די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

יא
20
24%
ניין
7
8%
עס ווענדט זיך ווער רוב נישט
21
25%
עס ווענדט זיך ווער רוב יא
35
42%
סך הכל שטימען: 83

מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן: די שאלה דארף ענדערש זיין צו די רעפובליקאנערזענען סאציאליסטן, און דער ענטפער איז אוודאי יא

ווי האסטו געטראפן אז רעפובליקאנער האלטן אז ביזנעסער זענען רעגירונגס אייגנטומען?

וואו האסטו געטראפן דעמאקראטן האלטן אזוי?

די הבנה אז עס דארפן זיין אומצאליגע רעגירונגס איבערזיכט און שטאפלען וואס מען דארף דורכגיין צו קענען רואיג פירן ס'ביזנעס נעמט זיך פון אזא סארט אנערקענונג.
כ'געדענק נישט אויף די מינוט די נאמען פאר אזעלכע פארמאליטעטן, עפעס אזוי ווי אין רוסלאנד פלעגט צוגיין מיט יעדער ריר וואס מען האט געדארפט נאכקומען פילע דורכגענג ביז זאכן זענען ענדליך געווארן באשטעטיגט און דאן איז דער נאגל שוין געווען ראסטיג...

סאו רעגולאציעס מיינט סאציאליזם? אין אנדערע ווערטער רעפובליקאנער האלטן אז מענטשן'ס פריוואטע הייזער זענען רעגירונגס אייגענטומען, והא ראיה זיי שרייבן און אינפארסירן בילדינג קאוד'ס.
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע:אויפן זייגער

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

מי חכם האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן: די שאלה דארף ענדערש זיין צו די רעפובליקאנערזענען סאציאליסטן, און דער ענטפער איז אוודאי יא

ווי האסטו געטראפן אז רעפובליקאנער האלטן אז ביזנעסער זענען רעגירונגס אייגנטומען?

וואו האסטו געטראפן דעמאקראטן האלטן אזוי?

די הבנה אז עס דארפן זיין אומצאליגע רעגירונגס איבערזיכט און שטאפלען וואס מען דארף דורכגיין צו קענען רואיג פירן ס'ביזנעס נעמט זיך פון אזא סארט אנערקענונג.
כ'געדענק נישט אויף די מינוט די נאמען פאר אזעלכע פארמאליטעטן, עפעס אזוי ווי אין רוסלאנד פלעגט צוגיין מיט יעדער ריר וואס מען האט געדארפט נאכקומען פילע דורכגענג ביז זאכן זענען ענדליך געווארן באשטעטיגט און דאן איז דער נאגל שוין געווען ראסטיג...

סאו רעגולאציעס מיינט סאציאליזם? אין אנדערע ווערטער רעפובליקאנער האלטן אז מענטשן'ס פריוואטע הייזער זענען רעגירונגס אייגענטומען, והא ראיה זיי שרייבן און אינפארסירן בילדינג קאוד'ס.

דו לייגסט אריין ווערטער וואס איך האב נישט געזאגט
כ'האב אפילו נישט קיין נערוון זיך צו טענה'ען דערוועגן איך קען קאפי פעיסטן וואס איך האב געשריבן נאכאמאל: די הבנה אז עס דארפן זיין אומצאליגע רעגירונגס איבערזיכט און שטאפלען וואס מען דארף דורכגיין צו קענען רואיג פירן ס'ביזנעס נעמט זיך פון אזא סארט אנערקענונג.
און אויב די רעפאבליקאנער האבן די זעלבע סארט אנערקענונג זענען זיי די זעלבע גארבידזש, איך האב זיי קיינמאל נישט דעפענדעד אייגנטליך.
און נאכאמאל, ווען איך רעד פון דעמאקראטן און דו שרייסט רעפובליקאנער דערמאנסטו מיר פון איינעם וואס האט פארשיקט ר' זעקל פון קאכלעפל פאר א שטיק צייט...
האק אין קאפ פאר א צווייטן.
די דעמאקראטן זענען יא אדער נישט? פינטל.
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד) .
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

סאציאליסט האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:
לאשתמודעתא האט געשריבן: סאציעליזעם איז נישט דווקא עפעס וואס האט צו טוהן מיט די דעמאקראטן, פשוט אויב איז איינער א ליבעראל וועט ער מער שטיצן סאציאליזעם.

נישט א ליבעראל נאר א לינקע וועט שטיצן סאציאליזעם. א ליבעראל וועט שטיצן ליבעראליזם, און היינט מיינט עס די רעפאבליקאנער וואס שטייען נאך פאר פרייהייט.

