נייע שטאט האט געשריבן:
און מיינע ידידים קענען נאך נישט צו זיך קומען פון די דרשה פון הרב פערל שליט"א מיין איך איז געווען פרייטאג ערגעץ
וועלכע רב פערל?
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link: https://sellerboard.com/?partner=00529
פריטלעך האט געשריבן:
ר' חיים אהרן אונגער איז אויך געווען גאר גוט. (כ'בין נישט געווען ביי זיין שמועס פון 1-2:30 פארטאגס נאך די סעודה. ווייל מיין אימפרעשאן אויף אים איז מער אלס דיין, פארלערנען הלכות וכדו' אבער נאך דעם שמועס האב איך געהערט פון אסאך אז זיין חכמה אין השקפה אין הנהגת הבית אין געווען מלא תוכן וחידוש)
עפעס נישט נערמאל גוט געווען דעי דרשה. 10+
איך קען מיך נאך אלס נישט מוחל זיין אז איך האב פארפאסט די דרשה.
באקומען אין אימעיל פון קהל טעגליכע אימעיל =באריכט=
יוֹם שַׁבָּתוֹן אֵין לִשְׁכּוֹחַ! [/size]
אומפאַרגעסליכער "שבת לדורותם" גלאַנצט מיט חיזוק והתעלות, אמונה, אחדות, השקפת החיים בדרך המסורה, מיט העכער 1,200 חברי קהילתינו הק' געפראַוועט אין גיגאַנטישע "קראָון פלאַזאַ" קאָמפלעקס אין סטעמפאָרד, קאָנעטיקוט – פילע שיעורים און דרשות הדרכה והשקפה געהערט דורך וועלט-באַרימטע דרשנים, בעלי השקפה, חינוך-ריזן און משפיעים, אין שפיץ פון הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א – לעכטיגער שבת באַשיינט דורך רייכע גאַלעריע פון מורי צדק, מרביצי תורה, רבני ודייני קהילתינו הק' שליט"א, און ריזן ציבור בעלי בתים זקנים ונערים, אהבת קדומים, אברכי הכוללים, בני עלי', מסלתה ומשמנה פון אנשי שלומינו – קדוש היא מבואו ועד צאתו!
סטעמפארד, קאנעטיקוט. – די העכער טויזנט משתתפים פון אלע שיכטן פון קהילתינו הק' דאהי אין וויליאמסבורג, זענען שפראכלאז פון דעם לעכטיגן "שבת לדורותם", אהיימקומענדיג אנגעפילט מיט אומצאליגע באגאזשן פון חיזוק און התעלות אין אלע תחומי החיים, חינוך הבנים והבנות, השקפה בהירה וברורה בדרך המסורה פון רבינו הק' והטהור זי"ע, מיד ולדורו"ת, מיט הערצער פארפלייצט אין געגועין וכיסופין להתענג על ה', נאכן הערן אזא רייכע אוצר פון דברי הדרכה און קלארע דברי השקפה בדברים העומדים ברומו של עולם פון די סאמע בעסטע מחנכים און משפיעים שליט"א ביים היימישן ציבור, דורכאויס די לעכטיגע טעג פון שב"ק פר' כי תשא תשפ"ב. "שבת לדורותם" איז נישט עפעס וואס מ'קען איבערצוגעבן מיט טריקענע ווערטער. די התרוממות'דיגע געפילן וואס עס האט זיך געשפירט דורכאויס דער יום "שבת מעין עולם הבא", ווען דער גאנצער גיגאנטישער "קראון האטעל" קאמפלעקס איז פארוואנדלט אין א הייליגע אטמאספערע פון לויטער חסידים ואנשי מעשה פון אלע שיכטן פון אונזער קהילה דאהי אין וומסב"ג, אלע פליגלען, זאלן, און קארידארן האבן האבן זוכה געווען צו דינען אלס טייל פון די אכסניא פאר די פילצאליגע כינוסים ומאורעות קודש במשך דעם גאנצן שבת, אנגעהויבן פון עש"ק כחצות היום ביז מוצאי שב"ק שוין נאך 2:00 באשמורת הבוקר. יעדע שעה פונעם הייליגן "שבת לדורותם" איז פאריבער אין א געוואלדיגע אחדות'דיגע אטמאספערע, וואס האט מאחד געווען דעם גאנצן ציבור מקטן ועד גדול כאיש אחד בלב אחד, און האט געברענגט עמערס פון חיזוק והתעלות, שמחה ודביקות עילאה, מיטן ריכטיגן שטאלץ צו געהערן צום "מחנה אלקים", מיטן פולסטן שטאלץ צו טראגן דעם קרוין אלס חסיד'ישער איד, און זיך אנקערן אין די הייליגע לגיון של מלך פון רבינו הק' מסאטמאר זיע"א, תחת דגלו והדרכתו פון רבי'ן שליט"א. "כי אם לשמוע את דבר ה'" – דער ריזן ציבור ביים "שבת לדורותם", איז דורכאויס די דרשות, וועלכע זענען פארגעקומען עטליכע צו די זעלבע צייט, געזיצן צוגענאלגט מיט מאגנאטישע הערצער צו הערן די פילע דרשות, און געשלינגען מיט דורשט די דורכדרינגליכע ווערטער, במשך לאנגע שעה'ן. דאס אלעס האט ארויסגעצייגט די אינערליכע שאיפות פון יעדן יחיד מחזק צו זיין בדקי ביתו אויף די ריכטיגע דרכים המסורים לנו מפי רבותינו הק', און די אור-עלטערן פון פריערדיגן דור, צו פארזיכערן דעם המשך ועתיד הדורות אויף די זעלביגע דרכים, בלי שום שינוי זיז כל שהוא פון די אמליגע דרכי המסורה. דער גאנצער פראיעקט פונעם "שבת לדורותם" איז צושטאנד געקומען אויף די אינציאטיוו פון די צענטראלע אפיסעס פון "קהל יטב לב", וועלכע איז פארנומען דורכאויס דעם גאנצן יאר מיט גרויסע פעולות להגדיל תורה ולהאדירה, ובפרט אין גאר שטארקע פעולות צו מאחד זיין די בני הקהלה פון איבער גאנץ וויליאמסבורג, און שטייט גרייט ביי יעדע פעולה לטובה. דער גאנצער אפיס פון קהל האט אין די לעצטע וואכן געדינט אלס סטאנציע פונעם "שבת לדורותם", וואו דער ריזן אונטערנעמונג איז געווארן אהערגעשטעלט על צד היותר טוב. יעצט ווען מ'שטייט שוין נאכן "שבת לדורותם" קוקט מען צוריק אויף די געוואלדיגע סייעתא דשמיא וואס האט באגלייט אויף טריט און שריט, וגם בעיניהם יפלא, ווי עס איז ב"ה געלונגען אהערצושטעלן אזא לעכטיגער שב"ק וואס מ'האט זיך נישט געקענט מצייר זיין פון פאראויס, יעדע דעטאל איז געווען צוגעשטעלט מיט אזא טעם וחן, מיט א זעלטענע הרחבה און געשמאק, און יעדע פיצעלע ריר איז געווען מיט א אויסערגעווענליכע סוקסעס, ערהאבן און גייסטרייך, און וועט פארבלייבן ביי די העכער טויזנט משתתפים אלס ריכטיגער "יום שבתון אין לשכוח".
