די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

יא
20
24%
ניין
7
8%
עס ווענדט זיך ווער רוב נישט
21
25%
עס ווענדט זיך ווער רוב יא
35
42%
סך הכל שטימען: 83

אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע:אויפן זייגער

די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

אין א נייעס אשכול האט "טוה א טובה" אריינגעווארפן א סטעיטמענט, און מיר איז עס א חידוש וואס איך האב ביז יעצט פארשטאנען פארקערט.
איך בין נישט גענוג בקי זיך צו טענה'ען איבער דעם ווייל מען דארף באקאנט מיט אסאך פאקטן מיט מראי מקומות צו קענען זאגן פארקערט.
דאס איז לדעתי זיכער אז די ליבעראלן אין אלע אנדערע לענדער זענען אויסדרוקליכע סאציאליסטן און די אמעריקאנער זענען אביסל ווייניגער, פשוט ווייל זיי קענען נישט טון אינגאנצן וואס זיי ווילן ווייל די רעפובליקאנער שטייען זיי אין וועג.
איך לאדן אלע בקיאים בדבר אויסצוקלארן דעם ענין.
יישר כח


צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן: יא יא און טראמפ האט אראפגעלייגט א גוטע קעיס אראפצומאלן די דעמאקראטן אלטס סאציאליסטן.

דו פערזענליך האלטסט אז זיי זענען נישט?

עס ווענד זיך ווער רוב נישט.

עס איז מיר א וואונדער צו הערן אז איינער האלט אזוי,
איך בין נישט גענוג בקי זיך צו טענה'ען מיט דיר, וועל איך דעם דעבאטע איבערלאזן פאר די גרעסערע בקיאים ווי מיר
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד) .
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
בלויע הימל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 14, 2022 1:21 pm

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלויע הימל »

נישט סאציאליסטן נאר פשוטע קרימינאלן
רואיגקייט אונטער די בלויע הימל
סאציאליסט
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 10:50 am

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאציאליסט »

ליידער נישט.
אוועטאר
עפעס ווייסעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 2:49 am

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס ווייסעך »

קודם זיי מסביר וואס דאס א סאציאליסט, זייער זייער ווייניג מענטשן קענען דאס ריכטיג דעפינירן
סאציאליסט
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 10:50 am

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאציאליסט »

עפעס ווייסעך האט געשריבן: קודם זיי מסביר וואס דאס א סאציאליסט, זייער זייער ווייניג מענטשן קענען דאס ריכטיג דעפינירן

;l;p-ס'איז אים גארנישט איינגעפאלן אז דאס איז אויך א זאך.

אבער א מיינונג האבן זיי אלע.
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

איך ווייס נישט פארוואס אבער איעדע מאל איך רעדט צו א ליבעראל איז קודם מאכט ער זיכער אז איך ווייס אז איך בין אנעדיקעיטעט....


פעיק ניוז האט געשריבן: עס איז מיר בעסער וכו'...

עוד עיין כאן .
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע:אויפן זייגער

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

עפעס ווייסעך האט געשריבן: קודם זיי מסביר וואס דאס א סאציאליסט, זייער זייער ווייניג מענטשן קענען דאס ריכטיג דעפינירן

אין אישי האב איך אויך באקומען אזא הערה...
סאציאליזם איז דען נישט אז מען זאל ארבעטן פאר די גאווערמענט און זיי וועלן באצאלן ווי ביי די קאמוניסטן?!
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד) .
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע:אויפן זייגער

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

אויב איז דא א אשכול איבער די דעפינישאן פון סאציאליזם ביטע ברענגען א לינק
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד) .
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

צייט פארטרייבונג האט געשריבן: אויב איז דא א אשכול איבער די דעפינישאן פון סאציאליזם ביטע ברענגען א לינק

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=43350
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע:אויפן זייגער

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

טוה א טובה האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן: אויב איז דא א אשכול איבער די דעפינישאן פון סאציאליזם ביטע ברענגען א לינק

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... =0&t=43350

שמך נאה לך
יישר כח
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד) .
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע:אויפן זייגער

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

פאר אלע וואס פרייען זיך צו זעהן אז איך האב געשריבן אז איך בין נישט בקי און זיי שאלן פאר זיג...