רעפאבליקאנער זענען נאך די מערסטע קעגן פרייהייט.

קיין איין דעמאקראט האט נישט גע'אסר'ט פריוואטע געשעפטן צו פארלאנגען מאסקעס פון די קאסטומערס ווי ראן דיסענטיס האט געטוהן.

ווען האט ער דאס גע'אסר'ט?
אגב די דעמאקראטן האבן יא אריינגעטראגן א לאו-סוט קעגן וויליאמסבורגער געשעפטן וואס האבן פארלאנגט צו גיין צניעות'דיג.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

תגובה דורך רעגנדיג »

גיי פארשטיי האט געשריבן:

אוודאי ווייל זיי דיפענדן פרייהייט...
אבער די מויל מוזטו זיך צודעקן
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics

רעגענדיג האט געשריבן:

נישט פארשטאנען פונקטליך וואס איר זאגט.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12653
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

מי חכם האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן: די שאלה דארף ענדערש זיין צו די רעפובליקאנערזענען סאציאליסטן, און דער ענטפער איז אוודאי יא

ווי האסטו געטראפן אז רעפובליקאנער האלטן אז ביזנעסער זענען רעגירונגס אייגנטומען?

וואו האסטו געטראפן דעמאקראטן האלטן אזוי?

די הבנה אז עס דארפן זיין אומצאליגע רעגירונגס איבערזיכט און שטאפלען וואס מען דארף דורכגיין צו קענען רואיג פירן ס'ביזנעס נעמט זיך פון אזא סארט אנערקענונג.
כ'געדענק נישט אויף די מינוט די נאמען פאר אזעלכע פארמאליטעטן, עפעס אזוי ווי אין רוסלאנד פלעגט צוגיין מיט יעדער ריר וואס מען האט געדארפט נאכקומען פילע דורכגענג ביז זאכן זענען ענדליך געווארן באשטעטיגט און דאן איז דער נאגל שוין געווען ראסטיג...

סאו רעגולאציעס מיינט סאציאליזם? אין אנדערע ווערטער רעפובליקאנער האלטן אז מענטשן'ס פריוואטע הייזער זענען רעגירונגס אייגענטומען, והא ראיה זיי שרייבן און אינפארסירן בילדינג קאוד'ס.

צייט פארטרייבונג האט נישט געכאפט ווי די תגובה טוט ממש פראוון וואס ער זאגט, צוצוגלייכן בילדינג קאוד וואס איז כדי צו פראטעקטן אז איינער זאל נישט שעדיגן אנדערע דורך זיינע מעשים, צו עפענען און פירן א ביזנעס פראווט צייט פארטרייבונג'ס נקודה.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15042
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
סאציאליסט האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן: נישט א ליבעראל נאר א לינקע וועט שטיצן סאציאליזעם. א ליבעראל וועט שטיצן ליבעראליזם, און היינט מיינט עס די רעפאבליקאנער וואס שטייען נאך פאר פרייהייט.

רעפאבליקאנער זענען נאך די מערסטע קעגן פרייהייט.

קיין איין דעמאקראט האט נישט גע'אסר'ט פריוואטע געשעפטן צו פארלאנגען מאסקעס פון די קאסטומערס ווי ראן דיסענטיס האט געטוהן.

ווען האט ער דאס גע'אסר'ט?
אגב די דעמאקראטן האבן יא אריינגעטראגן א לאו-סוט קעגן וויליאמסבורגער געשעפטן וואס האבן פארלאנגט צו גיין צניעות'דיג.

אוודאי ווייל זיי דיפענדן פרייהייט...
אבער די מויל מוזטו זיך צודעקן

נישט פארשטאנען פונקטליך וואס איר זאגט.

ער לייגט צו צו וואס דו זאגסט

כ'וויל נישט יעצט אריינגיין אין די נושא פון אינדיווידועלער פרייהייט כאטש דאס איז די יסוד פון אלעם. כ'וועל נאר אריינווארפן א פאר ווערטער איבער די רעגירונג קאנטראל איבער ביזנעסער

איך בין גענוג אלט צו געדענקען (קרעדיט: ?) ווען אבאמא האט געזאגט פאר איינעם (וואס האט זיך אפגערעדט אז די טעקס גייט אים שווער באטרעפן) איך וועל פארשפרייטן די רייכטום (I'll spread the wealth around)

ער האט אויך געזאגט אז די רעגירונג האט די רעכט צו נעמען פון די ביזנעסער ווייל זיי שטעלן צו די הייוועיס וואס ערמעגליכט צו טוהן ביזנעס (איך האב עס אליינס געהערט דאן)