מצב ההכנות
בלויז א קורצע תקופה פון 2-3 וואכן איז פארביי זינט עס איז ארויסגעקומען די "בשורה מרנינה", אז קהילתינו הק' גרייט זיך – בהורמנותא דמלכא פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א – אפצוהאלטן אזא סארט שבת וואס איז נאכנישט געווען אין די היסטאריע פון די הייליגע קהלה על אדמת אמעריקא. באלד האט דאס ארויסגעברענגט פייערליכע געגועין מיטצולעבן אזא סארט שבת, וואס וועט זיין געווידמעט מבואו ועד צאתו אריינצובלאזן חיזוק און הדרכה אין אלע תחומי החיים. עס איז היינט א מצב וואס אומעטום דערקענט זיך דעם שטארקן צמאון צו הערן דעם דבר ה', ומאידך גיסא בעיקבתא דמשיחא זענען מענטשן שטארק פארנומען מיט טירדות הזמן, און די פגעי הזמן לויפט מיט א אויסטערלישן גאלאפ, שנעלער ווי דער מח קען נאכלויפן. היימישע אידן גייען אדורך נסיונות און שוועריקייטן צו האלטן דעם קאפ אין די הייעך, דורכצושווימען די שטורמישע וואסערן וואס פארפלייצט מכל הבא ליד, און מ'זוכט די ריכטיגע עצות ותחבולות צו קענען אנגיין מיטן ריינעם אידישן לעבן על מי מנוחות, און אויף דעם ערליכן דרך אויך פארזיכערן דעם עתיד פון די קומענדיגע דורות. אויך פון א קהלה שטאנדפונקט דערזעט זיך דער גרויסער צורך זיך צוזאמצוקומען תחת קורת גג אחד צו הערן דעם דבר ה' כאיש אחד ובלב אחד, אין א ברידערליכע אטמאספערע, און היינט ווען ס'איז פאראן א מבול של "כינוסי חיזוק" פון פארשידענע סארט, איז דער צורך פיל גרעסער צו סערווירן דעם ציבור מיט ריינע און היימישע דברי חיזוק על דרך המסורה לנו מרבותינו הקדושים, אונטער א הייליגע און היימליכע אטמאספערע, בדרכו פון רבינו הק' מסאטמאר זי"ע, וואס על פי תורתו הבהירה אנו חיים וקיימים עד ביאת הגואל. דעריבער איז די בשורה געווארן אויפגענומען מיט א שטארקע קורת רוח און ערווארטונג, און די מאסן בני הקהלה האבן ארויסגעקוקט צו דעם שבת מרומם וואס ווערט אונטערגענומען דורך די קהלה זעלבסט, אונטערן געשמאקן נאמען "שבת לדורותם", וואס טראגט טאקע דעם דערמאנטן באדייט, צו פראווען א שבת וואס וועט ברענגען דעם ריכטיגן תועלת אויף המשכת הדורות, ביום שבת לס' "לעשות את השבת לדורותם". א גרופע פון געטרייע עסקני הקהלה האבן זיך באלד אריינגעווארפן צו מסדר זיין אלע פרטים פונעם גרויסן "שבת לדורותם". די ארבעט האט אריינגענומען פילע אספעקטן, צו מסדר זיין די שטובער, איינרישן די רייכע סעודות, די תפלות, חדרי שינה, מקוה, אולמי הדרשות אא"וו, און מסדר זיין איש איש על מקומו, וכרצונו, מיט די נאנטע און באקאנטע, און נאך פילע צענדליגער איינצלהייטן. פילע שלאפלאזע נעכט איז אריין אין די פאקטישע פעולות אויסצוארבעטן א רייכן סדר השבת, וואס יעדע שעה זאל מען קענען ארויסנעמן די מאקסימום עונג רוחני וואס שייך. דער סדר הדרשות און פאנעלן, די ריכטיגע מגידים און משפיעים, יעדער אין זיין נושא און טעמע, וואס זאל ברענגען די גרעסטע מאס תועלת פארן ציבור. ווי נאר די מעלדונגען זענען באקאנט געווארן, זענען די אפליקאציעס אריינגעקומען אין די מאסן. עלטערן האבן שטארק אויסגעדריקט דעם באגער מיטצונעמען אויך די בחורי חמד צום "שבת לדורותם", וגם מקנינו ילך עמנו, דעריבער האבן די עסקנים באלד מסדר געווען א באזונדערן פראגראם פאר די בחורים, וואו זיי האבן זיך אנגעקוואלן ביים געהויבענעם שבת, מיט חיזוק און התעלות צו שטייגן על במתי התורה והיראה בין עמודי דגירסא, וואו זיי שטעלן אצינד זייער יסוד פארן גאנצן לעבן. וויבאלד די רעגיסטראציע אין "קראון פלאזא" איז פיל געווארן, האבן די עסקנים אפגעדינגען אויך די צווילינג-האטעל דערנעבן. אבער יעדן טאג וואס איז געקומען נאענטער צום "שבת לדורותם" איז דער מצב געווארן הייסער, ביז עטליכע טעג בעפאר שבת, נאכדעם וואס ביידע בנינים אדירים פונעם "קראון" קאמפלעקס זענען אויסגעלאפן פון יעדעס ביסל פלאץ, האט זיך געשלאסן די רעגיסטראציע צום "שבת לדורותם", און מען האט בלית ברירה געמוזט אפזאגן פילע חברי הקהלה וועלכע האבן זיך געמאלדן נאכן באשטימטן ענדע-דאטום.
והיה ביום השישי
פרייטאג אין די אנהויב פארמיטאג שטונדן, האט איבער די בתי מדרשים אין וויליאמסבורג זיך אנגעזען א געווירבל פון די משתתפי השבת. באלד ביי חצות היום האט מען זיך געיאגט צו כאפן א טבילה לכבוד שבת, און באלד זיך ארויסגעלאזט אויף די וועגן צום שטעטל סטעמפארד אין קאנעטיקוט. אנקומענדיגן אינעם "קראון האטעל" איז מען געווארן ווארעם אנטפאנגען דורך די חשובע עסקנים. אויף טריט און שריט האט זיך געשפירט די ווארימע ברידערליכקייט צווישן היימישן ציבור אחים לדעה, מיינסטענס שוין מלובש מיט בגדי שבת. די עסקנים האבן געגעבן די קארטלעך און שליסלעך צו די צימערן. יעדער איז פלאצירט און אנגעוויזן געווארן מיט זיין צימער, און סעודה-זיץ. ביים אנקומען האט מען ערהאלטן א "שבת פעקל", מיט לייכטע איבערבייס און משקאות, א קונטרס "לעשות את השבת לדורותם" מיט אלע פרטי השבת, און דער רייכער קונטרס "תולדות עם עולם", היסטאריע פון די ימי הפורים ותוקף הנס, מעשי ידי אומן פון הרה"ג ר' שמואל שלמה טעללער שליט"א מנהל בית רחל קרית יואל. דער גאנצער האטעל איז געווען צוגעגרייט גאר רייך און עלעגאנט, צוגעשטעלט אויפן היימישן שטייגער, מיט א געשמאקן סאטמארן טעם. היימישע מודעות האבן באצירט די ווענט מיט די פרטי השבת. מ'האט זיך באגריסט מיט חבירים און ידידים, און עס האט געהערשט אהבה אחוה שלום וריעות וואס האט באגלייט דורכאויס דעם גאנצן שבת. די שטאקן האבן געווירבלט ווי א ישיבה דארמיטארי אטמאספער. מ'האט זיך געטראפן מיט אידן פון אנדערע ווייטע געגנטער אין די שטאט. מ'האט פלאצירט די פערזעליכע חפיצים אין די צימערן, וואס איז נישט אויסגעקומען צו נוצן צופיל... בלויז פאר עטליכע געציילטע שעה בליל שב"ק. פאר די חברי "אהבת קדומים" איז דאס דאס פלאץ געווען היימיש, נאכן פראווען באותו מקום דעם בארימטן "שבת תולדות תשע"ז" בראשות דעם רבי'ן שליט"א.