ווען איינער הערט אויס איינעם פאר לאנגע יארן וואס ברענגט יעדע זאך מיט א מראה מקום און ער איז מסביר יעדע זאך על בוריו דארף ער אליין דעפענדן דאס וואס זיין רבי שטעלט פאר מיט זיך?!
אדער עס איז גענוג אז ער זאגט: ווען איך וועל זעהן אז דו קענסט באזיגן מיין רבי'ן מיט זאכליכע טענות וועל איך אנהייבן נאכצוטראכטן אז אפשר איז מיין רבי אומגערעכט?!

אין אונזער פאל, איך הער שוין אויס יצחק קלאר אויף קול מבשר פאר א שיינע פאר יאר, איך בין נישט נאכגעגאנגען זאכן אליין, און איך בין שטאלץ נישט צו האבן אליין קיין געהעריגע עקסעס צו קיין מידיא און אלגעמיינע נייעס.
האסט מיר צומאלן?! דו הייבסט נישט אן צו כאפן וועם דו דארפסט אפפרעגן,
אדרבה לאמיר זעהן, נעם א שמועס פון יצחק קלאר איבער דעם נושא, צונעם עס און פרעג אים אפ איינס ביי איינס, עלמיר דעמאלטס זעהן.

איך האב געליינט אסאך דאקומענטן בלויז איבער דעם נושא פון וואקסינען און העלטה, אין דעם בין איך אסאך באקאנט בעז"ה, און איך זוך נאך איינער וואס קען אפפרעגן דאס וואס איך האב געזען מיט מיינע אייגענע אויגן - אינקלודינג אפגעריסענע רעגירונגס דאקומענטן וואס זענען חוזק פארן שרייבן דאס וואס זיי שרייבן. ביזדערווייל שרייען אלע: איך טראסט די דאקטורים (וואס טראסטן די CDC - די שקרנים זעלבסט...) ווי האט יענער געזאגט?! ער האט עס געהערט איש מפי איש וואס האט עס געהערט פונעם שקרן אליין....
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד) .
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אונטערן מאטראץ

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

בלויע הימל האט געשריבן: נישט סאציאליסטן נאר פשוטע קרימינאלן

איך אויך?
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע:אויפן זייגער

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

יש לו מנה האט געשריבן:
בלויע הימל האט געשריבן: נישט סאציאליסטן נאר פשוטע קרימינאלן

איך אויך?

דו ביזט א הייליג אידיש קינד
און ער רעדט פון להבדיל די פארדארבענע פאליטיקאנטן וואס האלטן אז מען דארף לאזן עובר זיין אויף די עשרת הדיברות איינס ביי איינס, עס דארף לדעתם זיין מותר לויטן געזעץ
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד) .
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אונטערן מאטראץ

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
בלויע הימל האט געשריבן: נישט סאציאליסטן נאר פשוטע קרימינאלן

איך אויך?

דו ביזט א הייליג אידיש קינד
און ער רעדט פון להבדיל די פארדארבענע פאליטיקאנטן וואס האלטן אז מען דארף לאזן עובר זיין אויף די עשרת הדיברות איינס ביי איינס, עס דארף לדעתם זיין מותר לויטן געזעץ

מ'רעדט פון דעמאקראטן? אדער פון פארדארבענע פארשוינען וואס האבן געהיידזשעקט די דעמאקראטישע פארטיי?
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע:עולם השקר

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

דעמאקראטן אין אלגעמיין זענען מער גענויגט צו ליבעראליזעם ווי צו סאציאליזעם.

רעפובליקאנער אין אלגעמיין זענען מער גענויגט צו זיין קאנזערוויטיוו.

סאציעליזעם איז נישט דווקא עפעס וואס האט צו טוהן מיט די דעמאקראטן, פשוט אויב איז איינער א ליבעראל וועט ער מער שטיצן סאציאליזעם.