די זעלבע קרענק וואס ברענגט זיי צו וועלן אויסגלייכן בענענעס... כ'מיין די וועלט ברענגט זיי צו פארלאנגען ראסיזם קעגן ווייסע, דיסקרימינאציע קעגן מענער, נארמאלע, ערליכע, רעליגיעזע

ס'איז א געמיש פון טיפשות, רשעות, גאווה און נאך מרעין בישין

אויפן שפיץ גאפל. זיי האלטן זיך פאר אויבער מענטשן (פארשטיינערט מיך נישט. די נאציס האבן אויך אזוי אנגעהויבן. און טאמער האלט איר אז כ'טרייב איבער, האלט מיט די נייעס איבער וויאזוי מ'אונטערדרוקט די וואס האבן נישט גענומען די וואקסין. ספעציעל אין אנדערע לענדער)

זיי האלטן אז זיי האבן די רעכט צו באשליסן וואס ס'איז ריכטיג און יעדער וואס האלט אנדערש ברויך מען פארשטילן

זיי האלטן אז זיי האבן אלע רעכטן אין די וועלט און די ציהל כשר'ט די מיטלען און ווער ס'האלט אנדערש האט נישט די מינדעסטע רעכטן אפילו איבער זיך אליינס

כ'מיין אז מיט דעם האבעך מער ווייניגער געדעקט דעם גאנצן שמועס
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
סאציאליסט האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן: נישט א ליבעראל נאר א לינקע וועט שטיצן סאציאליזעם. א ליבעראל וועט שטיצן ליבעראליזם, און היינט מיינט עס די רעפאבליקאנער וואס שטייען נאך פאר פרייהייט.

רעפאבליקאנער זענען נאך די מערסטע קעגן פרייהייט.

קיין איין דעמאקראט האט נישט גע'אסר'ט פריוואטע געשעפטן צו פארלאנגען מאסקעס פון די קאסטומערס ווי ראן דיסענטיס האט געטוהן.

ווען האט ער דאס גע'אסר'ט?
אגב די דעמאקראטן האבן יא אריינגעטראגן א לאו-סוט קעגן וויליאמסבורגער געשעפטן וואס האבן פארלאנגט צו גיין צניעות'דיג.

אוודאי ווייל זיי דיפענדן פרייהייט...
אבער די מויל מוזטו זיך צודעקן

נישט פארשטאנען פונקטליך וואס איר זאגט.

אביסל אויסקלארן,
דו פארשטייסט אז דו קענסט פארלאנגן צניעות אין דיין סטאר ווייל ס'איז א רעליגיעזע זאך, אבער די ליבעראלן האלטן אז דעיס איז דיסקרימינעישאן, ראסיזם וכו' האבן זיי פארבאטן עס צו פארלאנגן
אבער ביי זיי איז מאסקעס זייער רעליגיע (זיי גלייבן דאך דערין באמונה שלימה... כאטש ס'העלפט א רעטעך סיי ש'כלד'יג און סיי לויט די "סייענס") דערפאר ווען דעסענטיס פארבאט עס צו פארלאנגן איז עס קעגן פרידאם אוו רעלידזשאן...
אבער ערנסט גערעדט, יעדער פארשטייט אז וואס אים איז א הארבע זאך האט ער א רעכט צו פארלאנגען, ביי אונז איז עס צניעות און ביי זיי מאסקעס
סאו ווען דו פארלאנגסט צניעות, אין זייערע אויגן נעמסטו אוועק פרייהייט פון די בירגער
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע:אויפן זייגער

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

למעלה משבעים האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן: ווי האסטו געטראפן אז רעפובליקאנער האלטן אז ביזנעסער זענען רעגירונגס אייגנטומען?

וואו האסטו געטראפן דעמאקראטן האלטן אזוי?

די הבנה אז עס דארפן זיין אומצאליגע רעגירונגס איבערזיכט און שטאפלען וואס מען דארף דורכגיין צו קענען רואיג פירן ס'ביזנעס נעמט זיך פון אזא סארט אנערקענונג.
כ'געדענק נישט אויף די מינוט די נאמען פאר אזעלכע פארמאליטעטן, עפעס אזוי ווי אין רוסלאנד פלעגט צוגיין מיט יעדער ריר וואס מען האט געדארפט נאכקומען פילע דורכגענג ביז זאכן זענען ענדליך געווארן באשטעטיגט און דאן איז דער נאגל שוין געווען ראסטיג...

סאו רעגולאציעס מיינט סאציאליזם? אין אנדערע ווערטער רעפובליקאנער האלטן אז מענטשן'ס פריוואטע הייזער זענען רעגירונגס אייגענטומען, והא ראיה זיי שרייבן און אינפארסירן בילדינג קאוד'ס.