יעצט האט דער גאנצער האטעל אריינגענומען פיל א גרעסערן ציבור, בלי עין הרע, פון אלע שיכטן און יארגענג פונעם ברייטן ציבור. "ויקרא בהם שמי ושם אבותי"... די דריי גרויסע "שיעור צימערן" האט מען קורא שם געווען על שמות רבותינו הקדושים, "היכל דברי יואל", "היכל ויואל משה", און "היכל ברך משה". וואס זייער הייליגע השפעה האט טאקע אראפגעשיינט דורכאויס דעם גאנצן שבת. צוליב דעם ריבוי העם האט מען אויסגערישט א גרויסן חלק פונעם פרוזדור (מעין לאבי), און דאס איינגערישט אלס "היכל בית המדרש הגדול", מיט הונדערטער זיצן, אינאיינעם מיט די זייטיגע זאלן און גרויסע שטובער, צו אקאמאדירן דעם ריזן ציבור. בברכת התורה האט מען מקדם געווען בברכה די חשובי העדה, הרבנים הגאונים הצדיקים מורי צדק והוראה, דיינים מומחים און מרביצי תורה בקהילתינו הק', וועלכע זענען געקומען מפאר זיין בראש ה"שבת לדורותם", און האבן מיט זייער אצילות גאר אסאך געהויבן די רוחניות'דיגע אטמאספערע פונעם גאנצן שבת, ה"ה כבוד הגאון הצדיק אבד"ק ור"מ שליט"א, הרה"ג רבי מאיר צוויבל שליט"א מח"ס נר המאיר ומרביץ תורה בקהילתינו הק', הרה"ג רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט"א מרביץ תורה בקהילתינו הק', הרה"ג רבי בעריש ראזענבערג שליט"א מרביץ תורה בקהילתינו הק',, הרה"ג רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראש הכוללים, הרה"ג רבי מנחם מאיר מיטטעלמאן שליט"א מו"ץ, הרה"ג רבי יהושע הכהן געלב שליט"א מו"ץ, הרה"ג רבי בנציון לאוב שליט"א מו"ץ, הרה"ג רבי יוסף אשר זילבערשטיין שליט"א מו"ץ, הרה"ג רבי דוד הירש שליט"א מו"ץ, הרה"ג רבי מנחם זאב שטערן שליט"א מו"ץ, הרה"ג רבי יואל הכהן גלאנץ שליט"א מו"ץ, הרה"ג רבי אברהם אבערלאנדער שליט"א מו"ץ, הרה"ג רבי ישראל בער שטיין שליט"א מו"ץ, הרה"ג רבי חיים אהרן אונגער שליט"א מו"ץ, הרה"ג רבי שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א מרביץ תורה בקהילתינו הק'.
דרשות ערב שב"ק
ביז א קורצע וויילע איז דער ציבור געווען גרייט אנצוהייבן "לעשות את השבת", אריינאטעמען די דברי חיזוק. און נאכן זיך דערכאפן דאס הארץ מיט א ברייטע טועמי', באהבה וריעות, האט זיך אנגעהויבן דער סדר הדרשות פון די מגידים ומשפיעים שליט"א. אין "היכל ויואל משה" איז פארגעקומען א שיינער שיעור דורך הרה"ג רבי שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א, בעניני שבת קודש, אין די נושא: "זעקס טאָג אַרבעטן און רוען, זעקס טאָג אַרבעטן און רוען – וואָס איז דער תכלית?". וואו ער האט בטוב טעם ודעת אויסגעשמועסט דעם תענוג וחדוה אריינצוגיין אינעם שבת מיט שמחה און חדוה דקדושה. באגלייט מיט גאר געשמאקע רעיונות במתק לשונו. פאר בני תורה און לומדי הכוללים איז פארגעקומען אין "היכל ברך משה" א ספעציעלע דרשה דורך דעם בארימטן משפיע ומגיד מפורסם, הרה"ג רבי יחזקאל שרגא ווייס שליט"א, איבער די ריכטיגע השקפה בהירה פון א בן תורה, די התעלות אינעם גאנצן לעבן פון א בן תורה, ובפרט ביום שבת קודש. א וויילע שפעטער איז אין "היכל דברי יואל" פארגעקומען גאר א געשמאקע דרשה, ביסודות האמונה הצרופה, דורך הרה"ג רבי חיים אהרן אונגער שליט"א. גאר שטארק איז געווארן אויסגעשמועסט די יסודות פון אונזער הייליגע אמונה אנגעהויבן פון מתן תורה, וואס איז געגעבן געווארן פארנט פון ששים רבוא מישראל במעמד הר סיני, און די עיקרי האמונה וואס מ'דארף ווייטער מנחיל זיין פאר די קינדער, באצירט מיט געשמאקע און בליציגע משלים וואס האט אריינגעדרינגען בעמקי הנשמה, נישט צו מאכן "אידישקייט" ווי א רוטין, נאר זען גדלות הבורא אין די לעכטיגע אמונה, מיט א שטארקע אמת'דיגקייט. צו די זעלבע צייט איז אין "היכל הבחורים" פארגעקומען דער מעמד "הכנה לשבת" ספעציעל פאר די עטליכע הונדערט בחורים, דורך הרב הגאון רבי יוסף חיים גרינוואַלד שליט"א, מיט ניגוני שבת און א רייכע דרשה, וויאזוי "אַריינקומען אין שבת מיט אַ בחור'ישן פלאַם", באגלייט מיט סיפורי קודש ואמרות טהורות מפי ספרים וסופרים, מ"פרדס הצדיקים".
בואו ונצא לקראת שבת מלכתא
א היבשע וויילע בעפאר זמן כניסת השבת איז שוין דער היכל ביהמ"ד הגדול געווארן אלס מער פיל מיט די גליקליכע משתתפי השב"ק, מ'האט עוסק געווען בדברי תורה, העברת הסדרה, וכולם עומדים ומצפים לקבל פני שבת, מיט די ריכטיגע הכנה. עס איז געווען צוגעגרייט סידורים לכבוד שבת, נדבת הרבני הנגיד מו"ה אברהם יודא ראָזענבערג הי"ו חבר הנהלת הקהלה. א געוואלדיגער רושם האט געמאכט צו זען די באמבאדירנדע פלאטפארמע אויפן רייכן אויבן-אן על פני כל המזרח, באצירט מיט קרוב צו צוויי מנינים מורי צדק און משפיעים פון די הייליגע קהלה זעלבסט, מסלתה ושמנה יראי ה' ובני עלי', ובראשם די רבנים המגידים והמשפיעים שליט"א, ועל צבאם כבוד הגה"צ דער רב שליט"א. "לְמֵיעַל גּוֹ פִתְחִין": נאך א פלאמפייערדיגן תפלת מנחה, פארגעדאווענט דורך הגה"צ דער רב שליט"א, האט אויפגעטרעטן הרב הגאון צנמ"ס רבי דוד פערל שליט"א מחשובי מרביץ תורה במוסדותינו הק' קרית יואל יצ"ו, איבער דעם לעכטיגן ציל פונעם שבת קודש. מיט דברים מתוקים וערבים האט ער אויפגעפלאמט די הערצער צו זיין א כלי מחזיק ברכה פאר די אוצרות וואס מ'וועט דא אנשעפן דורכאויס דעם גאנצן שבת, מיטן כח האחדות, און די תפלות באש התלהבות. ווי א הימלישער כאאר האט אפגעהילכט אינעם ריזן פרוזדור, דער קול שאגת ארי פונעם ריזן ציבור, ווען הרה"ג רבי דוד שלמה לאוב שליט"א לאנגיעריגער מרביץ תורה בתוככי קהילתינו הק' און יעצט אין מאנסי, ור"מ בישיבה הק' קרית יואל, האט צוגעטרעטן צום עמוד און אנגעהויבן "לכו נרננה לה' נריעה לצור ישעינו", וואס איז צוגאנגען אין אלע ביינער, מיט א ריכטיגן נועם מתיקות השבת.
