעילס
אסאך אירע ענטפערן אז מוזיק באשטייט פון מענטשן וואס זוכן צו מאכן געלט
אסאך אירע ענטפערן אז מוזיק באשטייט פון מענטשן וואס זוכן אטענטשאן
אלזא האלט אייך נישט צוריק און לאזט הערן אייער מיינונג, און אויף דעם ארויף וועלן מיר אי"ה אנהייבן דעם אשכול בשעטומ"צ.
=======
נ.ב. אויב האט איר סיי וועלכע הערות אדער איידיעס פאר דעם אשכול, קענט איר שיקן אין אישי.
א גוטע וואך.
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!