נישט פארטוישן קיין איין מינוט מיט קאמעניזעם אדער מארקעסיזעם.
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
בלויע הימל האט געשריבן: נישט סאציאליסטן נאר פשוטע קרימינאלן

איך אויך?

דו ביזט א הייליג אידיש קינד
און ער רעדט פון להבדיל די פארדארבענע פאליטיקאנטן וואס האלטן אז מען דארף לאזן עובר זיין אויף די עשרת הדיברות איינס ביי איינס, עס דארף לדעתם זיין מותר לויטן געזעץ

די האלסט אז די רעגירונג דארף נאר זיכער מאכן אז מען איז נישט עובר אויף די עשרת הדברות, אדער אויך די גאנצע תורה? און אויב יא האלטסטו אז זיי דארפן אויך זיכער מאכן אז מען האלט איין די בייבל און די קוראן?

און וועגן דיין עצם פראגע ניין עס איז צוויי באזינדערע זאכן, על פי רוב דעמאקראטן זענען קאפאליסטן חוץ בערני סענדערס און זיין גרופע.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אפיניענעטעד
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2022 12:55 pm

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפיניענעטעד »

קאפיטעליזם אהן סאציאליזם איז א טראגעדיע. סאציאליזם אהן קאפיטעליזם איז א גרעסערע טראגעדיע. די ריכטיגע באלאנס איז די עכטע קונץ. מעדיקער פאר אלל איז א סאציאליסטיש געדאנק וואס איז אנגענומען אין כמעט די גאנצע וועלט, גייט איינער זאגן אז באריס דזשאנסען איז א סאציאליסט? איז מדינת ישראל אדער אוסטראליע סאציאליסטישע לענדער? ווען טראמפ האט געשיקט מיליאנען פאר די פארמערס אלץ פארגיטונג וואס זיי האבן שאדן געהאט פון די טאריף מלחמה איז דאס אויך געווען סאציאליזם! די זעלבע ווען בוש האט ארויסגעבעילט די גרויסע בענק א.ד.ג., יעצט געוויסע וועלן מאכן די קעיס אז ס'איז געווען די ריכטיגע זאך צו טון און אזוי ווייטער... און טאקע אט דאס מיין פוינט: עט סאם לעוועל שטיצן רוב פאליטישנס א געוויסע מאס סאציאליזם (אחוץ גאר עקסטרעמע ליבערטעריענס ווי רענד פאול) יעצט שטעלט זיך די פראגע: עט וואט פוינט קען מען אנרופן איינעם א סאציאליסט? (למען האמת נישט למען הטאקינג פוינט)

ווען די האסט ווען א קלארע דעפינישן - וואס די עכ''פ - באצייכנסט אלץ סאציאליזם דאן קען מען צוגיין צום טיש, ארויסנעמען דיין מעסטער און זעהן ווער עס פארדינט זיך די טיטול. ביז דאן, איז אלעס בלויז הוילע טאקינג פוינטס וואס פארדינט נישט דאס פלאץ אויף א באמפער סטיקער.
".Countries do not have friends. They have interests"
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5799
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

לאשתמודעתא האט געשריבן: דעמאקראטן אין אלגעמיין זענען מער גענויגט צו ליבעראליזעם ווי צו סאציאליזעם.

רעפובליקאנער אין אלגעמיין זענען מער גענויגט צו זיין קאנזערוויטיוו.

אזוי איז אמאל געווען.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
סאציאליסט
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 10:50 am

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאציאליסט »

צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
עפעס ווייסעך האט געשריבן: קודם זיי מסביר וואס דאס א סאציאליסט, זייער זייער ווייניג מענטשן קענען דאס ריכטיג דעפינירן

אין אישי האב איך אויך באקומען אזא הערה...
סאציאליזם איז דען נישט אז מען זאל ארבעטן פאר די גאווערמענט און זיי וועלן באצאלן ווי ביי די קאמוניסטן?!