אכסוף נועם שבת
נאכן גוט שבת זאגן פארן רב שליט"א, איז דער ציבור אריין אינעם גרויסן זאל, וואס איז געווען אויסגעלייגט מיט העכער 1,000 זיצן, פאכמאנישט אויסגעארבעט אז יעדער זאל זיצן ווי א מלך, און פון אַלע עקן פונעם זאַל קען מען גוט הערן און מיטהאַלטן דעם גאַנצן סדר הסעודות און די רייכע דרשות. א לאנגער שלחן הכבוד איז געווארן אויפגעשטעלט אויבן-אן, אויף די גאנצע ברייט פונעם זאל, מן הקצה אל הקצה, באזעצט מיט די עיני העדה המורי צדק שליט"א, ובראשם די דרשנים און מגידים, און הגה"צ דער רב שליט"א. ווי ווייט דער אויג האט געקוקט האט מען געזען לאנגע שורות פון היימישע אידן, שיין רייך געדעקטע טישן מיט מאכלי שבת, באצירט מיט א הערליכן "זמירות מפואר" אוהל חיים, און אלע האבן זיך געגרייט צו די לאנגע שעה'ן פון די סעודת ליל שב"ק. "שבת שלום ומבורך" האט אפגעקלינגען די קול תרועת המזמרים, וואס איז באגלייט געווארן דורכ'ן גאנצן ציבור אינאיינעם, "אוי, שרייט'זשע אידעלעך גוט שבת, הייליגער שבת, לעכטיגער שבת, זאג'זשע אלע גוט שבת". דער גאנצער ציבור אינאיינעם האט געזינגען די זמירות לכבוד שבת, מיט א געוואלדיגן רגש, אויפן נוסח וואס ווערט געזינגען ביים שולחן הטהור פון רבי'ן שליט"א, אנגעפירט דורך די ראשי המשוררים בחצרות סאטמאר, ובראש האברך היקר מיטיב נגן מו"ה עמרם אקער הי"ו, אזוי ארום האט די פייערליכע זמירות דורכאויס די גאנצע סעודה אפגעקלינגען אינעם גאנצן זאל. אין די דערהויבענע מינוטן בעפאר קידוש, האט הגה"צ דער רב שליט"א משמיע געווען קורצע דברי הכנה, "כל האומר ויכולו כאילו נעשה שותף להקב"ה במעשה בראשית", און נאכגעזאגט פון ספה"ק נועם מגדים אז דורך זכרהו על היין, ווען מ'זאגט די הייליגע ווערטער פון קידוש אויפן כוס, און דאן טרינקט מען דאס, ווערט דער גאנצער איד געהייליגט, זכור את יום השבת "לקדשו". און בתוך הדברים דערציילט איבער די עבודה פון קידוש על הכוס ביי רבינו הק' מצאנז זי"ע, בנו מרן הק' משינאווא זי"ע, און בנו הרה"ק מסטראפקוב זי"ע. דאן האט דער גאנצער ציבור מקדש געווען על הכוס, זיך געוואשן צו די סעודה, זכרנו את הדגה אשר נאכל, און דאן האט מען ממשיך געווען בזמירות ותשבחות מיט א געוואלדיגן חן ונעימות אינאיינעם דער גאנצער ציבור כל הקהל. "אוי שבת קודש, שבת קודש... הייליגער שבת"... אין די ערשטע מאמענטן פון די סעודה האט מען געהערט א דרשה נפלאה בהשקפת החיים ומסורת אבותינו דורך הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א, מיט קלארע ווערטער איבער דעם תכלית שבת. כדרכו האט ער גערעדט בדברים נוקבין ויורדין חדרי בטן, מיט א שטארקע קלארקייט און אויפריכטיגקייט, בכל אשר יעמול האדם תחת השמש, מ'זאל נישט ווערן פארשלעפט פון די קרירות הזמן און קטנות הדעת בדברים של מה בכך, יעדע טראפעלע וואס גייט אריין פונעם קרירות הזמן איז דאס גורם צו שפעטערדיגע שינויים אינעם מהות פונעם מענטש, זיך האלטן דעם קאפ מיט א קלארע השקפה צו העכערקייט. נאך א קורצע הפסקה בזמירות ושירים, האט מען געהערט א געוואלדיגע דרשה דורך הרה"ג רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, איבער די גרויסע סגולת השמחה וריקודין אין שב"ק. ספאנטאן האט דער גאנצער ציבור זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שבת קודש, וינועו אמות הסיפים, "שבענו מטובך... וטהר לבינו לעבדך באמת". נאך די זמירות "כל מקדש", מיט וואס ס'איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יודא הלוי ווערצבערגער הי"ו מרביץ תורה במוסדות סאטמאר ב"פ, און "מנוחה ושמחה", האט הגה"צ דער רב שליט"א משמיע געווען קורצע דברי תורה, איבער דעם שבת וואס בקוראי שמו "לדורותם", וואס דער זוה"ק (תיקונים כב:) טייטשט דאס מלשון דירה, "לדירתם", "כביכול השכינה קובעת דירה ביניהם" (עי' ספה"ק בני יששכר, כסלו טבת מאמר יג אות ב). אז דער מח פון יעדן מענטש געפינט זיך אין זיין דירה, כאטש ער געפינט זיך נישט דארט רוב שעות פון טאג, אבער דארט איז זיין חיות, זיינע בני משפחה. דאס זעלבע איז דער שבת בבחינת דירה, פון דעם שעפט מען דעם מקור החיים. און אויך אין מקרא יוצא מידי פשוטו, אז דער שבת איז דער טאג וואס איז דער יסוד פאר אונזער דורות. דערמיט האט דער רב שליט"א מכבד געווען דעם בארימטן גאסט פון ארצה"ק, דער מחנך נפלא, הרב משה בלוי שליט"א. כאטש ס'איז שוין געווען גאר א שפעטע שעה, קרוב לחצות הלילה, איז דער גאנצער ציבור געזיצן געשמידט צו די ערטער, און זיך צוגעהערט באוזן קשבת צו די הפלא'דיגע חינוך דרשה פונעם חשובן גאסט שליט"א. ער האט ארויסגעהויבן בנועם לשונו געשמאקע קלארקייט בתהלוכי החינוך, אז יעדער טאטע אין שטוב דארף זיך אוועקשטעלן ווי א "פאספארט", דאס בין איך, און אט די דרכי החינוך זענען די יסודות פון אונזער שטוב, און זיך נישט רירן דערפון. די קינדער זאלן מיטהאלטן די חומרות און דקדוקי הלכה פון די עלטערן. די גאנצע דרשה איז געווען באצירט מיט פאסיגע אנעקדאטן פון פארצייטנס, און פון פאקטישע ביישפילן בנימוסי החינוך וואס ער לעבט כסדר מיט ביי זיין עבודת הקודש. "לך כנוס את כל הבחורים": צו די זעלבע צייט פון די סעודה, איז פארגעקומען די סעודה פאר די הונדערטער בחורים אינעם "היכל הבחורים", בראשות הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א. כדרכו האט רבי מאיר שליט"א געהאלטן געשפאנט די בחורים, אויף א ספעציעל-התעלות'דיגן פארנעם, מיט בליציגע דברי חידוד צו שארפן די מוחות פון די בחורים, ביי יעדן מאמר חז"ל האט ער צוערשט געפרעגט דעם מקור דערפון, און נאכדעם וואס די בחורים מצטיינים האבן צוגעטראפן האט ער ממשיך געווען בנועם אמריו בדברי פי חכם חן. אינמיטן די סעודה האבן די בחורים געהערט א וואונדערליכע דרשה, פונעם בארימטן מחנך הרה"ג הרב אלעזר יונה זילבערמאן שליט"א, בעניני אחדות חברים, און דער גאנצער סדר פון בחור'ישן לעבן, דרכי החיים בנימוס ודרך ארץ אין ישיבה און אין שטוב, אראפגעלייגט מיט געשמאקע ביישפילן אינעם לעבן פון א בחור. אין לויף פון אנדערהאלבן שעה זענען די בחורים געזיצן מיט אפענע מיילער און זיך צוגעהערט צו די געשמאקע ווערטער. גאר שיין האבן די בחורים אזוי פארברענגט לענגערע שעות בזמירות שירות ותשבחות, באגלייט און דעריגרירט דורך האברך החשוב מו"ה יעקב יחזקי' גאנדל הי"ו מחשובי עסקני מוסדות יטב לב.