צייט פארטרייבונג האט נישט געכאפט ווי די תגובה טוט ממש פראוון וואס ער זאגט, צוצוגלייכן בילדינג קאוד וואס איז כדי צו פראטעקטן אז איינער זאל נישט שעדיגן אנדערע דורך זיינע מעשים, צו עפענען און פירן א ביזנעס פראווט צייט פארטרייבונג'ס נקודה.

:oops::oops:;l;p-;l;p-
ביזט גערעכט אז איך האב נישט געכאפט, איך האב זיך בכלל נישט פארטיפט אין זיינע ווערטער וועגן רעפובליקאנער בילדינג קאודס, און יישר כח פארן עס אזוי קלאר ארויסברענגען די סיבה פארוואס מען קען פארדרייען דעם מוח.
מיין רעספאנס איז געווען ווייל איך בין ארויפגעשפרינגען אויף זיינע ערשטע ווערטער.
ווען איינער זאגט אז "רעגולאציעס מיינט סאציאליזם" איז ער Wראנג פאר וועלכע סיבה דו ווילסט נאר, נישט יעדע רעגולאציע איז א תוצאה פון אזא סארט אנערקענונג אז רעגירונג איז באלעבאס איבער דיינע ביזנעסער און פריוואטע לעבן אזוי ווייט אז זיי מעגן ווען פארטיילן די רייכטום פון די קאפיטאליסטישע אומבארעכטיגטע עשירים אייניג פאר יעדן, עס זענען למעשה דא וויכטיגע רעגולאציעס ווי למעלה האט ארויסגעברענגט וואס זענען פשוט געמאכט פאר סעיפטי און אז שלעכטע מענטשן זאלן נישט זיך איזידיעקעווען איבער מענטשן פון וועם זיי זענען שטערקער, וואס פארדעם דארף מען האבן א רעגירונג וואס ווען נישט דעם מוראה של מלכות וואלט געווען איש את רעהו חיים בלעו.
סאו מען קען נישט זאגן א כלליות'דיגע סטעיטמענט "רעגולאציעס מיינט סאציאליזם".
און דא איז ווי די דעמאקראטן פארדרייען א קאפ ווי דו האסט אזוי גוט ארויסגעברענגט, ווייל זיי כאפן זיך ארויף דערויף אז מען קען נישט זאגן אז "רעגולאציעס מיינט סאציאליזם", און נאכדעם רייטן זיי דערויף און מאכן כל מיני רעגולאציעס געצילט צו שטיקן דעם ביזנעס אייגנטימער. און ווען מען זעהט ווי א רעגירונג מאכט "אומצאליגע" רעגולאציעס, און שוועריגקייטן פון איבער די מאס רעגירונגס איבערזיכט פאר ביזנעס אייגנטומער צו עפענען און פירן און אנהאלטן ביזנעסער, איז עס מחשבתם ניכרת מתוך מעשיהם אז זיי האלטן אז ביזנעסער זענען רעגירונגס אייגנטומען.
אבער וואגן זאלסטו צו קומען זאגן אז זיי זענען סאציאליסטן, אמער רעפובליקאנער מאכן אויך בילדונג קאודס....
איינע פון די זאכן וואס טראמפ האט געטון אין גרויסן, איז טאקע געווען שניידן ביזנעס רעגולאציעס פון אלע זייטן, טאקע וואס דער ארכי לינקער אבאמא האט ארויפגעלייגט לאלפים ולרבבות חדשים לבקרים, און דאס אלעס האט דער אצ"ז "משוגענער טראמפ" געשניטן שטיקער פון אלע זייטן פשוט צו פארגרינגערן פארן ביזנעסמאן דעם טאג טעגליכן סדר היום אז ער זאל קענען פשוט פארדינען געלט אן קיינע שטיינער אין וועג יעדע רגע, און אסאך אידישע ביזנעס אייגנטימער פארציילן ווי זיי האבן שטארק אפגעאטעמט אונטער אים.
איך וואונדער מיר אויב איינער פון די אלע דעמאקראטישע אידן וואס שרייען אז דעמאקראטן זענען נישט קיין סאציאליסטן פירן אייגענע ביזנעסער...

יישר כח @למעלה
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד) .
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: די דעמאקראטן זענען סאציאליסטן אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

גלען בעק:

https://drive.google.com/file/d/1OiUD-7 ... sp=sharing

GEeJoa4XcAA5oGw.jpg
GEeJoa4XcAA5oGw.jpg (42.79 KiB) געזען 116 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”