איז עס סאציאליזם אדער קאמוניזם? מעיק אפ יור מיינד.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5799
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

לאשתמודעתא האט געשריבן: סאציעליזעם איז נישט דווקא עפעס וואס האט צו טוהן מיט די דעמאקראטן, פשוט אויב איז איינער א ליבעראל וועט ער מער שטיצן סאציאליזעם.

נישט א ליבעראל נאר א לינקע וועט שטיצן סאציאליזעם. א ליבעראל וועט שטיצן ליבעראליזם, און היינט מיינט עס די רעפאבליקאנער וואס שטייען נאך פאר פרייהייט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע:עולם השקר

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

זארג נישט האט געשריבן:
לאשתמודעתא האט געשריבן: סאציעליזעם איז נישט דווקא עפעס וואס האט צו טוהן מיט די דעמאקראטן, פשוט אויב איז איינער א ליבעראל וועט ער מער שטיצן סאציאליזעם.

נישט א ליבעראל נאר א לינקע וועט שטיצן סאציאליזעם. א ליבעראל וועט שטיצן ליבעראליזם, און היינט מיינט עס די רעפאבליקאנער וואס שטייען נאך פאר פרייהייט.

איך מיין צו זאגן א ליבעראל אין די DEFENITION אויפן וועלט פאר ליבעראל.
פארשטייט זיך אז די רעפובליקאנער האלטן אז זייער שיטה איז די גערעכטע מאס פרייהייט וואס מ'זאל געבן.
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5799
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

לאשתמודעתא האט געשריבן: נישט פארטוישן קיין איין מינוט מיט קאמעניזעם אדער מארקעסיזעם.

סאשעליזם איז א ברודער פון קאמעניזעם און מארקעסיזעם און וויל דאס זעלבע. רעפאבליקאנער און ליבעראליסטן שטיצן געוויסע סאציאלער פראגראמען, אבער נישט די טיראניע וואס קומט מיט סאשעליזם, קאמעניזעם, און מארקעסיזעם.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
עפעס ווייסעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 2:49 am

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס ווייסעך »

אפיניענעטעד האט געשריבן: (אחוץ גאר עקסטרעמע ליבערטעריענס ווי רענד פאול)

ווענדט זיך ווען. ביי די טורנעידאוס אין קענטאקי האט ער זיך געבעטן ביי די פעדעראלע רעגירונג פאר הילף - וואס איז אויך סאציאליזם
סאציאליסט
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 10:50 am

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאציאליסט »

טוה א טובה האט געשריבן: איך ווייס נישט פארוואס אבער איעדע מאל איך רעדט צו א ליבעראל איז קודם מאכט ער זיכער אז איך ווייס אז איך בין אנעדיקעיטעט....


פעיק ניוז האט געשריבן: עס איז מיר בעסער וכו'...

עוד עיין כאן .

אפשר ווייל דעיס נוצט ער אלס טענה קעגן דיר

סאציאליסט: סאציאליזם איז די זאך

קאפיטאליסט: איך בין אומוויסנד, אבער איך האלט אז קאפיטאליזם איז די זאך

סאציאליסט: דו האלטסט אזוי נאר ווייל דו ביסט אומוויסנד
סאציאליסט
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 10:50 am

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאציאליסט »

זארג נישט האט געשריבן:
לאשתמודעתא האט געשריבן: סאציעליזעם איז נישט דווקא עפעס וואס האט צו טוהן מיט די דעמאקראטן, פשוט אויב איז איינער א ליבעראל וועט ער מער שטיצן סאציאליזעם.

נישט א ליבעראל נאר א לינקע וועט שטיצן סאציאליזעם. א ליבעראל וועט שטיצן ליבעראליזם, און היינט מיינט עס די רעפאבליקאנער וואס שטייען נאך פאר פרייהייט.

רעפאבליקאנער זענען נאך די מערסטע קעגן פרייהייט.

קיין איין דעמאקראט האט נישט גע'אסר'ט פריוואטע געשעפטן צו פארלאנגען מאסקעס פון די קאסטומערס ווי ראן דיסענטיס האט געטוהן.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”