רייכע פאנעל'ן
לאנג נאך חצות הלילה, ווען די סעודות האבן זיך געענדיגט, דער ציבור איז געהויבן, דערמינטערט, און באגייסטערט, האט מען טועם געווען פירות לכבוד שב"ק, אויף א ברייטן פארנעם. און דאן איז דער ציבור זיך צוגאנגען איש אל מחנהו ואיש אל דגלו, מיטצוהאלטן די ווייטערדיגע סדרי השבת. פאר די בחורי חמד און חברי "אהבת קדומים" איז פארגעקומען א "מסיבת שבת אחים" בראשות הגה"צ דר רב שליט"א, וואו מ'האט ממשיך געווען בזמירות לכבוד שבת, ודברי תורה וסיפורי צדיקים. פארן ברייטן ציבור איז פארגעקומען צוויי פאנעל'ן, אויף צוויי באזונדערע פלעצער. פאר א גאר גרויסער ציבור אינגע אברכים איז פארגעקומען א דרשה פיל מיט יסודות און פראקטישע עצות בהנהגת הבית, דורך הרה"ג רבי חיים אהרן אונגער שליט"א מו"ץ, וויאזוי מ'שטעלט אוועק אַ שלוה'דיגע שטוב אויף די בעסטע יסודות. אינעם גרויסן היכל ביהמ"ד איז פארגעקומען א גרויסע "חינוך פּאַנעל", בהשתתפות פון הונדערטער משתתפים, דורך די צוויי בארימטע מחנכים מופלגים, הרה"ג רבי יחזקאל שרגא ווייס שליט"א און הרה"ג רבי משה בלוי שליט"א, מיט געקליבענע פראַגען-און-ענטפערס וואס איז געווארן פארגעשטעלט דורך הרה"ג רבי שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א, אין עטליכע דעליקאטע שאלות להצלחת חינוך הבנים והבנות. דורכאויס דעם פאנעל האט מען געהערט גאר רייכע און טיעפע יסודות בחינוך הבנים והבנות, עצות און הדרכות ישרות אראפגעגעבן בטוב טעם ודעת, בעיון בהשכל בעומק המחשבה, צו האנדלען מיטן ריכטיגן צוגאנג ווען די סטאנדארטן אינעם מוסד זענען פרומער אדער לייכטער פון די התנהגות אין שטוב, וויאזוי צו פארלאנגען פון די קינדער מער ווי די התנהגות פון די עלטערן, דער ריכטיגער צוגאנג ווען די צניעות פארלאנגען אין בית חינוך זענען מהודר'דיגער ווי די מאמע, וואו לייגט מען דעם באלאנס אז איין טאטע זאל קענען מחנך זיין עטליכע סארט קינדער, אא"וו, אלעס געשילדערט פרייליך און געשמאק. יעדע ביישפיל אין חינוך בחיי יום יום האט ארויסגעברענגט אנערקענונג ביי די פילע ראשי בית אב, וועלכע האבן ב"ה די זכי' צו האדעווען א שטוב מיט ערוואקסענע קינדער, און איז געווארן אויפגענומען קלאר און דייטליך. עס איז שוין געווען לאנג נאך 2:00 פארטאגס ווען די דרשות און פאנעל'ן האבן זיך פארענדיגט, און דער ציבור האט זיך געיאגט מקיים צו זיין שינה בשבת תענוג, אריינצוכאפן א קורצן שלאף אין די עטליכע פארבליבענע שעות פון די נאכט.
בצפרא דשבתא
"אריינכאפן שלאף?"... ווער קען דען שלאפן אין אזא געהויבנעם שבת? אט דאס איז געווען דער פאקטישער מחזה הוד וואס האט זיך אנטפלעקט ביום השבת אין די גאר פריע פארטאגס שעה'ן. אנגעהויבן פון 5:00 ווען די מקוה האט זיך געעפנט, איז יעדע וויילע דער היכל בית המדרש הגדול, און דער גאנצער פרוזדור ארום און ארום, געווארן פול מיט משכימי קום, אזוי אז בשעה 6:00 איז שוין געווען כל העזרה מלאה מישראל, אידן זענען געקומען מיט פרישע כוחות לעסוק בדברי תורה, זאגן תהלים, יעדע פליגל און אפטיילונג פון די גאנצע גיגאנטישע שטאק איז געווארן אויסגעזעצט מיט לומדי תורה, אינג און אלט, בחורים מיט בעלי בתים האבן שוקד געווען על דלתי התורה, און מקיים געווען "שונה בשבת תענוג". עס איז געווארן צוגעשטעלט "גמרות" פון די לימודי החבורות, מס' כתובות פון חבורת "יסודי התורה", און מס' עבודה זרה פון חבורת "תורתך שעשועי", "חומשים פרשת כי תשא", און נאך פילע ספרי קודש אינעם "אוצר הספרים". בשעה 8:30 האט הרה"ג רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט"א משמיע געווען א דרשת הכנה לתפלה, מיט דברי התעוררות איבער דעם גרויסן כח פון תפלה ביחד, דער כח הרבים, ובפרט תפלת שב"ק וואס איז משפיע אויף די גאנצע וואך. צו די באשטימטע שעה 9:15 איז שוין דער ציבור געווען גרייט אויף די פלעצער צום דאווענען. בעפאר הודו האט הרה"ג רבי מאיר צוויבל שליט"א משמיע געווען דברי התרוממות בקדושת הזמן, וואס האט געדינט אלס ריכטיגע דברי פתיחה איידער דעם פייערדיגן דאווענען. רבי מאיר שליט"א האט ארויסגעהויבן אז דער עיקר סגולת התפילה איז ביי די מזמורים פון פסוקי דזמרה, ווי דער יושר דברי אמת שרייבט אז אין די ימים נוראים שאפט זיך א מצב פון די פיוטים און חידושים ווי ונתנה תוקף, אבער דער עיקר קבלת התפלות איז ביי פסוק דזמרא. באלד נאך די דרשה האט רבי מאיר שליט"א פארגעדאווענט פסוקי דזמרה בקול חוצב להבות אש, ולעומתו ברוך יאמרו דער גאנצער ציבור, כל הקהל הקודש. ובפרט ביי הלל הגדול און שירת הים פסוק בפסוק, ברשפי אש קודש. צו תפלת שחרית האט הגה"צ דער רב שליט"א יורד געווען לפני התיבה, מיט א פייערדיגן דאווענען וואס האט אפגעהילכט בקול אדיר וחזק. צו חזרת הש"ץ איז צוגעגאנגען הרה"ג הרב יואל אשכנזי שליט"א, בן הגה"צ אב"ד ביהמ"ד אבני צדק קרית יואל שליט"א חדב"ן, ונכד כ"ק מרן רבינו שליט"א. צו קריאת התורה איז נתכבד געווארן דער בעל קורא מומחה, הרה"ג הרב ישראל יעקב יוקל טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ אב"ד ביהמ"ד ויואל משה קרית יואל שליט"א חדב"ן, ונכד כ"ק מרן רבינו שליט"א. מיט די עליות זענען נתכבד געווארן די פני עדה, הרבנים הגאוה"צ הדיינים שליט"א.
