Re: שבת 'לדורותם' פרשת כי תשא תשפ''ב שע''י קהילת סאטמאר וויליאמסבורג - מהר''א
ר' זעקל האט געשריבן:בן כלבא שבוע האט געשריבן:יצחק ברוך האט געשריבן: פלעגט נישט ר'מענדל פאהרן אויף א שבת אין שובבי''ם פאר ביליגער?
וואס איז די געדאנק אנדערש ווי דאס וואס די רב מאכט?
יענס איז מער א רוחניות'דיגע ווארעמע שבת בלויז מיטן רב, יעצט גייט די שבת זיין אויך פאר די בעלי בתים מער אויף די היינטיגע שטייגער, מיט פארשידענע רעדנערס און מער צוגעשטעלט בגשמיות.
איך וויל דיך אביסל אויסבעסערן.
די חילוק פון די יערליכע שבת און די יעצטיגע, איז נישט ווס רוחניות און גשמיות.
די שבת גייט זיין א ריין רוחניות'דיגע שבת, נאר צוגעשטעלט אויף א רייכערע פארנעם, און מיט א ברייטע אויסוואל פון רעדנערס ספעציעל פאר וויליאמסבורג, משא''כ די געווענליכע שבת איז גראדע געווען אנגעפירט דורך א קרית יואלע איד אויף א קרית יואלע שטייגער בלויז מיטן רב.
עס קוקט אויס ווי עס קומט א געוואלדיגע שבת.
אויב שוין יא אויסבעסערן, בעסער האט נישט קיין שיעור...
די שבתים די לעצטע 10-11 יאר איז געווען א פריוואטער אינטערנעמונג אנגעפירט דורך ר' אלימלך עקשטיין, אנגעהויבן האט ער עס וואוינענדיג אין וויליאמסבורג, הערשט געמופט קיין קר"י מסתמא א פינף יאר שפעטער. אבער ער האט נאכאלס אראנדזשירט דעם יערליכן שבת, ביז יעצט וואס ווי איך פארשטיי האט עס קהל גענומען אויף זיך אין מ'גייט גיין גרויס.