תיקון הכללי
אין די וועלט איז אנגענימן אז די תיקון הכללי מיט הרה"ק רבי נחמן זי"ע איז איינס אבער ער איז דאך נישט געווען די ערשטער צו מגלה זיין די תיקון, אפשר האט ער עס שטארק פארשפרייט אבער ווי איז די ערשטע מקור צו תיקון הכללי און ווי ווערט עס געברענגט.
ווייסט איינער אויב סאיז אמת וואס מזאגט אז ווען מהאט געוויזן פאר רביה"ק מסאטמאר זי"ע די תהילים דברי יואל וואס מהאט ארויס געגעבן בחייוו האט ער געהייסן אריין דריקן די סגולה פון זאגן די תיקון הכללי?
ווען איינער זאגט אויס גאנץ תהילים זאגט ער דאך אויך די 10 קאפיטלעך, סא האט עס אויך די סגולה אדער נאר ווען מזאגט ממש נאר די קאפיטלעך?