סעודת יום שב"ק
דער גרויסער "היכל הסעודות" איז ווידער פארוואנדלט געווארן אלס אכסניא, לעשות את השבת ברוח מרומם, יחד כל הקהל הקודש. באלד נאך נטילת ידים האט משמיע געווען א געשמאקע קורצע דרשה הרה"ג רבי שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א, מיט דברי שמחה בנעימת השבת. "לעשות את השבת", דער פסוק זאגט נישט שלא לעשות, וויבאלד שבת דארף אלעס געטוהן ווערן מיט שמחה, און די השפעה פונעם שבת דארף ארויסהייבן אז אלעס וואס ווערט געטוהן אין א אידישע שטוב זאל טאקע זיין מיט א געהויבענעם רוח, פרייליך און געשמאק, להתענג על השם. נאך א לאנגע וויילע בשירה וזמרה, האט מען געהערט א גאר יסודות'דיגע דרשה פון הגה"צ דער רב שליט"א, וואו ער האט מעורר געווען אויף גאר אסאך יסודות, בדברים העומדים ברומו של עולם, דער יסוד פון אונזער מסורה דור אחר דור, צו גיין בעקבי הצאן, לויט די דרכי החינוך וואס רבינו הק' זי"ע האט בימיו אוועקגעשטעלט, צו זיין שטאלץ אלס א חסיד'ישער איד, און טראגן מיט עהרע און ווירדע, מיט קוראזש און העכערקייט דעם מציאות אז מיר האבן די זכי' צו נתגדל ווערן בצלו פון הייליגן רבי'ן זי"ע. דער רב שליט"א האט געברענגט עטליכע ביישפילן וואו מאנכע לאזן-נאך פון די דרכי המסורה, צומאל פון אומוויסנדקייט, ווי עס קען זיך טרעפן מאנכע וואס כאפן א תפלת מנחה אין אפיס אן הוט-און-רעקל, מ'איז מזלזל אינעם לבישת השטריימל ווען מ'פארט אויף וואקאציע אין די מרחקים, די מסורה פון לבישת השירצל ביי נשים כקבלת אמותינו, עסק התורה אן זיך מייגע זיין אויף פירוש רש"י, זיך מתענג זיין אין די היינטיגע פירושי הגמרות וואס איז מוסיף ידיעת התורה אבער איז גורע אין עמל התורה, זאגן די מזמורי תהלים אחר התפלה, מלבושי נשים, צניעות און השקפה. דאן האט דער רב שליט"א שטארק מעורר געווען איבער דעם היינטיגן גייסט פון זוכן חיזוק אין פרעמדע מקומות, בו בזמן וואס אין די ספרי קודש פון רבותינו הקדושים תלמידי בעש"ט הק' זי"ע טרעפט מען אוצרות פון חיזוק ואמרות טהורות אין אלע תחומי החיים. דער רב שליט"א האט נאכגעזאגט צוויי ביישפילן פון "שטארקע רעיונות" וואס אויפן ערשטן בליק קען זיך דוכטן אז דאס איז א 'בליץ' פון היינטיגע משפיעים... אבער איז באמת פון ספה"ק ייטב לב, אא"וו. בסיום דבריו האט דער רב שליט"א גאר שטארק ארויסגעהויבן וואס איז מרגלא בפומי' פון אביו כ"ק מרן רבינו שליט"א, אין פעלער וואס איז נוגע הלכה למעשה, "מיין טאטע האט אזוי נישט געטוהן". אז מ'זאל חלילה נישט משנה זיין קיין שום מנהג קל פון וואס די עלטערן האבן זיך געפירט, יעדער ביי זיך אין שטוב, סיידן ווען ס'קומט מוסיף צו זיין גדרים וסייגים, אדער פרומקייטן לתועלת, ווי רבינו הק' זי"ע האט ביי עטליכע פעלער שטארק מחזק געווען צו זיין בעסער פון די עלטערן בעניני לבוש. די דרשה פון רב שליט"א איז געווען אין לאנגע קייט פון חיזוק בדרכי אבות, צאי לך בעקבי הצאן, מסורת אבות, שאיפה זיך מתדבק צו זיין בדרכי רבינו הק' זי"ע, האלטן די אלטע מסורה פאר די אויגן, געדענקן און וויסן "אזוי האט מיין טאטע געטוהן", דביקות בספרים הקדושים ועסק התורה בדרך המסורה, וואס מיט אזא הנהגה קען מען זיין פארזיכערט אז מ'וועט מגדל זיין א דור וואס וועט זיין ראוי מקבל צו זיין פני משיח צדקינו, בקרוב בימינו. דאן האט מען געהערט א קורצע דרשה פון הרה"ג רבי מאיר צוויבל שליט"א, איבער דעם געוואלדיגן חביבות צו זיין א חלק פונעם עם הנבחר, הקב"ה אוהב צדיקים, און טראגן ווייטער מיט שטאלץ דעם רוח היהדות פון די עלטערן, און זיך נישט אוועקרירן דערפון. בעפאר ברכת המזון האט דער ציבור זיך צוגעהערט צו גאר א געשמאקע דרשה פונעם בארימטן מחנך הרה"ג הרב אלעזר יונה זילבערמאן שליט"א. במתק לשונו האט ער געברענגט א שלל פון ביישפילן אין טעגליכן לעבן, איבער דעם פליכט פון שאפן א פרייליכע שטוב, צו זיך, צו די בני בית, צו די קינדער, און פארזיכערן אז די קינדער וואקסן אויף אין א אטמאספערע פון חיים של שלום וריעות, וואס דורך דעם וועלן די קינדער אויפוואקסן בעז"ה און אליין זיך פירן שפעטער אין זייער לעבן. ביי די בחורים האט געפראוועט הרה"ג רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, אויף א געוואלדיגן פארנעם, בזמירות וריקודין לכבוד שב"ק. אינמיטן די סעודה האבן די בחורים געהערט א וואונדערליכע דרשה, פונעם בארימיטן מחנך און אורח דגול, הרה"ג הרב משה בלוי שליט"א, איבער דעם תפקיד פון א בחור בימי בחרותו, זיך צוצוגרייטן צום לעבן, באהבה אחוה שלום וריעות, נימוסי דרך ארץ, בין אדם לחבירו, אב ואם, אא"וו.
