(איך ווייס נישט וועלעכע כולל די גייסט אבער איך ווייס זייער גיט די חילוק צווישן שותפם אין עיסקא אין איך האב שוין עקשעלי געטין ביידע. )
לאמיר עס לייגן די וועג, די עיקר חילוק פון א שותפות און אן עיסקא איז, אז אן עיסקא מוזטו באצאלן די גאנצע געלט וואס מ'האט זיך אויסגענומען אפילו די גאנצע ביזנעס גייט שלאפן! משא"כ א שותפות, ווי לאנג דו טוסט די בעסטע וואס דו קענסט, און די ביזנעס גייט שלאפן, האט דער שותף דערלייגט. פארדעם איז פארשטענדליך אז מ'אפערט א גרעסערע פראצענט, ווייל ער טיילט דאך מיט די ריסק.
דער פותח האט קלאר גערעדט פון שותפות. קוקטס די קעפל ליתר שאת.
ענטפער די פאלגענדע שאלות קלאר און אויב מאכט עס סענס דארף מען קענען באקומען געלט פאר אינטער 15%
מצב פון די ביזנעס כהיום: וויפיל סעילס מאכט די ביזנעס א יאר? וואס איז די סכום פון די גראוס פראפיט? וויפיל איז די גראוס פראפיט פראצענט? וויפיל פראצענט איז די פעיראל פון די גראוס פראפיט? וואס איז די סכום פון די נעט פראפיט? וויפיל איז די נעט פראפיט פראצענט?
וויפיל חובות האט די ביזנעס? וויפיל איז די טאטעל אינטרעסט פעימעינט וואס די קאמפעני צאלט א יעדע חודש?