רעוא דרעוין אשתכח
פון די הייליגע קלימאקסן פונעם לעכטיגן שבת קודש, איז זיכער פארבליבן אין די ביינער די לעצטע שעה'ן פונעם שבת, בעת רעווא דרעווין, מיט אן התעוררות וואס איז פאריבער מיט אן אויסטערלישער קאך און דביקות, בתפלה ובכי, עלינו ועל דורותינו, בזמן שהמלך במסיבו והשטן האט נישט קיין רשות מיטצוהאלטן כידוע מהישמח משה זי"ע. פאַרן גאַנצן ציבור בעלי בתים איז געווען צוגעגערייט אינעם "היכל הגדול", און די בחורים האבן אנגעהויבן אין "היכל הבחורים", וואו מ'האט געהערט א דרשה בתוקף קדושת הזמן דורך הרה"ג רבי בנציון לאוב שליט"א מו"ץ, דאן זענען די די בחורים אריבער אינעם היכל הגדול, וואו מ'האט מיטגעהאַלטן ס"ג מיטן גאנצן ציבור, אין א הייליגע אַטמאָספערע, בניגוני התעוררות וקבלת עול מלכות שמים. "וּנְתַנֶּה תֹקֶף קְדֻשַּׁת הַזְּמַן": אנהויב פון ס"ג, נאכן זינגען עטליכע ניגוני התעוררות, האט משמיע קורצע ווערטער הרה"ג רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, איבער דעם גרויסן כח פון רעוא דרעוין, ווען מ'קען פועל'ן "וזכנו לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות". מיט א טרערן-געשטיקט קול האט הג"ר יוסף חיים שליט"א נאכגעזאגט עטליכע פייערדיגע סיפורי קודש מפי ספרים וסופרים. בתוך הדברים האט הג"ר יוסף חיים שליט"א דערציילט א משל בשם צדיקים, ווי א אידענע האט גענומען די קינדער זיך בענטשן ביים פאטער ערב יום הקדוש לעת ערב, דער פאטער איז שוין געווען ביים טיר פון בית המדרש צו כל נדרי, דער פאטער און די טאכטער האבן זיך צעוויינט, איר קליין קינד האט געזען אז זיי וויינען, האט דאס קינד אויך געוויינט, 'אויב די זיידע און די מאמע וויינען, פארוואס זאל איך נישט מיטוויינען?' האט דאס קינד ערקלערט. "די שכינה הקדושה זעט דאך דעם צער פון אזויפיל אידישע קינדער, וויפיל אידישע שטובער וויינט מען נעבעך אויף דעם ביטערן גורל וואס זיי גייען אדורך, פארוואס זאל די שכינה הקדושה נישט מיטוויינען און אויפלעזן אלע צרות ישראל?!". דאן האט מען ממשיך געווען מיט די זמירות לס"ג, און פארגעזעצט מיט מערערע ניגוני התעוררות, אהבה רבה, ניגוני הר"ר הערש מרימנוב זי"ע, ניגוני דביקות, וואס האט יעדן אריינגעצויגן אין א העכערע-הייליגע אטמאספערע פון יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעולם הזה. אזוי האט מען פארגעזעצט דעם מזמור 'אודה', מיט וואס ס'איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' נפתלי הירצקא בר"ש פר"מ שליט"א ר"מ בישיבת מבצר התורה, געזינגען מיטן באקאנטן סיגוט'ן ניגון וואס ווערט געזינגען אויף 'היה עם פיפיות', און 'שיר המעלות', דורך הרה"ג הרב שמואל קליין שליט"א בן הגה"צ רב ודומ"ץ סאטמאר לעיקוואוד שליט"א. א הימליש-הייליגע רוח האט געשוועבט אינעם גאנצן זאל, ווען עס זיצן שווערע הונדערטער אידן, חסידים ואנשי מעשה, און גיסן זיך אויס דאס הארץ אויף דורות ישרים ומבורכים, ערליכע לעכטיגע אידישע דורות, "ויהיו זרעי וזרע זרעי תלמידי חכמים וחסידים", און נאך ניגוני התעוררות, "ותוסף אסתר ותדבר לפני המלך, אם מצאתי חן בעיניך המלך, תנתן לי נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי", און נאך. א לענגערע צייט האט הגה"צ דער רב שליט"א מאריך געווען בדברי התעוררות. זייענדיג מעורר צו תשובה ותיקון המעשים, אין דעם היינטיגן דור חשוך, ווען די גאסן זענען פול מיט אזויפיל נסיונות, ווי דער אלשיך הק' זאגט אויפן פסוק וואס משה רבינו האט געזאגט ביים חטא העגל "למה ה' יחרה אפך בעמך אשר הוצאת מארץ מצרים", אז דער רבוש"ע האט דאך נארוואס ארויסגענומען די אידן פון ערות מצרים, דער מקום זוהמא וטומאה, וואס דאס האט גורם געווען אז זיי זאלן נאכגעשלעפט ווערן צו זינדיגן. האט דער רב שליט"א ממשיך געווען איבער די טומאת ארץ העמים אין וואס מיר געפינען זיך, מ'האט נישט ווער ס'זאל מעורר זיין און דערמאנען כסדר, און שטארק מעורר געווען צו זהירות בשמירת עינים וואס איז דער מקור כל הקדושה. נאך די דברי תורה האט מען ווייטער ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות, קה אכסוף נועם שבת, און פון דארט אריבער צו ניגוני התרוממות ודביקות, "כי אנו עמך ואתה אלקינו", "רחמנא דעני לעניי ענינא". ביז דער ציבור האט זיך ספאנטאן אויפגעשטעלט צו ריקודי דביקות, וואס האט זיך פארצויגן א לענגערע צייט, מ'הייבט זיך אין די לופטן אין א העכערע אטמאספערע. מאחרים לצאת מן השבת, מען קען נישט געזעגענען פון אזא לעכטיגן שבת, וואס וועט גוט געדענקט ווערן, "לעשות את השבת לדורותם".
שושנת יעקב צהלה ושמחה
נאך ידיד נפש און קל מסתתר, האט דער רב שליט"א מכבד געווען הרה"ג רבי מאיר צוויבל שליט"א. כדרכו האט הג"ר מאיר שליט"א משמיע געווען בליציגע ווערטער איבער די געוואלדיגע השפעות וואס מיר נעמען אהיים פונעם שבת, וואס איז געווען אנגעזאפט מיט קדושה און יראת שמים, ווי דער אהבת ישראל זי"ע האט אמאל געזאגט נאכן סדר, "מיר האבן געגעסן א כזית מצה, א כזית מרור, בעטן מיר דעם באשעפער אז מיר זאלן אויך זוכה זיין צו א כזית נרצה"... "דא ביי דעם שבת האבן מיר געהאט אסאך כזיתים נרצה!" ('כזית נרצה' גימטרי' תשפ"ב...). הג"ר מאיר שליט"א האט נאכגעזאגט פון הייליגן קוברינער זי"ע, אז שכר מצוה איז די שמחה של מצוה, אבער 'שכר מצוה', וואס איז שמחה, 'בהאי עלמא', אויב מ'איז משוגע אין ארציות, 'ליכא', שפירט מען נישט די שמחה. דעריבער 'שושנת יעקב צהלה ושמחה', מיט וואס איז געווען די שמחה, 'בראותם יחד תכלת מרדכי', תכלת דומה לים, הדומה לרקיע, די אידן האבן געזען מרדכי הצדיק וואס ער איז געווען 'תכלת מרדכי', א "הימל איד", און דורך דעם איז געווען צהלה ושמחה, מ'האט זוכה געווען צו די ריכטיגע שמחה. דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע האט געזאגט אז ער בענקט זיך צו די לאנגע ווינטער נעכט פון די שבתים, און די זומער טעג. דאס איז 'המאחרים לצאת מן השבת וממהרים לבוא', מ'פריידט זיך אז מ'קען פארברענגן א לעכטיגן שבת אינאיינעם, מיט התרוממות עילאה, און מיר זענען 'ממהרים לבוא', מיר זענען שוין גרייט צו קומען נאכמאל פאר אזא שבת... גאר בליציג האט הג"ר מאיר שליט"א נאכגעזאגט פון קרן לדוד, אויפן פסוק וואס דער מלך האט געזאגט פאר המן, אל תפל דבר מכל אשר דברת, דער שטן איז מקטרג אויף אידישע עבירות, ער וויל מאכן גרעסער די עבירות, אבער שפעטער ווען אידן טוען תשובה מאהבה וואס ווערט גרויסע זכיות, דעמאלטס זוכט דער שטן צוריק צו מאכן קליין די עבירות, כדי ס'זאל נישט ווערן דערפון גרויסע זכיות... זאגט דער מלך, דא הקב"ה, צום שטן, "אל תפל דבר מכל אשר דברת", יעצט לאז די עבירות גרויס ווי דו האסט פריער מקטרג געווען... דעריבער פארטרייבט מען דעם שטן ביי של"ס (כנודע מישמח משה פר' ברכה), ווייל דעמאלטס טוען אידן תשובה מאהבה, כדי ער זאל נישט מקטרג זיין און וועלן קליין מאכן די עבירות וואס איז שוין געווארן זכיות. דאס זאגט מען 'המאחרים לצאת מן השבת', ביים ארויסגיין פון שבת טוט מען תשובה עילאה מאהבה, און דורך דעם 'ממהרים לבוא', קומט מען אן מיט די זכיות ביז צום כסא הכבוד, דגדולה תשובה שמגעת עד כסא הכבוד. נאך א פייערליכן 'שושנת יעקב', האט דער רב שליט"א געבענטשט על הכוס, מ'האט געדאווענט מעריב אין היכל ביהמ"ד, און דער רב שליט"א האט מוציא געווען דעם גאנצן ציבור מיט הבדלה על הכוס, און מ'האט געזאגט אינאיינעם 'ויתן לך'.
במוצאי מנוחה
אינצווישן האבן זיך שוין אנגעזען פרישע געסט וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן מיטן ציבור במיפק שבתא, און באלד נאך הבדלה איז פארגעקומען פיר באזונדערע פאנעל'ן. פאר די חברי "אהבת קדומים" איז געווארן אפגעהאלטן גאר א אינהאלטסרייכע "געזונט פּאַנעל", "א געזונטע עלטער אין די גאָלדענע יאָרן", דורך הרה"ג רבי חיים אהרן אונגער שליט"א מו"ץ, וועלכער האט ארויסגעהויבן דעם "חיוב פון 'ונשמרתם מאוד לנפשתיכם' בהלכה ושמירת הגוף והנפש במשנת גדולי ישראל". דאן האט מען געהערט שאלות ותשובות דורך הרה"ח איש חי ורב פעלים להצלת ישראל מו"ה יודל דייטש הי"ו מראשי חברי "חברה הצלה" וומסב"ג, וועלכער האט ארויסגעהויבן עניני רפואה במציאות, וויאזוי זיך אויפצופירן אין שפיטאל, און מ'האט געהערט פון א גאר בארימטן דאקטער, דר. קורץ, העכסט וויכטיגע אָנווייזונגען און פּראקטישע עצות צו אַ געזונטן עלטער, בעז"ה. א ריזן ציבור בעלי בתים האבן זיך באטייליגט אין היכל ביהמ"ד ביים שיעור פון הרה"ג רבי אלעזר יונה זילבערמאן שליט"א, וועלכער האט א לענגערע צייט מאריך געווען איבער די "תקופת השידוכים" ביי קינדער, מיט פראקטישע עצות און צוגאנג וואס איז דער תפקיד פון די עלטערן לגבי שידוכים, לויבן השי"ת אז מ'האט דערלעבט דעם זמן, דער ריכטיגע מהלך וויאזוי מ'גייט צו רואיג צו א שידוך, וויאזוי מאכט מען אן החלטה, וואס און וויאזוי צו רעדן צום שדכן, וואס טוט מען ווען דער שדכן רופט אדער ווען דער שדכן רופט נישט, וויאזוי מיטצוטיילן מיט'ן קינד, און וויאזוי מ'גרייט מען אים\איר צו צום שידוך, און בכלליות דער ריכטיגער מהלך צוצוהעלפען דעם גאנצן עתיד פון אונזערע צוקונפטיגע חתן\כלה. פארן ציבור אברכים האט משמיע געווען דער חשובער גאסט הרה"ג רבי משה בלוי שליט"א, מיט גאר טרעפליכע ווערטער און עצות והדרכה וויאזוי אוועקצושטעלן אַ געזונטע שטוב, מיט די ריכטיגע באנעמונג אין שטוב, באנעמונג מיט עלטערן, באנעמונג מיט אלע סארט קינדער, אא"וו. פאר די בחורים האט אויפגעטרעטן מיט א ספעציעלע דרשה דער בארימטער משפיע הרה"ג רבי יחזקאל שרגא ווייס שליט"א, מיט יסודות החינוך וואס איז נוגע צו א בחור צו קענען אדורכגיין די שנות הבחרות מיט די ריכטיגע שאיפות, וויאזוי צו קענען מקבל זיין פון זיינע מגידי שיעור און ראשי הישיבה, און בעז"ה אויסוואקסן לויט זיין בעסטע יכולת.
סעודת מלוה מלכה
בצאת השבת איז געפייערט געווארן א גאר גרויסער סעודת מלוה מלכה, בשמחה ובצהלה. לרגל די הילולא קדישא פון רבינו הקדוש רבן של ישראל דער הייליגער רבי ר' אלימלך מליזענסק זיע"א איז נתנדב געווארן א גרויסע סעודה דורך הרבני הנגיד החסיד בונה ומקים עולמות של תורה מו"ה יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו מראשי חברי הנהלת מוסדות סאטמאר. די שמחה עילאה איז געווען אויסגעגאסען אויף אלע פנימ'ער פונעם גאנצן ציבור, נאכן אריינאטעמען אזויפיל שעה'ן פון התעלות און התחזקות. איינע מחשובי המשתתפים האט מסיים געווען מס' שבועות, און דער ציבור האט גאר געשמאק פארברענגט בשירה וזמרה, בתופים ומחולות. עס האט אויפגעטרעטן מיט גאר א שיינע דרשה, הגה"צ רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראש הכוללים, וואו ער האט ארויסגעהויבן בשבח פון קהילתינו הק' אין וויליאמסבורג, דער איכות הציבור מיט אלע פעולות לטובה, און דער שבת וועט זיכער מרבה זיין נאך פעלים לטובה, אויף וואס דער ציבור קוקט שוין ארויס. דאן האט אויפגעטרעטן מיט דורכדרינגליכע ווערטער הרה"ג רבי שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א, ער האט דערמאנט די ווערטער וואס הגה"צ דער רב שליט"א האט געזאגט בליל שב"ק איבער דעם געוואלדיגן זמן פון קידוש על היין, און דערמיט געצויגן א שטריך, אז יעצט ווען מ'מאכט הבדלה על כוס יין, ווערט געגעבן די געלעגנהייט פאר די חשובע מגידים ומשפיעים וועלכע האבן מהנה געווען דורכאויס דעם שבת, צו משמיע זיין קורצה "דברי הבדלה", איבער זייער רושם און סך הכל פונעם שבת. דא האבן אויפגעטרעטן די חשובע מגידים, הרה"ג רבי יחזקאל ווייס שליט"א, הרה"ג רבי משה בלוי שליט"א, הרה"ג רבי מאיר צוויבל שליט"א, הרה"ג רבי חיים אהרן אונגער שליט"א, יעדער מיט בליציגע רעיונות, וואס איז געווארן אויפגענומען בשמחה וטוב לבב דורך די משתתפים. דאן האט מען געהערט דברי נעילה פונעם הגה"צ דער רב שליט"א, מיט סיפורי קודש פון הייליגן ר"ר אלימלך זי"ע. דער רב שליט"א האט מיט געמאסטענע ווערטער מעלה געווען זיינע רשימות פונעם שב"ק, און מעלה געווען באזונדערע התפעלות פון דעם עסק התורה וואס מ'האט געזען בצפרא דשבתא, ווען דער ציבור איז געווען 'פריי פון דרשות', האט מען עוסק געווען בתורה אויף אזא געהויבנעם פארנעם. מיט התרוממות'דיגע געפילן האט דער ציבור פארלאזט דעם בנין שוין נאך 2:00 פארטאגס, מיטלעבנדיג אזא געהויבענעם "שבת לדורותם", מיט באגאזשן פון חיזוק והתעלות, דביקות והתרוממות, וואס וועט אויף גאר לאנג באגלייטן, און מיט די האפענונג "יהי רצון לשבת אחרת כן", זוכה זיין צו קענען מיטלעבן נאך אזעלכע רייכע שבתות קודש, בעז"ה.
ס'וואלט געווען שיין אויב זיי געבן ארויס א ליקוט/קונטרס פון אלע דרשות וואס זענען געזאגט געווארן במשך דעם שבת.
איך ווייס נישט וויאזוי מ'קען דאס מאכן. אבער די אלע תורה-שרייבער וואס געבן ארויס די תורות פון רבנים ואדמורי"ם וואס ווערן געזאגט משך שבת ויו"ט האבן ווארשיינליך א מהלך. איז אפשר כדאי דא אויך.